בית פורומים כל העולם כולו

שטארקע ארטיקל איבער בראדוועי טרייענגל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2010 20:37 לינק ישיר 
שטארקע ארטיקל איבער בראדוועי טרייענגל

מיט קלונגעדיגע קעפּליך און האַלבע פאַקטן וועט מען קיין דירות נישט האבן

אין אַ העצערישע און קריגערישע צייטשריפט, איז לעצטענס אָפּגעדרוקט געוואָרן אַ לענגערע באַריכט איבער די אַנטוויקלונגען אַרום דעם באַקאַנטן "בראָדוועי-טרייענגל פּראיעקט" וועלכע האָט באַקומען אַ באַשטעטיגונג פון די סיטי קאַונסיל אַז  (1מ'קען דאָרט טוישן די זאָונונג צו רעזידענטשעל פּראַפּערטיס,  און   (2אויפבויען אונטער  150  גאָווערמענט-סובסודירטע דירות וואָס אין די פאַרגאַנגענהייט האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז בלויז געציילטע זענען געגאנגען פאַר אידן און פארשטייט זיך, אַז צו בויען אַ טייל פון די סובסודירטע דירות, וועלן אַמטירענדע בעלי בתים געצווינגען ווערן אויפצוגעבן זייערע בעלות אונטער דעם "עמינענט דאָומעין געזעצן. עטליכע אידישע, היספּאַנישע און אַנדערע גרופּעס פונעם געגענט האָבן פאַרלאַנגט און באַקומען אַ "סטעי" אויף דעם פּראַזשעקט אַז ס'זאָל נישט קענען ווייטער גיין.

לאָמיר געבן אַ שטיקל "בעק-גראַונד" פון דעם טרייענגל, און אַזוי וועלן ליינער פאַרשטיין וואָס דאָ גייט פאָר, וואס איז אונזער ציל, און וואו מ'האַלט איצט.

 

די בראָדוועי טרייענגל

די בראָדוועי טרייענגל איז אַ פּראיעקט וואס די סיטי האט אָנגעהויבן רעדן און יאָר 1987 אַז זיי וועלן אפשר בויען דאָרט דירות פאַר ביליג. אַ יאָר דערויף, האָט די סיטי געהאַט דרוק פון די איבערגעגעבענע אידישע פירער ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל, ר' סנדער דייטש ז"ל, און נאך געטרייע פירער פון וויליאַמסבורג, וועלכע האָבן אַלע פאַרלאַנגט פון די סיטי אַז גענוי ווי די שטאָט האָט געבויט אויף די אַנדערע זייט פון די "וואָד-האָל" שפּיטאָל גאַנצעטע בלאָקס מיט 2-3 שטאגיקע פּריוואַטע הייזער פאַר די שוואַרצע איינוואוינער, זאָל די שטאָט אַנטוויקלן די פאַרלאָזטע גאַסן וואס איז נאָנטער צו די אידישע וויליאַמסבורג און העלפן בויען דאָרט ענליכע דירות.

די שטאָט האָט קורץ דערויף אונטערגענומען אַ צוויי-יעריגע פּראָצעדור צו דערגיין וועלכע סאָרט הייזער און גענוי וואו מ'קען אויפבויען פאַר ביליגערע פּרייזן, ווי מ'רופט עס "עפאָרדעבל האַוזינג." דאַן האָבן אַלע גאַסן פון יענע געגענט אנגעהויבן פון די אנדערע זייט פון בראָדוועי/פלאשינג/יוניאן ווי טרופּ, העריסאָן און יוניאָן עוויניוס, און גערי און באַרטלעט סטריטס (זע מאַפּע) באַקומען דעם באַקאַנטן נאָמען "בראָדוועי טרייענגל," וויבאַלד עס קוקט אויס די פאָרעם פון אַ טריי-ענגל.

די שטאָט האט דעמאָלטס געפּלאַנט אַז מ'זאָל באַשטימען דאָרט דירות אויף 3-4 שטאָקיגע געביידעס אַרום די גאַנצע געגענט, וועלכע האָט געהאַט אַסאַך פאַרלאָזטע שטאָטישע פּראַפּערטיס. למעשה אבער האט די "פייזער" פאַרמעסוטיקל פירמע – וואָס  האָט דאָרט אַסאַך פּראַפּערטיס – נישט געוואָלט דעם פּראיעקט וויבאַלד זיי וואָלטן געדאַרפט אַוועק מופן, און די דערנעבענדיגע שפּיטאָל האָט אויך געוואלט אַ גרויס טייל פון יענע פּראפּערטיס פאַר אירע איינגעשטעלטע. נאך אַ סיבה פאַרוואָס ס'האָט זיך נישט גערירט, איז וויבאַלד די שטאָטישע רעגירונג אונטער דעם צופלויגענעם מעיאר דינקינס האָט נישט געהאַט קיין ערנסטע געלטער אַרויסצוהעלפן מיט אַזאַ אונטערנעמונג, איז די גאַנצע פּלאַן געוואָרן אָפּגעשטופּט ביז צו די נייע זשוליאַני אַדמיניסטראציע וועלכע איז אַריין אין סיטי האל און 1994, אין 1997 האט די שטאָט אונטערגעשריבן א "מעמאָראַנדום אָוו אָנדערסטענדינג" אַז זיי וועלן ריזאָונען דעם געגענט, אבער ווי פארשטייט זיך האט זיך עס געשלעפט. דורכאויס די יאָרן האָבן מער אידן זיך באַזעצט אין און אַרום יענע בלאָקס, אויפבויענדיג דאָרט ביזנעסער און אזוי אויך איינקויפנדיג דאָרט פּראַפּערטיס וואו מ'האָט זיך געבויט פּריוואַטע הייזער. איצט איז די גאַנצע אַרומיגע געגענט סיי ביי בראָדוועי, טרופּ, יוניאן און אלע סטריטס אינדערמיט, אידיש במלא מובן המילא.

 

מ'טיילט דירות: וואס? ווען? וואו?

אין 2005, האָט די UJO   מיט דער אַנטי-סעמיטישער אַסעמבלימאַן וויטאָ לאָפּעז געמאַכט אַ שלום פּאַקט וואָס האָט צווישן אַנדערן גערופן דערצו אַז די יו.דזשעי.או. און לאָפּעז וועלן אַרבעטן אַז די שטאָט זאל טוישן די זאָונונג אינעם טרייענגעל; די שטאָט וועט אוועק געבן די שטחים וואָס זי האָט דאָרט אויף צו בויען דירות, און אזוי אויך וועט מען פאַריאָגן די בעלי בתים וועלכע האָבן פּראַפּערטיס, הייזער, וכדו' אויף דעם אַנדערן העלפט בלאָק אויף צו בויען נאך דירות. וויטאָ לאָפּעז וועט באַקומען דירות פאַר זיינע מענטשן, און   UJO  וועט באקומען פאַר זייערע מענטשן. אַזוי האָט די פּלאַן געלויטעט. מ'האָט אבער נישט איינגעמאלדן פאַר די דאָרטיגע – אידישע און נישט אידישע – פּראַפּערטי אָונערס וואָס מ'וויל טאָן אין יענע געגענט. און ווי באַקאַנט, אויב די שטאָט וויל בויען ערגעץ עפאָרדעבל דירות, קען מען צווינגען די בעלי בתים צו פאַרקויפן זייער שטחים פאַר אַ שפּאָט-ביליגען פּרייז אונטער די עמינענט דאמעין געזעץ, אָבער פאַר די בעלי בתים האָט מען נישט איינגעמאָלדן וואָס מ'פּלאַנירט אונטער זייער נאָז.

שוין פאר א לענגערע צייט, פאַרקויפט מען פאַר'ן ציבור אַז מ'וועט שאַפן באַלד צוויי טויזנט דירות אינעם טרייענגעל. אבער...

מ'פאַרציילט נישט אַז די סובסידייזט הייזער איז ווייניגער פון  150  דירות (זע בריוו). מ'פאַרציילט אבער נישט אַז אַ דריטל פון די דירות קען מען בויען נאָר אויב מ'פאַריאָגט אידן און גוים פון זייערע הייזער.

מ'זאָגט אבער נישט פאַר מענטשן אַז מ'אַרבעט דאָ מיט לאָפּעז, דער וועלכער האָט – דורך אַן אָפּמאַך וואָס  UJO  האָט אונטערגעשריבן – פאַרשיקט הונדערט פופציג אידישע פאַמיליעס פון דריי פּראַזשעקטס (זשאַנאַטאַן וויליאַמס, אינדעפּענדענטס און טעליאָר/ווייט) אין דרום וויליאַמסבורג, און דערנאָך זענען די הייזער געגאַנגען פאַר די אַרגסטע עלעמענטן פונעם געגענט.

מ'זאָגט אבער נישט פאַר מענטשן אַז מ'אַרבעט דאָ מיט לאָפּעז, דער וועלכער האָט – דורך אַן אָפּמאַך וואָס  UJO  האָט אונטערגעשריבן – פאַרשיקט הונדערט פופציג אידישע פאַמיליעס פון דריי פּראַזשעקטס (זשאַנאַטאַן וויליאַמס, אינדעפּענדענטס און טעליאָר/ווייט) אין דרום וויליאַמסבורג, און דערנאָך זענען די הייזער געגאַנגען פאַר די אַרגסטע עלעמענטן פונעם געגענט.

מ'זאָגט אבער נישט פאַר מענטשן אַז מ'אַרבעט דאָ מיט לאָפּעז, דער וועלכער האָט – יארן לאנג אנגעפירט די העצערייען אין די אפענע מסירות אין די פּראַזשעקטס וואס דורך דעם איז דער מצב אין די בעדפארד גארדענס פּראַזשעקטס געווארן ממש א צרה פאר זיך. און איז אבסעלוט נישט בעסער געווארען זייט מ'איז געווארען פאַניע בראַט מיטן הויך געשעצטען רשע לאָפּעז

מ'זאָגט אבער נישט פאַר מענטשן אַז אַפילו לויט'ן פאַרשפּרעכונג וועט מען באַקומען פאַר אידן פיל ווייניגער דירות וויפיל מ'וואָלט באַקומען אויב לאזט מען די דאָרטיגע בעלי בתים בויען.

מ'זאָגט אבער נישט פאַר מענטשן אַז מ'קען בויען הונדערטער דירות עטליכע בלאָק אַרויפצי אבער די  UJO  - לאפעז מאַשין וויל נישט וויבאַלד זיי דאַרפן זיך איינרייסן מיט גרויסע פירמעס (אדער זיי גאָר אַראָפּ-געבן אַ גרויסע שטיקל מוצא), אַלזאָ איז גרינגער צו טרעטן אויף אַ דאָזען-צוויי שוואַכטשיגע אידישע בעלי בתים און זיי פאַרטרייבן מיט געוואַלד.

*

אז מ'רעדט אזויפיל פון דירות, ווילן מיר פרעגן עטליכע פראַגן:

איין פראַגע איז, פאַרוואָס דאַרף מען בויען דייקא אויף שטחים וואו אידן האָבן פּראַפּערטירס ווי איידער אויף פייזער'ס און אַנדערע אומגענוצטע פּראַפּערטיס?

די צווייטע פראַגע איז, פאַרוואָס דאַרפן אידן אַרויס מופן צו מאַכן אָרט אַז לאָפּעז זאָל קענען אַריינברענגען זיינע מענטשן דאָרט?

די דריטע פראַגע איז, פאַרוואָס זאָלן נישט די אייגענע בעלי בתים אויפבויען דירות לויט זייער פאַרשטאַנד און פאַרקויפן פאַר אידן פיל מער דירות ווי די צאָל וואס אידן וועלן באַקומען אויב די     UJO - לאפעז פּלאַן גייט אַדורך?

מ'פאַרקויפט פאַר'ן ציבור אַז מ'טיילט דירות, אבער...

ווער געדענקט דען נישט אַז ביים "בערי סטריט" אונטערנעמונג האָט מען פאַרשפּראָכן אַז פון צווישן די הונדערט פופציג עפאָרדעבל  UJO - לאפעז דירות וועלן רוב גיין פאַר אידן, אבער למעשה וואוינען דאָרט בלויז דריי, נאָכאַמאָל איר ליינט גוט: דריי אידישע פאמיליעס...

ווער ווייסט דען נישט אַז פון צווישן די עטליכע אין זיבעציג עפאָרדעבל אַפּאַרטמענטס און בילידינגס ביי סאַוט פיפט אין הופּער וואס געהער אין פולן זין פון ווארט צו די  UJO  וואס זי האט באקומען כדי צו העלפן לאָו-אינקאָם פאַרדינער, וואוינט אבער נישט דאָרט קיין איין איינציג אידישע פאַמיליע טראָץ די געוויינעריי פון אסאך אידישע שכינים און די געגענט  אַז מ'זאָל זיי פאַרדינגען/פאַרקויפן די עפאָרדעבל דירות.

ווער ווייסט דען נישט אַז די  UJO -טרומפּייטערטע "קוק סטריט" דירות אויף וואָס מ'האט געציילטע מאָנאַטן צוריק פריידיג געמאָלדן אַז אידן באַקומען פון לאָפּעז הונדערט פופציג דירות, האָט מען למעשה באַקומען נאָר 22 דירות, און מ'טוט זיך אויף אַז די "גרינע באָסעס" קומען נישט אָן דאָרט...

ווער ווייסט דען נישט אַז געציילטע וואָכן צוריק האָט די  UJO - לאפעז מאַשין - צוליב פּאליטיק – אפען און שאַרף קאמפּיינט צו בלאָקירן אַ מאַסיווע "עפאָרדעבל האוזינג" פּראיעקט פון אַ היימישע ביזנעסמאַן, א תומך תורה, וועלכער וואָלט געברענגט צום היימישן וויליאַמסבורג – דאָרט וואו די גרינע באָסעס קורסירן יא – מער עפאָרדעבל דירות פאַר היימישע אידן ווי  די צאָל וואָס  UJO   מאַשין האָט צוגעשטעלט פון בעפאַר די עד קאַטש יאָרן...

ווער ווייסט דען נישט אַז די  UJO  "סעקשאן-עיט" סלאַטס וועלכע זענען געווען אָפען פאַר "צענדליגער פאַמיליעס" פון וויליאַמסבורג, איז אָבער שנעל אויסגעגאַנגען בלויז פאַר מענטשן און פאַמיליעס וולעכע זענען פּאָליטישע צי פּאַרטייאיש אַפיליאירט מיט  UJO נאכ'ן זען פאַר וועם ס'איז פאַרטיילט געוואָרן, פאַרשטייט מען גוט פאַרוואָס מ'האט עס אדווערטייזט ממש די לעצטע מינוט און אויך נאָר אויף אַ קליינע פאָרמאַט. מ'האָט געוואָלט מקיים זיין דעם אדווערטייזמענט פאַרלאנג פון די רעגירונג, אבער מ'האָט פארט נישט געוואָלט אַז געווענליכע מענטשן זאָלן עס קומען בעטן, וואָרום נישט פאַר זיי האָט מען עס ערלעדיגט...

ווער געדענקט דען נישט אַז ביים "שעפער פּראַזשעקט" וואָס די  UJO  האָט באַקומען  פון די זשוליאַני אַדמיניסטראַציע אויף אויסצורייניגען און דעוועלעפּן יענע געגענט און צו בויען נאנט צו 400 דירות, מיט'ן חשבון אַז אומגעפער העלפט דערפון וועט זיין עפאָרדעבל, האָבן אידישע פאַמיליעס למעשה אָבער באַקומען בלויז  42 די איבעריגע זענען ניטאַמאָל געבויט געוואָרן ווי געווענליכע דירות, נאָר דייקא לוקסוסעריעזע דירות געאייגענט פאַר די שמוציגסטע "אַרטיסטן" קעגן וועם  UJO  האָט לפּנים אָנגעפירט אַ קאַמף...

אַז מ'רעדט פון שעפער און אַרטיסטן, געדענקט יעדער זיכער אַז אויף די היימיש-געמאַכטע מאַפּעס איבער די סכנה פון אַרטיסטן, האָט מען געשריבן אַז אויב וואוינען זיי אין שעפער וועלכער איז נענטער צו אידישע גאסן, איז עס נישט אַ פּראָבלעם, אבער אויב וואוינען זיי אין די "גרעטש" געביידע וועלכער איז ווייטער אַרויס, איז עס עפּעס יאָ אַ געפאַר... למעשה ווען די שטורעם איז פאַראיבער, און די זאַמד האָט זיך געזעצט, האט זיך קלאָר אַרויסגעשטעלט וואָס דאָ איז פאָרגעקומען: ווען די גרעטש פּראיעקט זאָל ווען קענען גיין ווייטער, וואָלט די  UJO - לאפעז מאַשין נישט געגעקנט ארויף טרייבן שטאַרק די פּרייזן פון די שעפער געביידע דירות. אבער איינמאל מ'האָט געהעכערט די פּרייזן, נאָכ'ן אונטערהאַקן די אידישע גרעטש בעלי בתים, האָבן 1) אידן שוין נישט געקענט קויפן פון די אומגעפער  200  געווענליכע, שוין-טייערע דירות. 2) איז עס אויטאָמאָטיש געגאַנגען צו אַרטיסטן, ברענגענדיג אַ אידישע סכנה פאַר אונזערע טייערע קינדער.

אגב, ווען די "גרעטש" בעלי בתים שמירן ווען די רעדער אַזויווי די שעפער בעלי בתים האָבן געטאָן, דאָס מיינט: אַרייננעמען די  UJO  קאָרפּעראַציע אַלס $$$ שותפים, וואָלט ווען די אַרטיסטן געפאַר זיך אָנגעהויבן ערשט אַ בלאָק נאָך די גרעטש געביידע... (מירטל שול יוכיח)

אַלענפאלס, מיט דעם רעקאָרד פון "צוזאַם אַרבעט" מיט לאָפּעז, מיט דעם רעקאָרד פון "געבן" דירות, פאַרקויפט מען איצט פאַר'ן ציבור אַז ס'גייען זיך גיסן ביליגע דירות אינעם טריי-ענגעל, ווען אין פאקט, לויט דעם איצטיגן ריזאונינג, וועט דערווייל זיין אונטער   150   עפאָרדעבל דירות, פון וואָס אידן וועלן באַקומען צווישן גאָרנישט ביז נישט, ווי ס'איז אויף די סאַוט פיפט סטריט געביידעס. אדער אפשר וועט מען באַקומען אַ קאָלאַסאַלן דריי דירות, ווי עס איז געווען אויף די בערי סטריט פּראַזשעקט.

