בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: קרית יואל שחט מער נישט די כינע'זער פעקין.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2010 20:30 לינק ישיר 
ברעקינג: קרית יואל שחט מער נישט די כינע'זער פעקין.

די אינפארמאציע וואס איך ברענג דא איז העכסט קראנט, און ווי יעדער קען מיך שוין, וועל איך מברר זיין איידער איך שרייב, און דאס וואס איך האב באוויזן צו דערגיין על בוריו.

די 6 רבנים וועלכע זענען געווען ביי די אסיפה פון סאטמאר'ער רבי'ן האב נעכטן דורכגעטאן דעם ענין פון די קאטשקעס, פון אלע סארטן וואס מ'פלעגט ביז היינט שח'טן.


און עס איז אויפגעברענגט געווארן דורך דעם בארימטן גאון רבי אפרים שמעון לייכטאג אז אפילו' וואס מ'האט געמיינט ביז היינט אז ס'איז מסורה'דיג, וואס איז די פעקין איז אויך פארנעפלט (שיין גערעדט), ווייל ביז ווילאנג מ'ווערט נישט געוואויר קלאר די מסורה פון כינע איז נישט אויסגעהאלטן צו עסן די סארט קאטשקעס, לויט ווי מיר זענען חושש צו די דעה פון רמ"א.

די קאשטקעס וואס קרית יואל האט גע'שחט'ן ווייסט מען דערווייל נישט קלאר וואס דאס איז געווען. די לעב איז נישט צוריקגעקועמן קיין רעזולטאטן, אפשר ווייל ווייל די פארפרוירענע געזאצלצענע פראדוקטן פון פריזער האבן חרוב געמאכט די די.ען.עי. באווייזען אויף 100 פראצענט, אדער צוליב אן אנדערע סיבה.

דער מציאות איז אז די לעב רעזולטאטן זענען נאך נישטא. און דאס האט רבי משולם פאלאטשעק איבערגעבן בפרטי פרטיות פון די רבנים.

איז יעצט אז אפילו מ'וועט יא געוואויר ווערן אז ס'איז זיכער פעקין ווי די שוחטים האבן מעיד געווען, האט מען ווייטער גארנישט דערפון, ווייל די מסורה פון די היייליגע פעקין איז נישט מבורר, און בית השחיטה דקרית יואל וויל עס נישט מתיר זיין, ביז ווילאנג אנדערע רבנים וועלן עס מתיר זיין, ווי עס איז געווען דער פאל מיט די טוירקיס (אינדיקעס).

די אינדיקעס איז טאקע דא אאך וואס זענען זיך מחמיר עס נישט צו עסן ווייל עס האט נישט קיין מסורה, און וויבאלד די תשובה ספרים זענען פול דערמיט, און אסאך זענען עס מתיר, האט מען שוין א בר סמכא אויף וועמען סומך צו זיין.

די פעקין איז יעצט בערך אין אזא קאטאגעריע ווי די מוסקאווי, און קרית יואל בית השחיטה וויל מחמיר זיין.


עס איז שווער צו גלייבן אז אנדערע בית השחיטה וועלן נאכטאן, ווייל ווי באקאנט האבן אנדערע שחט' הייזער (בית השחיטות)קיינמאל נישט קיין פראבלעמען און קיינמאל נישט קיין שאלות. און די פעקין וואס די אנדערע שח'טן, האבן זיכער יא א מסורה פון כינע.

פרעגט נישט וויאזוי.


תוקן על ידי צומתהגידין ב- 28/01/2010 20:35:12




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2010 20:50 לינק ישיר 

שיין זעמיר אויס אז די "מהודרת" צוזאמען מיט ר' אהרן און אלע זייערע דיינים האבן געדארפט נתעורר ווערן דורך דרויסענדיגע רבנים! לולי ר' יצחק שטיין וואלט "מהודרת" אונז נאך היינט געפיטערט מיט די נישט מסורה'דיגע קאטשקעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2010 21:01 לינק ישיר 


נפל זיי נישט באזארגט דיר האט מען נישט געפיטערט.

סהאט גאר נישט מיט ר' יצחק שטיין ווייל איבעראל שעכט מען די פעקין אפי' ביי ר' יצחק שטיין

צומת גייט מען אויף הערן צי שעכטן קאטשקעס בכלל??

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/01/2010 23:27:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2010 21:04 לינק ישיר 

ר' יצחק שטיין האט קיינמאל נישט געגעבן א הכשר אויף קאטשקע פלייש!
דאס ערשטע און איינציגסטע מאל ווי זיין בי"ד איז געווען מוכן צו געבן א הכשר איז געווען יעצט ווען די פרשה האט אויסגעבראכן, און זיין בי"ד האט געראטעוועט דעם מצב! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2010 21:14 לינק ישיר 


נפל פארקויפט דיינע ליגענטס אין די פורם וואס די האסט געוואלט לייגן דיין אשכול.

ר' יצחק שטיין געט די הכשר אויף איטערנעשאנל\חיימאוויטש זיי פארקויפן קאטשקע פלייש פאר יארן.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/01/2010 21:50:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2010 21:30 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער וועט מער נישט דיין קיין קאטשקעס פון קרית יואל בית השחיטה.


אויב ר' יצחק שטיין האט געראטעוועט דעם מצב, אפשר קען זעהן ער זאל אויפהערן צו פיטערן דעם עולם מיט מפוקפק'דיגע "באפעלאו" פרענקפורטערס וואס ער פארקויפט.

דער חזון איש האט עס גע'אסורט'.


אפשר וועלן די משמרת למשמרת ליצים ארויסקומען אז זייערע באפעלאו און (ביסאן) פראדוקטן איז אנדערש.
און דאס האט דער "חזון איש" נישט גע'אסורט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: קרית יואל שחט מער נישט די כינע'זער פעקין.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext