| נשלח ב-22/1/2010 15:03 |
|
| |
די לוי' קומט פאר יעצט 8 אזייגער ביים סאטמארן ביהמ"ד אויף קליימער סט.
דער נפטר ז"ל וועט געברענגט ווערן לקבורה אינעם נייעם בית החיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 16:50 |
|
| |
ווייסט איינער פארוואס מען האטי זיך געשאלגן ביי די זאליס צי מען זאל יא לאזן באגראבן אין פאללאק'ס לאט אדער נישט, ס'איז געווען א טייל זאליס וואס האבן געשריגן אז זיי דארפן אים נישט. ווייסט איינער איבער וואס די מחלוקה איז באזירט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 16:53 |
|
| |
פרעג נחום ראזענבערג...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 18:45 |
|
| |
אריגינעלער די רעדסט ווי א זאלי'ס
ס'ליידער א טראגעדיע אז אזא יונגער מענטש איז אוועק איבערלאזאנדיג אין שטוב יתומים די רחמנות איז אבער אסאך גרעסער אז אפי' נאכען שטארבען האט מען אים געלייגט אינטערן פלויט אין א בית הקברות וואס מ'האט געגרינדעט לשם מחלוקות (אפי' יעדער האט געוויסט אז ער גייט דארט ליגען, איז עס אבער נעבעך א ביטער רחמנות) יענע בית הקברות איז נעבעך א מוסר ספר, ווען מ'קומט אן אהין אין מ'זעהט נאר יונגע מענטשן ליידער.....
ויה''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 18:47 |
|
| |
אגב, די זאלי'ס האבע יעצט געהאנגען צעטליך אז זיי גייען מער נישט לאזען שטעלן קיין מציבות ביז נאך די שבעה.... נישט ווי ביז היינט......
ווי אויך אז מ'גייט ביי פאללאקס לאזען אסאך פלאץ צווישען איין מציבה אין די אנדערע כדי מ'זאל קענען געהעריג דורךגיין.......אויך גייט מען איבערלאזען א געהעריגע וועג אז דיכנים זאלען קענען גרינג ציקומען - זעהט אויס אז זיי זעהן שוין איין אז זייער ביה''ח פין 3 הייזער איז צו גרויס.... אפשר וועט מען אפי' מאכען פלאץ אז מ'זאל קענען אנקומען מיט קארס צו יעדע מציבה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 18:55 |
|
| |
אויב ארגינעלער רעדט ווי א זאלי דעמאלטץ ווער איך א זאלי. איך בין שטאלץ צו רעדן אזויווי ארגינעלער. ער ווייסט ווי צו רעדן, ווען צו רעדן, און וואס צו רעדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 18:55 |
|
| |
סנישט נארמאל די 2 תגובות פון דעם צידרייטן ארגינעלער אין לעקסינגטאן.
סליידער א מציאות אז סדא מענטשן משלנו וואס האבן נישט קיין טראפ שכל אין וויסן נישט ווי איין און ווי אויס
ר' יחזקאל איז געווען באמת א טייערער איד, ער האט זיך ציריסן פאר זיין משפחה, (היינט קען מען זאגן אז דאס איז מעלה), א גאון בענוה וחסד,
איז וואס אז ער איז געווען א זאלי?
איך בין זייער פעד אפ!!!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/01/2010 21:22:55
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 19:16 |
|
| |
איך האב הנאה צי הערן אז די זאליס האבן אים יא געברויכט, וטעות לעולם חוזר.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 19:29 |
|
| |
בארוהיג די קראך היט, זיי נישט פעד אפ, אז שאול פערלשטיין האט געקענט שפילן פאליטיק מיט זיין זוהן וואס איז אויך געווען א גאון אין חסד, פארוואס זאלן זיך די אהרונים צוריק האלטן פון שרייבן דעם אמת, איז דען נישט קיין רחמנות אויף אזא יונגערמאן וואס ליגט ווייט אוועק פון זיין טאטע ז''ל, אוועק פון זיין שווער ז''ל אוועק פון זיין שוועסטער ע''ה, אלעס נאר וועגן פאליטיק, די זאליס זענען היינט געווען אזוי בשמחה (דאס איז נאך געווען פאר דער פסק פון אפעלעט קארט איז ארויס געקומען), אז ענדליך האבן זיי שוין דערווישט נאך א נפטר, קיינער האט אפילו נישט גערעדט פון די טראגעדיע אז א יונגערמאן אין די אנהויב 50'גער יארן איז נעבעך נפטר געווארן, זיי זענען נאר ביזי געווען מיט זייער געוינס,
אינטרעסטנט, א זאלי רופט זיך אן, וואס איז דען אז ער ליגט ביי פאללאק, דאס איז דאך איין בית החיים!, רופט זיך אן דער אנדערער זאלי, אז ער איז זיכער אז חזקי האט נישט געהאלטן אז ס'איז איין בית החיים ווייל אויב יא, וואלט ער געהייסן מען זאל עם לייגן אין אלטן בית החיים און ערוואלט געזאגט אז ער גייט ליגן ביי פאללאק, ווייל דאס איז דאך איינס,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 19:43 |
|
| |
המקום ינחם אתכם בתוך שארי אבילי ציון וירושלים!
נ.ב. איך מיין נישט משפחת ראזענבער דארט וועל איך דאס זאגן פערזענליך, איך מיין די אהרוינים!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 20:08 |
|
| |
| נפל כתב: |  | המקוםינחםאתכםבתוךשאריאביליציוןוירושלים!
נ.ב.איךמייןנישטמשפחתראזענבערדארטוועלאיךדאסזאגןפערזענליך,איךמייןדיאהרוינים! |
|
אוי ביטער!, מיר האבן פארלוירן חזקי ראזענבערג, און נייפעלע איז אויז מנחם,
נייפעלע נייפעלע, זיי נישט קיין קעלבל, אויב וואלטן מיר געווינען חזקי'ן און פארלוירן
דעם קארט, וואלסטו אונז געגארפט מנחם זיין, אבער אזוי ווי מיר האבן געווינען
דעם קארט, קענען מיר פארנעמען דעם מעכטיגן פארלוסט פון פארלירן חזקי'ן,
למעשה האבן די זאליס היבש פארלוירן מיט טיימינג פומעם פסק, ווייל אויב קומט
ווען דער פסק אביסעלע פריער, און ביי די לוי' פון חזקי וואלט מען דאס שוין געויסט,
וואלטן מיר געהאט די זכי' צו הערן א גזלנים חמסנים הספד פונעם שטריק הגדול,
איי וואלט מען געהאט פאן, אבער ווי זאגט די וועלט, טיימינג איז אלעס...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 00:07 |
|
| |
אכזריות בשעה שמתו מוטל לפניו!
ניין מ'רעדט נישט דא, ווען ס'איז אוועק עפעס א עלטערע יוד, מ'רעדט ווען ס'גייט אוועק פין דער וועלט א יונגער מענטש אין לאזט איבער אין שטוב א ציבראכענע אלמנה מיט יתומים
אין די רשעות האט נישט קיין גבול ווי דער שמש פין די זאלי'ס זיצט דארט ביז שפעט אין די נאכט אין פארפריט ביי די אלמנה אז כדי אירע קינדער זאלען קענען בלייבן מיט די שמשות פין קליימער מיז ער ווייזען אזוויפיל געטריישאפט אין לייגען זייער נפטר אין פאללאקס ער זאל נעבעך בלייבן ללעג אין ולקלס.
די אלמנה האט זיך נעבעך געבעטן פין דעם קאלטען וועלכע איז ארופגעקומען צו איר אין שטוב אינאיינעם מיט א נעפיו אין פארפירט צווישען אנדערע אז ביי די אלטע ביה''ח וועט אים לייגען ערגעץ ווי אינמיטן, אין די קינדער וועלן קיינמאל נישט קענען ציקומען צו צינדען א ליכט ביי זייער טאטע ווייל זיי זענען כהנים אין זיי וועלן אים געבן א פלאץ ווי ער וועט קענען צוקועמן פין אלע 4 זייטען.....
זי האט זיך געבעטן פארוואס זאל מען אים אזוי מבזה זיין, אפי' איר שוואגער ר' דוד רז''ב וועלכע איז באוויסט אלס א זעלטן פארביסענע זאלי האלט אויך אז מ'דארף אים לייגען אין א געהעריגע ביה''ח ווי יעדע נארמאלער מענטש.
די רשעות איז אין לשער, אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה, דער נפטר ''האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער וויל ליגען מאחורי הגדר'' ער איז נשיט געווען קיין קל אין האט זיך געגרייט צו זיין יום הפטירה נעבעך, טראץ זיין שטארקע אמינה אין ביטחון, מיט אנדערע דאגות ווי בעטן מ'זאל אים לייגען אין א ביה''ח וואס מ'האט געגרינדעט לשם מחלוקת והליכה לערכעות ה''י
ישראל כשהן יורדין כו'
עס איז פשוט א רחמנות אויף דעם נפטר ע''ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 04:34 |
|
| |
מורא'דיגע התעוררות'דיגע הספד אויף ר' יחזקאל שמש
רופט: 712-432-8788
דריקט אריין : 11211#
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 04:46 |
|
| |
קען מען פאר א מינוט סטאפען רעדן פאליטיק?
חזקי חזקי...... חזקי איז שוין נישטא!!!!
קען זיך איינער דאס גלייבען???
ער איז אלס געווען א לעבעדיג איד!
געדענקט עטץ ווי ער פלעגט דארט שטיין ביים שטיבעל אין קעמפ און יעדן ענטפאנגען מיט זיין שמייכעל?
איי זכרונות!
|
|
|
|
|