אויב נעמט מען אַראָפּ דעם סטעי וואָס די קאָאַליציע און אַנדערע האבן אָרויף געלייגט, קען די  UJO - לאפעז מאַשין אַרויסיאָגן אידישע בעלי בתים פון זייערע פּראָפּערטיס און ארויף בויען פרישע דירות פון וואָס אידן וועלן באַקומען ווייניגער דירות ווי די צאָל בעלי בתים וועלכע וואוינען איצט דארט!

די  UJO - לאפעז מאַשין האָט געטראַכט פון גיין צו "פייזער" און זיי בעטן אַז זיי זאָלן אויפגעבן אדער פאַרקויפן טייל פון די זעכצן עיקר פון בלאָקס און בלאָקס וועלכע פּוסטעווען אַוועק דאָרט. אָבער פייזער האָט געזאגט לא מיט אַ גרויסע למד, איז פארבליבן פאַר די  UJO - לאפעז מאַשין צו צוטרעטן די קליינע מענטשעלעך און זיי פאריאָגן פון דאָרט, דורך רי-זאָונען זייערע פּראפּערטיס, און אונטער די מאַנטאַל פון "העלפן ארימע," פאַרטרייבן אידישע איינוואוינער און בעלי בתים פון זייערע פּראַפּערטיס.

 

אידן אַרבעטן מיט אַן אָפענער שונא ישרא-ל

ס'איז שטוינענד וויאזוי UJO  אַרבעט נאך אַלס מיט וויטאָ לאָפּעז וועלכער האט דאָך אַ רעקאָרד פון צוטרעטן אידן און אידישע אינטערעסן. מ'דאַרף ניטאַמאָל צוריק גיין צו די פאַר - 05 ' יאָרן ווען לאָפּעז האָט אפען געהאַקט און געהאַמערט קעגן אידן און זייערע אינטערעסן. לאָפּעז האט צו זיין דיספּאזיציע געהאַט דעם אַדוואָקאַט מאַרטי נידעלמאַן וועם דער "איד'ס" באשרייבונג פון פּרשת ויחי באצייכענט אַלס איינער "וועלכער באַקעמפט שוין דעם וואוילזיין פון אידישע משפּחות אין וויליאַמסבורג, איבערהויפּט אין די פּראזשעקס, פאַר לאנגע יארן," און זיי צוויי האָבן טאַקע דאָס געטאָן: געטרעטן אויף אידישע אינטערעסן.

נידעלמאן צו יענע צייט האט נישט געארבעט פאר זיך קעגן "דעם וואוילזיין פון אידישע משפּחות אין וויליאַמסבורג, איבערהויפּט אין די פּראַזשעקס." ער האט געאַרבעט פאר לאָפּעז וועמענ'ס איינע ציל איז געווען – ווי דער איד לייגט עס אראָפּ – צו אַרבעטן "קעגן דעם וואוילזיין פון אידישע משפּחות אין וויליאַמסבורג, איבערהויפּט אין די פּראַזשעקס." נידעלמאַן האָט געמיינט אַז ער אַרבעט פאַר אַן אָרענטליכן מאַן, לאָפּעז, וועלכער זוכט בלויז צו העלפן "אונטערדרוקטע" שפּאַנישע און שוואַרצע. אבער מיט די צייט האָט נידעלמאַן געזען אַז ער האָט דאָ צו טאָן מיט אַ וויסטער אַנטי-סעמיט וועלכע מיינט זיך און זיינע לאַנגע טאַשן, האט נידעלמאַן זיך אָפּגעזאָגט פון אַרבעטן פאַר לאָפּעז, און אַלס תשובת המשקל האָט ער באַשלאָסן אז ער וועט אַרבעטן קעגן לאָפּעז'ס זעלבסט-דינענדע, אַנטי-סעמיטישע, און איינזייטיגע אַגענדעס. און דאָס איז וואָס ער טוט איצט.

אויסער נידעלמאַן, האָבן אַנדערע היספּאַנישע, אזיאנער און אַפריקאנער גרופּעס זיך שוין לאַנג אָפּגעשאָקעלט פון לאָפּעז און זיינע זעלבסט-דינענדע שטיק, אבער UJO  אַרבעט נאך האַנט-אין-האַנט מיט לאָפּעז. פאַרוואָס דען נישט? אויב קען מען פאַרדינען מיליאָנען אונטער דעם מאַנטאַל פון "עפאָרדעבל דירות," אויב קען מען ארויסיאָגן ביזנעסלייט פון זייערע אונטערנעמונגען און פּריוואַטע בעלי בתים פון זייערע הייזער צוליב דעם "זאָרג" פון אַרטיסטן בעת מ'שארט גאלד, פאַרוואָס דען נישט אַרבעטן מיט וויטאָ דער אַנטי-סעמיט? אויב קען מען מאַכן אַ גרינגע-דאָלאַר אויף די חשבון פון בעלי בתים און פּשוט'ע פּראַפּערטי אָונערס טראָץ דעם וואָס ס'איז קלאָר נישט אויסגעהאַלטן עפּ"י תורה צו פאַריאָגן איינעם מיט'ן חשבון צו מאַכן אָרט פאַר אַ צווייטן, פאַרוואָס דען עס נישט טאָן?

