ווי באקאנט האט סקווירא לעצטענס שטאטישע פראבלעמען מיט זייער בית השחיטה
זענען זיי געגאנגען שחט'ן אין די מהדרין ( G&G ) שחיטה
ווי ערשטוינט איז אבער אין די צייט וואס זשי ענד זשי האט געלייקנט שטיין אין ביין אז ביי זייערע עופות איז נישט דא
קיין צומות וגידין, זעהט מען יעצט אז סקווירא שרייבט קלאר אז זיי באקוקן יא פאר צומות וגידין ביי זשי ענד זשי
אין זיי טראסטן נישט זשי ענד זשי אין זיי פארלאזן זיך גארנישט אויף זשי ענד זשי ( לייען יצחק שטיין )
אין סקוירא באקוקט יא .
נשלח ב-20/1/2010 18:25
פיר אויס אז למעשה האט מען גארנישט געטראפן אין נאר קרית יואל (מהודרת ?) האט די פראבלעם
נשלח ב-21/1/2010 00:04
sybarit כתב:
פיר אויס אז למעשה האט מען גארנישט געטראפן אין נאר קרית יואל (מהודרת ?) האט די פראבלעם
איך זעה די ווייסט נישט קיין פשוט'ע פאקטען היינט צו טאגס, טרעפט מען אין ק''י אויך נישט קיין צומות הגידין...... פארט איז מען נאך אלס בודק סיי אין ק''י ווי מהר''א האט פארלאנגט, סיי אין סקווירא
דאס איז נישט מעגליך אז נאר די פארעם פין ווי ק''י נעמט זאל האבען געהאט די פראבעלם פין צומות הגידין ווי שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט דורך אסאך יעדע בית השחיטה נעמט פין עטליכע אדער גאר צענדליגע פארעמס - פארשטייט זיך דורך איין סעילסמאן (אין רוב בית השחיט'ס שעכט מען טעגליך צווישען 25 אין 40 טויזענט עופות, אין קיין פארעם קען דאס נישט צישטעלן טעגליך)
עס איז לכערליך צו זאגען אז פינקט די אלע פארעם'ס פין ווי ק''י אין סקווירא האבען גענומען האבען געהאט די פראבעלם
קרית יואל האט עטליכע מאל גענומען פין די פארעמ'ס וואס וויינלאנד אדער G AND G האבען געזאגט אז זיי טרעפן נישט, אין פארט האבען זיי געטראפען דארט פיל מיט פראבלעמאטישע.
היינט צו טאגס ווען דער פראבעלם איז שוין פארראכטען, זעהט מען קלאר אז די פראבעלם איז געוועןן אין די העטשערי ביי די אייער, פין ווי 'אלע' פארעמ'ס נעמען, אין דארט האט מען עס פאראכטן, אין ס'האט גארנישט געהאט מיט די פארעם צו טוהן
יעדער פארשטייט אליין אז ק''י אין סקווירא זענען גרייט צו צאלען ענדערש מער געלט פאר בעסערע טשיקענס (אויב מ'קען ווען טרעפן) ווי איידער אויפהאלטען א פעיראל פין 9 בודקים אין ק''י אין 3 בודקים אין סקווירא וואס זאלען בודק זיין יעדע עוף.
וכו'
נשלח ב-21/1/2010 02:13
די גרעסטע שאלה בלייבט נאך אלס פארוואס סקווירא טראסט נישט די מאנרא שחיטה! פארוואס גייען זיי אויף פענסעלוועניע ווען זיי האבן "די בעסטע" שחיטה 20 מינוט אוועק פון שטעטל?
נשלח ב-21/1/2010 02:15
דער איינציגסטער וואס קען ענפערען אויף די זאכלישע פראגע דיינער, איז נאר דיין סקיוורער שוואגער,
די גרעסטע שאלה בלייבט נאך אלס פארוואס סקווירא טראסט נישט די מאנרא שחיטה! פארוואס גייען זיי אויף פענסעלוועניע ווען זיי האבן "די בעסטע" שחיטה 20 מינוט אוועק פון שטעטל?
ס'הסבר איז גאנץ פשוט די בית השחיטה "המהודרת" דקהל יטב לב קרית יואל האט פשוט נישט די מעגליכקייט צו שחט'ן פאר סקווירא זייערע עטליכע אין צענדליג טויזנטער עופות. פשוט ווייל וויפיל זיי קענען שחט'ן די מאקסימום שעכט'ן זיי סייווי.!!
האלסטו דענישט אז זיי וואלטן ווען געחאלישט צו קענען שעכטן אין קרית יואל?
די סיבה פארוואס זיי זענען געגאנען קיין g&g איז פשוט ווייל סידא דארט גענוג פלאץ זיי דארפן נישט קעיטערן אזא גרויסער ציבור
אדרבה טשעק עס אויס מיט דיין סקווערער שוואגער וואס האט דיך געהאט פארציילט די פרטים אנפאנג ווינטער איבער
די שבת בצל אדמו"ר מ'סקווער אין וויליאמסבורג איבער די זאלי טעראר.!! ווער געדענקט נאך?? נו!! וואו איז דיין סקווערער
שוואגער אנטרינען זייט דעמאלטס??
נשלח ב-22/1/2010 20:20
די סקווירא שחיטה האט זייער שווער געארבעט צו קומען שעכטן אין ק''י עס זענען אבער געווען עטליכע עיכובים מצד כשרות, קרית יואל וויל נישט איבערגעבן זייער בית השחיטה פאר קיינעם, אפי' יענער איז אויך אדער גאר מער מהודר, אז איינער וויל זאל ער קומען בשעת מ'שעכט פאר אים, אזווי חבורה פין לעיקוואד, באבאוו, פאפא, באיאן, כו' טוהן.