די דאזיגע שריט וואס אנ''ש, און אנטווערפען האט געטאן, ווערט באגריסט ביי אנ''ש, מיט גרויס שמחה, צילוב 2 נקידות,
1 אז זיי האבן זיך עמטליך אפגעטיילט פון די עבריינים-זאליס, אזוי מיר האבן געטאן און ירושלים עה''ק, און אין מאנסי,
וואו מיר האבן מקיים געווען סוּרוּ נָא מֵעַל אָהֳלֵי הָאֲנָשִׁים הָרְשָׁעִים הָאֵלֶּה, מיר האבן זיך אפגעטיילט פון די עבריינים-זאליס, מיט וועם מען טאר נישט דאווענען נאר איינמאל א יאר יום הקדוש אויף דער נאכט, אזוי מיר זאגען און כל נדרי,
און מיר פירען זיך נישט וואו די עבריינים-זאליס, וואס אז מען האט נישט, נעמט צו יענעמ'ס, און מען באניצט זיך מיט די ארגסטע מיטלען וואס איז נאר שייך,
אזוי און וויליאמסבורג – בארא פארק,
מיר געדענקן נאך זייער גוט, דעם יום המר ונמהר, ח''י סוין תשנ''ט, א טאג נאך דעם וואס ר' זלמן האט זיך פראקאלאמירט אלס א''ג רב, אויבן אויף א פייכטען בוידעם, און בעדפארד עווניו, האט ער אריין גשטורעמט און ביהמ''ד, באגלייט מיט צענדליגע פאליציי, און מיט א באנדע ציושטע שלעגער, וואס האבן געהאקט מכות און ביינער, מיט א זאליבאנשע רציחה, און ארעסטירט אויף רעכסט און לינק'ס, וועם עס האט זיי נאר צוגעדאכט אז ער שטייט און וועג, און האט מחשבות זרות קעגען די גרויסע ''התמנות'' און ער האט זיך נישט באטייליגט און איינער פון די 500 הכתרה'ליך, וואס פלעגט דאן פארקימען ממש יעדע 15 מינוט,
ביז די פאליציי האט ענדליך געקענט איינפלאנצען ר' זלמן'ס שטענדער, אונטער א הילכיגע ''זאלי'' געשריי פון די טויזענטער אנ''ש, וואס האבן מיטגעהאלטען די קאמישע צענע, וואו די פאליציי מאכט ר' זלמן פאר זאב''ד,
אזוי אויך און בארא פארק, וואס דארט איז געווען ב''ה, ידם על התחתנה, טראץ דעם וואס די עבריינים – זאליס, האבן פראבירט צו מאכען אן אונוואזיע אויף די קהלה, מיטן ברענגען דעם מן הארץ הגדול פון וויליאמסבורג זאגען א אומגעבעטענע רעדע, און אויף נעמען גבאים, ברענגען דעם ברך משה זי''ע טאנצען ושמחת, ארויסווארפען ר' חיים דוד לויפער, אד''ג,
ביז זיי האבן זיך דערזען, אז מיט פיזישע כוחות, קימט מען נישט אן, האבן זיך די עבריינים-זאליס געוואנדען צום גויאישען קארט, וואו זיי האבן אריין געכאפט א זאפטיגע מפלה, וואס זיי האבן זיך נישט ערהוילט דערפון עד היום הזה, עס איז ב''ה מקיים געווארען וואס דער נביא ישעי' זאגט, לֹא-יָרֵעוּ וְלֹא-יַשְׁחִיתוּ בְּכָל-הַר קָדְשִׁי, אָמַר ה',
ב''ה אז מיר פירען זיך נישט אזוי די עבריינים – זאליס, מיר האבן זיך אפגעטיילט, און מאנסי, מיר האבן זיך אפגעטיילט און ירושלים, און אויף געשטעלט הערליכע קהלות, וואס שמ'ט מיט זייער גוטע נאמען, און דער גאנצער וועלט, און עס איז א כבוד און שטאלץ פאר מלכות סאטמאר, דעריבער אשריכם אנטווערפען, אז איר גייט און דעם זעלבעל וועג, וחפץ ה' בידיכם יצליח,
נאך א נקידה, אז מען גייט מאכען וואלען, וואו מען האט זיך אלעמאל געפירט, בקהלות הקודש, און ערוועלן קהל'שע איינגעשטעלטע,
וואס ביי די עבריינים-זאליס, איז דאס נישט פארהאן, אזוי ווען זיי האבן אוועקגעטראסקעט, דעם היליגען נאמען פון ויואל משה, פון זייער א''ג קהלה און קרית יואל, און זיך א נאמען געגעבן קהל יטב לב, צילוב פאליטשע מאנווערס, האט דאן ר' זלמן, אריין געצווינגען קהל'שע באמטע, אן קיין וואלען, וואס פאראורזאכט א כאאס, און די רייען פון זייער א''ג קהלה,
גשלעגערייען, רייבערייען, זענען דארט א רוטין, דארטן טוישען זיך די קהלה פירער, יעדע פאר טעג, אזוי איר טוישט זאקען, מען מאכט דארט נייע וועד'ען יעדען טאג, ב''ה, אדש ווען דער זאלי קימט און ביהמ''ד, איז די ערשטע זאך וואס ער אונטערעסירט זיך איז, ווער עס איז און קאמענד,
ב''ה אז מיר האבן א גרויסען הייליגען רבי'ן, וואס איז עומד על המשמר, אז קהלתינו הק' זאל זיך פירן בדרך התורה, והמסורה, אזוי איר הייליגער מייסד רבינו הקוה''ט זי''ע האט געוואלט,
און מיר קיקן נישט אויס, ח''ו להבדיל אלף אלפי הבדלות, וואו די עבריינים-זאליס, וואס ווערט געפירט אויפן וועג פון דער עם הארץ הגדול, און זיין רבי ר' שימעלע, און אויפן קאליבאך ניסח, און דער ציוניסטישע בג''ץ,
ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו, .... והיבדיל לנו מן התועים..... ונתן לנו תורת אמת.........
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 21/01/2010 02:31:58