 

 

די לעצטיגע אַנטוויקלונגען

בעת די UJO- לאפעז ביזנעס קאָרפּעראַציע האט געאַרבעט אויף דעם ברייטן פּלאַן, האט מען ניטאַמאָל דאָס איינגעמאָלדן פאַר די בראָדוועי טרייענגל בעלי-בתים ביז אינמיטן פון 2009 . דאַן האבן די שכינים פונעם געגענט געגרינדעט – אָן אַ פּאָסט קעסטל – אַ קאָאַליציע אונטער דעם נאָמען "בראָדוועי טרייענגל קאָמיוניטי קאָאַלישאָן" (בי.טי.סי.סי.) און אַליינס אַרויסגעקומען מיט זייער פּראָפּאָזאַל וועלכע מען איז גרייט געווען פאָרצושלאָגן פאַר'ן סיטי קאַונסיל אַז זיי זאָלן עס באַשטעטיגן ווען זיי וועלן דעבאַטירן דאָס ריזאונאינג פונעם געגענט, אבער די  UJO - לאפעז מאַשין האָט ביטער שווער און  ליידער סוקסעספול געאַרבעט, אַז די בעסערע פּלענער זאָל נישט דורכגיין.

די  UJO - לאפעז פּלאַן האָט פארגעשלאגן אַז מ'זאל בויען  6-7  שטאָגיקע געביידעס צו אַ סך הכל פון  98  דירות אויף טרופּ  עוויניו, נאך  35  אויף בארטלעט, ביז א סך הכל פון אונטער   150   עפאָרדעבל דירות, מיט'ן חשבון אַז האַלב זאָל זיין 3-4  בעדרום דירות. עס דאַרף אונטערגעשטראכן ווערן, אַז 3-4 בעדרום דירות איז בכלל נישט קיין גאַראַנטיע אַז ס'גייט פאַר אידן, ווייל גוים ווייסן אויך גוט וויאַזוי אויסצונוצן מער אָרט אין אַ גרעסערע דירה אויב א מענטש באַקומט עס. אויך איז נישטאָ קיין שום גאַראַנטיע אַז די פּלענער, איינמאל די שטאָט רי-זאָונט דעם געגענט, זאָל נישט ווערן געטוישט צו זיין מער צוגענגליך פאַר די היספּאַנישע גוים. אבער פאַר פּראָפּאָגאַנדע צוועקן, פאַר די גאַס, קלינגט עס זייער גוט אויב האַלב פון די דירות ווערן פּלאנירט צו זיין 3-4 בעד-רומס.

אַלענפאַלס, די  UJO - לאפּעז פּלאַן וועט צווינגען אַז מ'זאָל אַוועקנעמען פּראַפּערטיס פון אידן און פון גוים און אזוי אַרום וועט מען נאָר קענען בויען אַ ס"ה   150   דירות. די  שוואַכערע פּלאַן קען אויף יענע בלאָק נישט בויען מער ווי   150   דירות וויבאַלד די שטאָט נעמט דאָך אַוועק האַלב דעם בלאָק פון פּריוואַטע מענטשן, און צוליב דעם דאַרף מען דאָרט בויען פּאַרקס, לאָזן גאָר אַסאַך ליידיגע אָרט, וכדומה. די בי.טי.סי.סי. אַלייענס מיט די הילף פון יו.זשעי.קעיר און סי.זשעי.סי. האָבן אבער פאָרגעשלאָגן אַ בעסערע פּלאַן. נעמליך, מ'זאל בויען העכערע געביידעס, צו אַ סך הכל פון איבער דריי הונדערט דירות! דאָס קען מען טאָן וויבאַלד אויב די שטאָט נעמט נישט אַוועק קיין פּראַפּערטיס פון קיינעם, אבער זיי געבן נאָר געוויסע סובסודיעס, קענען די דאָרטיגע אידישע און גוי'אישע בעלי בתים בויען דאָפּעלט די צאָל דירות, אויף עפאָרדעבל פּרייזן. ווי די פּלאַן לויטעט, וועלן אידן צוליב שבת באַקומען די נידעריגע שטאָקן, און די שוואַרצע און היספּאַנישע וועלן באַקומען די העכערע שטאָקן, ושלום על ישרא-ל, ו'היספּאַנישע.

אין סך הכל איז אזוי: די  UJO - לאָפּעז פּלאַן איז, אַז די שטאָט זאל  געבן איר טייל פונעם בלאָק פאַר האוזינג און אזוי אויך פאַרטרייבן אידישע און להבדיל גוי'אישע בעלי בתים פון זייערע פּראַפּערטיס וועלכע געפונען זיך אויך אויף דעם בלאָק. דאס מיינט, איין איד טרייבט אַוועק אַנדערע אידן, בעת דער זעלבער איד מאַכט אויך אַ חילול השם מיט'ן פאַרטרייבן גוים, אין אויסטויש אַז מ'זאָל קענען בויען מערסטענס   150   עפאָרדעבל דירות פון וואָס אידן וועלן באַקומען פיל ווייניגער ווי די אָנגעבליכע העלפט דירות וואָס מ'פאַרשפּרעכט, אַ פּלאַן וואָס בלויז די  UJO - לאפעז קאָרפּעראַציע שטיצן. אדער איז דאָ דעם בעסערן פּלאַן:

די שטאָט וועט אַוועק געבן זייערע אייגענע פּראַפּערטיס פאַר האוזינג, און אַלע דאָרטיגע בעלי בתים, אידן און גוים, זאָלן בלייבן על מקומם,  בעת די שטאָט וועט סובסודירן אַז די בעלי בתים זאָלן קענען פאַרקויפן דירות אויף עפאָרדעבל פּרייזן. און אַנשטאַט ס'זאָל זיין בלויז  150   דירות פון וואָס אידן באַקומען לפּנים העלפט אבער למעשה וועלן זיי בלייבן מיט ממש געציילטע דירות ווי די רעקאָרד האָט געוויזן, וועט מען קענען בויען אומגעפער דריי הונדערט דירות, מיט אַ פאַקטישע גאַראַנטיע אַז אידן וועלן באַקומען העלפט דערפון וויבאַלד די איצטיגע בעלי בתים – און נישט זעלבסט-דינענדע אָרגאַניזאַציע פאַרפירער – וועלן דאָך בלייבן אין קאָנטראָל פון זייערע נכסים און עס פאַרקויפן לויט זייער געשמאַק אָנדעם וואס די שטאָט וועט קענען אַנטיילן וויפיל פּראָצענט וועט למעשה גיין פאַר אידן. ועל כולם, זענען אַלע אַנדערע מינאַריטעט גרופּעס אין שטיצע פון דיזע פּלאַן ווי איידער אונטער דעם  UJO  פּלאַן וועלכע זיי ווייסן פון די פאַרגאַנגענהייט אַז בלויז איינער – לאָפּעז – טיילט איין ווער ס'באַקומט די דירות לויט די מוצא'ס וואָס ער באקומט.

אַלענפאַלס, מיט די ביידע פּלענער אין די האַנט, זענען ביידע זייטן געגאַנגען צו "קאָמיוניטי באָרד 1." די באָורד באַשטייט פון צענדליגער קאָמיוניטי מענטשן וועלכע רעקאָמאַנדירן אָדער וואַרפן אָפּ סיי וועלכע פּלענער וועלכע ווערן געמאַכט אין אַ קאָמיוניטי, אַ געגענט. זייער אָפּשטימונג איז נישט בינדענד, אָבער ס'איז איינפלוסרייך. אויב גייט עס דורך ביי זיי, איז דאָ אַ גרעסערע טשאַנס אַז דער באָראָ פּרעזידענט וועט עס אויך באַשטעטיגן. און אויב שטימען זיי עס אַרונטער, איז דאָ אַ גרעסערע טשאַנס אַז דער באָראָ פּרעזידענט וועט עס אויך אַנידערשטימען. אַ באָראָ פּרעזידענט איז אבער נישט געבונדען נאָכצוגיין דעם קאָמיוניטי באָורד, און די "סיטי פּלענינג באָורד" קען זיך אויך אויספייפן אויף דעם קאמיוניטי באָורד און באָראָ פּרעזידענט אין איינעם און יאָ באַשטעטיגן אַ זאַך וואָס די קאָמוניטי באורד און באָראָ פּרעזידענט האָבן אַנידערגעשטימט. דאָך, גייט די סיטי פּלענינג קאָמיטי לויט דעם קאָמיוניטי באָורד און באָראָ פּרעזעדענט. אין איינמאל די סיטי קאָמיטי באַשטעטיגט עס, וועט עס די גאַנצע ניו יאָרק סיטי קאַונסיל באַשטעטיגן, און פון דאָרט און ווייטער דאַרף מען בלויז געלט, קאָנטראַקטאָרס אַז די פּראיעקט זאָל זיך רירן.

די קאָמיוניטי באָורד האט אין אַן אָפּשטימונג מיט  די אָנוועזענהייט פון בלויז אַ גאָר קליינע צאָל מיטגלידער, באַשטעטיגט דעם   UJO - לאָפּעז פּלאַן, אבער האָט צוליב די שאַרפע רעדעס פון UJO מענטשן אַנידערגעשטימט דעם אַנדערן, פיל בעסערען טריי-ענגעל פּלאַן. פון דאָרט איז עס געגאנגען צום אָפיס פון ברוקלין באָראָ פּרעזידענט מאַרטי מאַרקאָוויטש, וועלעכער האט עס אויך נישט באַשטעטיגט. פון דאָרט איז עס געפאָרן צום די סיטי קאָמיטעען, און פון דאָרט און ווייטער האָט עס די סיטי-קאַונסיל – נישט וויסנדיג די אינערליכע געפעכטן – עס רואיג באַשטעטיגט.

וויבאַלד די פּלאַן איז אויסגעשריבן געוואָרן דורך בלויז צוויי גרופּעס, אָנדעם וואס אַנדערע אידישע און להבדיל היספּאַנישע און שוואַרצע גרופּעס זאָלן קענען אריינרעדן, האָבן די אַלע גרופּעס זיך צוזאַם גענומען און פאַרלאַנגט אַז אַ געריכט זאל אַרויף לייגן אַ "סטעי" אויף דעם גאַנצן פּלאַן. די אָנקלעגער האָבן גענוצט דיסקרימינאַציע און ראַסיזם אַרגומענטן אויף צו געווינען שטיצע פונעם ריכטער. צום ביישפּיל, די היספּאַנישע גרופּעס האָבן בכלל נישט אַ פּראָבלעם אַז טראָץ דעם וואָס אידן זענען א פיל קלענערע פּראָצענט ווי די אַנדערע מינאַריטעטן אינעם געגענט, זאָלן אידן באַקומען אומגעפער האַלב פון די דירות, אויב די  300  - פּלאן גייט אַריין אין אַפעקט.

מאָדנע איבער דעם אלעס, איז דער אויפן וויאַזוי די  UJO  גייט זיך אום מיט די גרופּעס. אינעם "איד" צוויי וואָכן צוריק, האָבן זיי געשריבן אַז די טרייענגעל-קאָאַליציע האָט זיך צוזאַם געשטעלט מיט אַ באַנדע פון אַנטי-סעמיטישע היספּאַנישע גרופּעס, אבער אין אַן אינטערוויו די וואָך אינעם ענגלישע-שפּראך וואס דער UJO  פירער האָט געהאַט מיט אַ ציוניס'טישע צייטשריפט, רעכנט ער אויס דאָרט טאַקע די אַלע גרופּעס אַלס אַזעלכע מיט וועם ער האָט לאַנג-יעריגע און גוטע צוזאם אַרבעט. דאָס טייטש אזוי: פאַר'ן ליינער אינעם איד, פאַרקויפט מען אַ בינטל נאַרישקייטן אַז די טרייענגעל קאָאַליציע האָט זיך צוזאם געשטעלט מיט אַנטי-סעמיטן, אבער קורץ דערויף אין אַן ענגלישן אַרטיקל – וואָס אין די  UJO האט מען געהאלטן וועט נישט געליינט ווערן דורך וויליאַמסבורגער אידן – טוט מען זיך אויף אז די  UJO  איז אין אלגעמיין גאָר באפריינדעט מיט די אַלע גרופּעס וועלכע ווערן נישט אינעם אינטערויוו באַצייכענט אַלס אנטי-סעמיטן.

די פאַקט איז טאַקע, אַז די היספּאַנישע און שוואַרצע גרופּעס פאַרשטייען זייער גוט אַז אידישע בעלי-בתים וועלן אַנדערש געבן פאַר "אייגענע" ווי איידער פאַר "פרעמדע," אַ זאַך וואָס היספּאַנישע טוען אויך. זייערע קעגנערשאפט איז נאָר, אַז אויב די שטאָט קומט דאָ אַריין, מיט די "עמינענט דאָומעין" מאַכט און פאַרטרייבט זיי, די גוים פון זייערע נכסים אויף אַ פּלאַן וועלכע בויעט אונטער   150   דירות מיט'ן לפּנים'דיגן פּלאַן אַז העלפט גייט פאַר אידן, דאַן זאגן די היספּאַנישע: 'דאָס שוין נישט. די שטאָט האָט נישט קיין רעכט צו באשטעטיגן אַ פּלאַן וועלכע געבט פאַר איין מינאַריטעט פיל מער ווי די פּראָצענט וואס זיי מאַכן אויס פונעם געגענט, ספּעציעל אַז זיי טרייבן אונז אַוועק פון אונזערע פּראַפּערטיס.' אויב אבער די יו.דזשעי.קעיר, סי.זשעי.סי,   300  - דירות פּלאַן גייט דורך, האָבן די היספּאַנישע קיין פּראָבלעם אַז אידן וועלן באַקומען אפילו העלפט די דירות, וויבאַלד יענע פּלאן איז דאָך הויפּטזעכליך פון פּריוואַטע מענטשן, און די שטאָט האט אַ באַגרעניצטע אויטאָריטעט וויפיל זיי קענען אַריינרעדן איבער דעם נושא. והראי' אַז די היספּאַנישע/שוואַרצע האָבן קיין פּראָבלעם מיט דעם אַז אידן זאָלן באַקומען העלפט פון די דירות ווילאַנג אבער זייערע אייגענע בעלי בתים ווערן נישט פאריאגט פון דאָרט, איז די פאַקט אַז זיי אַלע שטיצן דעם   300  - דירות פּלאַן!

עס דאַרף דאָ געשריבן ווערן, אַז די איצטיגע דיסקרימינאַציע אַרגומענטן וואָס מ'האָט אָריינגעגעבן אין געריכט זענען באַזירט אויף אַ דיסקרימינאַציע סעטעלמענט וואָס UJO זעלבסט האט אונטערגעשריבן יאָרן צוריק ווען דער שונא ישרא-ל לאָפּעז האט געוואָלט פאַרטרייבן אידן פון זייערע דירות. די  UJO  האָט אונטערגעשריבן א "קאָנסענט דיקרי" אַז אין דעם געגענט האָט מען מיט דיסקרימינאציע פאַרטיילט דירות אין די פּראַזשעקס פאַר אידן... אַלזאָ,  אַ דאַנק דעם וואָס די  UJO  איז דעמאָלטס איינגעגענגען אויף א סעטלמענט, איז אַרויסגעקומען אַ צוויי-פאכיגן חורבן פאַר אידישע פאַמיליעס. די ערשטע איז געווען אַז הונדערט פופציג משפּחות האָבן געדאַרפט ארויסוואַנדערן פון זייערע דירות און אויף זייער אָרט האט מען אריינגעברענגט כל צרי וכל חולי-רע (כאַלערע בלע"ז)  אין די פּראַזשעקס. זאָל ווען די  UJO  גענצליך פאַרטיידיגן אידן ווי איידער טרעפן וועגן וויאזוי זיך צו געפעלן פאַר'ן אַנטי-סעמיט, וואָלט גענומען לאַנגע יאָרן, צי אפילו מער פון דעם, ביז די געביידעס וואָלטן פול געוואָרן מיט די שווערע עלעמענטן צוליב דעם וואס אידן וואָלטן נישט אָזוי שנעל – און טייל פון זיי וואָלטן גאָר קיינמאָל – געדאַרפט אַרויס מופן פון דארט.

די צווייטע זאַך איז, זאָל ווען די UJO נישט איינגיין אויף דעם סעטעלמענט, וואָלט ווען ביים איצטיגן "טרייענגעל" פּרשה וואַרשיינליך נישט געווען קיין פּרעצעדענט פון דיסקרימינאַציע. די הויפּט סיבה פאַרוואָס מ'קען באַקומען אַ סטעי אויפ'ן באַזיס פון "דיסקרימינאַציע," איז וויבאַלד די UJO האָט שוין אַמאָל אַנערקענט אַז ס'הערשט אַזאַ פּראָבלעם אין דעם געגענט, אַ שטייגער ביי די פּראזשעקטס, און צוליב דעם האט מען איצט פאַרלאנגט – דורכ'ן געריכט – אַז די שטאָט זאל בעסער אריינקוקען אויף דעם דיסקרימינאציע אישו וואָרום די געגנט ליידט דאך שוין פון דעם, ווי די UJO האט אונטערגעשריבן ווען נישט קיין אנדערער ווי לאָפּעז האט געמאַכט די געוואַלדעס. אַלזאָ, די  UJO  העץ ארטיקל וועלכע האט צוויי וואָכן צוריק אפיר-געזוכט עטליכע פּאַראַגראפן פון דעם לאנג געשריבענע געריכטליכע אָנקלאַגע וועלכע איז פיל גרעסער און ברייטפאַרצווייגט ווי אנגעגעבן, האט געזאָלט רעדוצירן אירע קראַקאדאַיל טרערן און אַנערקענען אַז ווען די UJO זאָל נישט אויספאַרקויפן  150  אידישע דירות פאר דעם אנטי-סעמיט לאפּעז, וואלט ווען וואַרשיינליך נישט געווען אַ דיסקרימינאַציע קעיס וועלכע די קאָאַליציע האט אריינגעגעגעבן קעגן דעם  UJO - לאפּעז מאַשין.

 

אַלענפאַלס, די גענויע דעטאלן פונעם געריכט איז נישט וויכטיג אהער צו ברענגען דא. די סך הכל איז אז דער ריכטער האָט איינגעזען אַז די  UJO - לאָפּעז, אונטער -  150   -דירות פּלאַן, איז זעלבסט-דינענד, האָט מען אַרויסגעלייגט אַ סטעי ביז מער אַרגומענטן וועלן געהערט ווערן.

 

רבותי: וואו?

אויף דעם מאָמענט קען מען נישט וויסן וואו די געריכטליכע אָנקלאגע וועט אָנקומען. אויב די סטעי קומט אַראָפּ, וועט עס זיין א פראַגע פון צייט ביז בעלי בתים וועלן דאַרפן אויפגעבן זייערע פּראַפּערטיס אונטער די "עמינענט דאָומעין" געזעצן וועלכע ערלויבן פאַר די שטאָט אויסצוקויפן אַ פּראַפּערטי פאַר שפּאָט ביליג מיט'ן ציל צו געבן א גוטע זאַך פאַר די רבים, אַ שטייגער ווי עפאָרדעבל דירות. יעדע מאָל די שטאָט וויל עס טאָן, שאַפט עס ערנסטע פּראָבלעמען פאַר בעלי בתים, ווייל קיינער האַלט דאָך נישט ביים אוועק מופן פון זיין שטיק פעלד פאַר א שפּאָט-ביליגע פּרייז פאַר די טיפע טאשן פון עטליכע "קאָמיוניטי לידערס." איבעראַל וואו די שטאָט פּלאַנט אַוועקצונעמען אַ לאַט דורך עס אויסקויפן פאַר באָבקעס, קומען פאָר געריכטליכע ראַנגלענישן דאָס אָפּצושטעלן. אבער נישט אייביג געלונגט עס צוריק צו האַלטן די שטאָט, אַ שטייגער ווי עס איז געווען ביים "בערי סטריט" אונטערנעמונג ווי אידן זענען פאַריאָגט געוואָרן פון זייערע פּראַפּערטיס. אַלזאָ פרעגט זיך...

וועלכער מורא הוראה האט געגעבן דאס רעכט פאַר אַ יחיד, צי אָרגאַניזאַציע זיך אַוועקצוזעצן מיט אַן אַנטי-סעמיט און מיט'ן שטאָט צו אויפצייכענען פּלענער וועלכע גאַסן וועלן ווערן אַוועקגענומען אונטער "עמינענט דאָומעין"?

וועלכער מורא הוראה האָט גע'פּסק'נט אז מ'קען אַוועק נעמען פּראַפּערטיס פון בעלי בתים פאַר אַ ביליגע פּרייז, בעת דער אַוועקנעמער אַליינס פאַרדינט פינאַנציעלע, מאַכט, און פּובליסיטי רווחים פון דעם?

וועלכער מורא הוראה האט גע'פּסק'נט אַז איין איד קען אָנדרייען פּלענער ביי די שטאָט-ראַט וואָס וועט ברענגען דערצו אַז אידן זאָלן פאַרלירן זייערע פּראַפּערטיס אין אויפ'ן זעלבן אָרט וועט מען אהין ברענגען גוים?

רבותי! סיי ווער עס האָט אַ פּראַפּערטי ביי די גאַסן וועלכע זענען עטוואָס אַרויסצו פון וויליאַמסבורג, זאָלן געוואָרענט זיין אַז אין איין שיינעם טאָג קענען זיי נאָך זיין אויפ'ן טיש ביי די "עפארדעבל האוזינג" פּלאַן מאַשין וואו מ'וועט אורטיילן אַז דעם איד'ס פּראַפּערטי קען אויסגעקויפט ווערן פאַר שפּאָט ביליג אַלעס פאַר'ן ציל אַז אַ צווייטער איד און אַ דריטער גוי זאָלן פאַרדינען דערויף גרויס געלט.

מילא מ'זאָל ווען געבן די אַלע, צי אפילו בלויז רוב, פון די "עפאָרדעבל" דירות פאַר אידן, וואָלט מען עס אפשר געקענט אַביסל מער פארשטיין. ניין, ס'וואלט נאָכנישט מותר געווען אַוועקצונעמען נכסים פון אַ איד מיט די "עמינענט דאומעין" מאַכט פונעם רעגירונג, אבער פאָרט אַז ס'גייט פאַר אידן, וואלט די רשעות געווען העלפט דעם סייז. אבער רבותי, איך, מיינע חברים, צוזאַמען מיט דאָס גאנצע יהדות וויליאַמסבורג האבן אַלע צוזאַמען שוין חתונה געמאַכט איבער 5,000 קינדער אין די לעצטע צוויי-צענדליגער יארן. דורכאויס די אלע יאָרן קוקן אונז שוין אַרויס אויף די עפאָרדעבל דירות וואָס מ'פארקויפט אונז אַז ס'וועט געטיילט ווערן. אבער היינט אין וויליאַמסבורג קען אַ געווענליכער פּאָר-פאלק ערוואַרטן צו טרעפן בלויז א קליינע, פענסטער-לאָזע, איינס-אַ-האַלב-צימער'דיגע דירה, אין א בעיסמענט פאַר די פּרייז פון 1,200 דאָלאַר אַ מאָנאַט, אדער אַ "בעסערע" דירה אויף די פיפטע שטאָק וועלכער קאָסט צוויי אַ האַלב טויזנט דאָלאַר אַ מאָנאַט, רענט!

רבותי, עס איז שוין העכסט צייט נישט צו ווערן פארטומעלט פון דראַמאטיש-אויסזעענדע, א.ג. פּראָפעסיאָנאַל-איבערגעזעצטע, געריכטליכע דאקומענטן וועלכע פארציילן בלויז אַ צענטל פון די געשיכטע. מיר אַלע דארפן זיך פרעגן איין ווארט: "וואו?" וואו זענען די אַלע דירות וועלכע מ'האט פאַרשפּראָכן? וואו איז די אחריות פון איין ארגאניזאציע צו אַרבעטן מיט אַן אַנטי-סעמיט וועלכער אַרבעט קעגן "דעם וואוילזיין פון אידישע משפּחות אין וויליאַמסבורג, איבערהויפּט אין די פּראזשעקס"? און וואו איז די היתר פון אַ מורא הוראה אַרויסצויאָגן אידן פון זייערע שווערע-אָפּגעהאָרעוועטע פארמעגן און דירות וועלכער מ'וויל אַוועקגעבן פאַר אַ גוי וועלכער וועט עס פאַרטיילן פאַר זיינע מענטשן?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 00:43 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שטארקע ארטיקל איבער בראדוועי טרייענגל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext