| נשלח ב-3/2/2010 07:08 |
|
| |
א פארלאנג צום ווילידזש: מאכטס ארדענונג!
אונז פארלאנגען פון דעם ווילידזש צו מאכן איינמאל פאר אלעמאל ארדענונג אין קרית יואל און שטעלן די בני יואל אין פלאץ.
איך וויל וויסן פארוואס ווען איינער רופט 911 קומט די קאל אן צו די סטעיט פאליס און נישט צו די פובליק סעיפטי.
ס'איז צייט איינמאל פאר אלעמאל ארויסצוקאפען די סטעיט פאליס פון קרית יואל און קרית יואל זאל פראטעקטעד ווערן דורך די פובליק סעיפטי, אזוי וועט יאסל וואלדמאן נישט קענען נוצן די סטעיט פאליס צו ארעסטירן אומשולדיגע איינוואוינער ווייל זיי האבן אויסגערופן מיט א מייק קעגן יואליש מארגנשטערן.
שוין צייט איינמאל פאר אלעמאל צו ווייזן אונזער majority power.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 07:16 |
|
| |
וואס וועסטו האבן אז מגייט ארויסווארפן די פאליס? זיי וועלן דאך מסרן פאר די קארט, און עס וועט גיין העכער און העכער ביז וואשינגטאן?
נוץ אביסל שכל, אז דו האסט שוין א השפעה אויפן ווילידזש בעט זיי אפען: ווארפטס ארויס פרעזידענט אבאמא פון אמעריקא!
פארוואס ווען מען רופט די ווייט האוז דארף אבאמא אויפהייבן? פארוואס הייבט נישט כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אויף די טעלעפאן אינעם ווייט האוז? סצייט צו ווייזן די קרית יואלע כח!
גדלי' סעגעדין! ערלעדיג עס!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 07:22 |
|
| |
קען זיין גדלי' איז נאך אלץ ביזי מיט נקמה פאר יאנקי סופר פארדעם ליגט אים נישט די קאפ ביי די ווילידזש.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 07:39 |
|
| |
גאנציגער, ארויווארפן אבאמא וועלן מיר איבערלאזן פאר בני יואל, וואס איז נאך ברוגז פון ווען ער האט נישט געענטפערט זייער בריוו.
ארגינעלער, די פארשלאג איז שוין זייער אלט, און דער איד האט שוין אפילו געהאט אמאל "אמתע" פיקטשערס פון חסידישע פאליס, אבער די ווילעזש קען נישט מאכן קיין פאליס אן א קאורט סיסטעם, און סוועט קיינמאל נישט געשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 07:51 |
|
| |
גאנציגער, נאריש.
צענדליגער ווילידזשעס אין ניו יארק האבן זייערע אייגענע פאליס דעפארטמענטס.
די ראמאפא פאליס טרעט געווענליך נישט אריין אין ספרינג וואלי, ווייל ספרינג וואלי האט זייער אייגענע פאליס.
ביז אהער, איך ווייס נישט אויב ס'פעלט זיך אויס צו האבן אן אייגענע קאורט כדי צו קענען האבן אן אייגענע פאליס.
אגב, סקווער האט אן אייגענע קאורט וואס קומט שטארק צונוץ פאר מענטשן אויף וועמען די פאליס פארלייגט זיך אומשולדיג ווייל דער דזשאדזש טוט זיי ריינוואשן. אבער מענטשן וואס האבן באקומען א טיקעט ווייל זיי האבן געספידט די מוזן באצאלן ווי טאטעלעך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 09:42 |
|
| |
די ווילידזש פּופט.
אויב קענען מענטשן בלאקן א טראק אויף סאטמאר דר. ווייל זיי הערן עפעס וואס עס שמעקט זיי נישט (אבער ווען זיי פירן ארום א טראק מיט מייקס אין שטעטל באקומען זיי א פערמיט) אין זיי ווערן נישט ארעסטירט דורך די פאליס, דעמאלס פופט די וויליזש
אויב קען יאסל וואלדמאן מאכן פאני קאלס און סטראשען צו ברענגען פאליס אויף מגידי שיעורים, דעמאלס פופט די וויליזש
אויב קענען די באסעס פון סאסמאנס מוסדות ווארפן פאשקעווילן אויף די גאסן אין זיי ווערן נישט אפגעשטעלט, דעמאלס פופט די וויליזש
אז אומשולדיגע בחורים ווערן ארעסטירט אבער טעראריסטן פון בני יואל דרייען זיך ארום פריי דעמאלס פופט די וויליזש
גדלי', דער עולם וויל זעהן רעזאלטס. די האסט א זעלטנעם כח לויטן געזעץ פין ניו יארק, ניץ עס!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 09:45 |
|
| |
פון די לאקאלע פעפערס:
State Police continue to patrol the area top prevent further activities from occurring and keep residents safe, troopers sat Sunday. The Village of Kiryas Joel Department of Public Safety has been relatively ineffective with assisting the State Police with the incidents causing State Police resources to become taxes in the Monroe patrol area, according to the State Police.
גדלי' דאס זאגט זייער אסאך פאר דיר!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 16:03 |
|
| |
אה, ענדליך רופט מען זיך אן דא
פארוואס איז די גאנצע שטעטל באקלעפט מיט סטיקערס קעגן דוד עקשטיין, נישט אז מיר באדערט דוד עקשטיין'ס כבוד, ווייל אים אליין באדערט עס אויך נישט, אבער פארוואס קען נישט די ווילידזש קער נעמען אויף דעם שמוץ וואס די שמוציגע יונגען מאכן.
איך מאך מיר צו די אויגן און איך פרוביר צו טראכטן ווען יודל כהנא און מענדל שווימער וואלטן נאך היינט געווען ווילידזש טראסטי, וועלכע פוינט וואלט געקענט זיין ערגער אין די לעצטע צוויי וואכן?
יאשקע משומד מאכט פאני קאלס אין ישיבה, און מען טוט נישט גארנישט, ווען צוויי בחורים וואקן דורך טשאטע ביהמ"ד און ווערן ארעסטירט (איינער א יתום) טוט מען גארנישט.
איך דארף מיר נישט גיין נאכפרעגן וואס דארט איז געווען ווייל איך קען די טענענבוים'ס, איך האב אויך אמאל געלערנט אין צעירים, די האבן אלס געמאכט צרות סתם פארן דורכוואקן דעם שארטקאט דארט.
איר געדענקט נאך די וויינערייען אז ממש מען טעראריזירט מענטשן, ר' מרדכי אהרן זאבעל האלט א דרשה פאר די בחורים ער ברענגט עס דעם חומר הענין פונעם סידור קידושין ובאותו שעה ברענגט ער ארויס אז מען וועט גארנישט אויפטון מיט טון ווילדע אקציעס, מען זאל זיך האלטן רואיג, פארן חטא פון אדרעסירן דעם נושא מאכט מען אים פאני קאלס א גאנצן טאג.
און די זעלבע זאך איז מיט קהל, מען מאכט א מיטינג מיט אלע טובים, און וואס זענען די רעזאלטס?
אז מען דארף איבערלייגן די גרויסע צעטלעך צו די קליינע (צו שרייעדיג-נוסח מ"ל) און מען דארף שרייבן ר' אויפן פורץ גדר
עני טינג עלס?
====
אונזער רוף צו די ווילידזש און קהל
טוט צו די זאך
ווייל אם החרש תחרישי לעת כזאת גייט דאס ארויסגיין פון די גלייזן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 16:56 |
|
| |
איך שטוין די לעצטע שטיק צייט ווי אזוי אונזער ערוועלטע פירער פירען זיך אויף סיי די ווילעדזש און סיי קהל,
פאשטינקענע ביוראקאטיע פונקט ווי אין א שטאטישע אפיס!!!
אלעס גייט מיט מיטונגען וואס האט נישט קיין רעזאלטס אזוי ווי וואלןסח האט געשריבען דא פריער!!!
אלעס מיטן תירוץ אז אונז זעמיר נישט קיין חיות... אונז זעמיר נארמאלע מענטשען.... אויב ווילסטו זיין א נארמאלע מענטש דאן טו דיר אויס די הענטשקעס און טוטס ענקער פליכט!!! אונז ווער מיר סייווי פארשריגען און ארעסטירט אפילו אונז טו מיר גארנישט! אויב אזוי פאר די זעלבע געלט טו כאטשיג עפעס!!!
איז די רבי'ס כבוד הפקר????
פוי!!! עקעלדיגע מי בראש בהמה'ס!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 17:23 |
|
| |
איך שליס מיך אויך אן מיט די אנדערע וואס רופן אז די ווילידזש זאל זיך אנגארטלען און מאכן סדר דא
אבער נאך אלעמען איז ביז_אהער גערעכט אז די ווילידזש וועט סוכ"ס נישט מאכן קיין אייגענע פאליס, ווייל זיי ווילן נישט נעמען פאראנטווארטליכקייט צו דארפן טיילן טיקעטס פאר די וואס פארלעצן דעם געזעץ אא"וו, וואספארא פנים וועט טראגן ווען א חסידישער איד קייטעלט זיין חבר שכן קרוב
עס איז אבער נאריש צו זאגן אז די ווילידזש פּופט, מען האט נישט ארעסטירט די פאשקעווילן ווארפער אינמיטן די נאכט פונקט אזוי ווי די סטעיט פאליס (לייען: בני יואל זאליס) האבן נישט ארעסטירט די ארונים וואס האבן אויסגעווארפן צעטלעך אינמיטן נאכט, דאס אז אומשולדיגע בחורים ווערן ארעסטירט איז פשוט ווייל יענער איז דער מסור! אדרבה זאל איינער פרובירן אריינצושלעפן אין בעיסמענט צוויי אומשולדיגע זאלי בחורים (אזוי ווי טענענבוים האט געטון) און רופן פאליס מיט א בלבול אז זיי האבן צעבראכן זיינע פענסטער און פוינטן אויף די צוויי בחורים, וועט דען פאליס נישט ארעסטירן די צוויי זאלי בחורים, וועט דען מסור וואלדמאן קענען אפהאלטן מען זאל זיי נישט ארעסטירן?
נאר וואס דען, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביי יעדע סכסוך שטייען די סטעיט פאליס אויף די בני יואל/זאלי זייט, און דאס איז א זאך וואס מען דארף קעיר נעמען, אבער אזא זאך גייט נישט פון איין מינוט צום צווייטן, איך פארלאז מיך אויף ר' אברהם ווידער מיט זיינע פאליטישע פארבינדונגען אז דא גייט ווערן סדר איין טאג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 18:06 |
|
| |
מען דארף נישט מער ווי דערמאנען אז פאר צוואנציג יאר צוריק איז עס אויך ארויס פון די גלייזן ווייל קהל האט גארנישט געטון, די בני יואל האבן דאן נאך געהאט חוצפה אריינצוקומען אין ביהמ"ד און ארויסהענגן א צעטל מיט נעמען פון בחורים וואס האבן דעמאלטס איבערגעקערט די יפו ביהמ"ד.
געט אביסל צייט און דאס וועט זיך איבער חזרן, זייער טראציגע חוצפה האט נישט קיין גבול, שטיין ביי יענעם אין ביהמ"ד און רייסן צעטלעך, האט דיר איינער געפרעגט, זענען אלע ביזי מיט בזיון תלמיד חכם, און פארגעסן פונעם מאמר חז"ל ת"ח שאין בו דעת וכו'.
מל"ג וועט שנעלער באשייגעצן איינעם פארן טראכטן צוצוגיין צום עמוד א מינוט פארן זמן, ווי איינער וואס רייסט אראפ די צעטלעך פאר זיינע אויגן.
און לעבעדיגער דיינע ווערטער זענען אומפארשטענדליך, ווייל אונזערע מענטשן האבן קיין פאשקעווילן נישט געווארפן, איך האב גערעדט צו איינער פון די עסקנים וואס איז געווען אינוואלווד און איך האב אים געפרעגט פארוואס מען מאכט נישט ווייס די ראוד'ס מיט צעטלעך כדרך שעשו הם, אבער זיי האבן עס אפגעווארפן.
למעשה זיי פירן זיך דא כאדם העושה בשלהם, אלע סטאפ סיינס און נאו פארקינג סיינס זענען באקלעבט מיט סטיקערס, און ס'אינטערעסירט נישט קיינעם.
פארלאזן זאלסט דאך אויפן באשעפער, און איך גלייב אויך ס'גייט ווערן סדר, די שאלה איז ווי אזוי און דורך וועם, און וויפיל בזיונות ס'גייט דיר נאך ברענגן אינצווישן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 18:53 |
|
| |
איך האב פייגעלעך אין קאפ וואס זאגען מיר אז צו די מענטשען מוז מען האבן א משה גבאי, פונקט ווי מ'האט געזאגט אז צו איראק מוז מען האבן א סאדאם כוסעין.
הגם איך וואלט נישט צוריקגענומען דעם שלאנג אפילו ס'קאסט אביסעל עגמת נפש אויף די מינוט, אבער אביסעל מוז מען צוריקנעמען זיין טעראריסטישע גאנג אויף ביז ס'ווערט סדר!
מ'דארף די חברה צוריק אריינשליידערן אין מייזן לאך!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 19:31 |
|
| |
אויסער פארפירן קען איינער פארשלאגן עפעס זאכליך?
געדענק, וואו פונקטליך זעמיר אונז אנגעקומען מיט משה גבאי? האט ער אפגעהאלטן בני יואל? זיינע צעדרייטע ארבעט האט געברענגט א פאקט אז 40% פון שטעטל איז היינט קעגן אונז, אסאך פון די מענטשן וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען אהין ווען נישט דעם רשע.
נעם למשל וואס די בחורים האבן געטין די וואך אין בית מרדכי, וועם האבן זיי אפגעטין און וואס האבן זיי אויפגעטין? סתם גענומען אזא מענטש למשל ווי אבגדור שלום מייזעלס און מפאשט אים אריבער גענצליך צו די אנדערע זייט. ועוד כהנה וכהנה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 19:52 |
|
| |
די אשכול האט בערך אזא פנים:
יא! עס פאדערט זיך שוין לאנג אז די ווילידש זאל נעמען די זאך אין די הענט אריין, פארוואס שלאפן אונזערע ערוועלטע? פארדעם האבן מיר זיין ערוולעט?
איך הלאט אז מען זאל מאכן א אייגענע פאליס דיפארטמענט און אויב פעלט אויס פארדעם א קארט סיסטעם זאל מען מאכט א קארט סיסטעם און אויך א תפיסה. די ערשטע געזעץ אינם קארט סיסטעם זאל זיין אז אלע "קרעציגע" זאלן מיזן יעדן טאג ניצן 'ניקס' און קעמן די האר אויב נישט וועט מען ארעסטירן אלע זייערע קינדער. די צווייטע געזעץ זאל זיין אז די רב באקומט א געזעצליכע כח אויף סידור קידושיןץ
איך גלייב אז די "קרעציגע" וועלן נישט פאלגן די קארט אזוי וועט מען קענען ארעסטירן אלע בני יואל און זאלי'ס אין איין טאג! און גענדיגט מיט אלע צרות.
---
קינדערלעך וואקסט אינטער
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 19:56 |
|
| |
הערטס אויס, דער רביצין שול מעשה האט זיי זייער אויפגערעגט און עטס האטס ווען געדארפט וויסן פאראויס אז דאס גייט קומען, עטס קענטס נאר פארדאנקען עקשטיין, יעדער בר דעת האט דאן פארשטאנען אז ס'יצא שכרו בהפסדו,
די סידור קידושין איז נאר געקומען מחמת כעס ונקמה, דער נאטור איז ווען איינער ברענט פאר נקמה זעהט ער נישט קיין שום שלעכטס און וואס ער טוט, די זאלויניס ווילן נאר איבערקערנישן אין קרית יואל, פאשקעווילן, ארעסטן, מחאות, זאל זיך טון מהומות, זאל זיין אין די נייעס, אין דאס איז דער גרעסטער בזיון פאר ר' אהרן
דער ווילעדש קען דאס נישט אפשטעלן, זיי זענען גערעגט, און זיי וועלן אלס טרעפן וועגן זאל זיך עפעס קאכן.
בקיצור: זאגט אלע שכוח פאר עקשטיינ'ען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 20:03 |
|
| |
סקאט, וואס רעדסטו נארישקייטן, די זאל בויט זיך שוין א לאנגע צייט, ס'האט זיך נישט אנגעהויבן פאר 2 חדשים צוריק. אלע בני יואל זענען "געבוירן" און אויפגעהאדעוועט מיט דעם "חינוך" אז א"ט איז א רשע שגץ וגו' (כוויל נישט זאגן ווייטער - מיין פען איז נישט אזו שמוציג), און ביי זיי איז גארנישט קיינמאל געווען קיין פראבלעים. דעץ אלל.
און דאס אז זיי ווארפן פאשקעווילן, פארדעם איז יצא שכרו? מאכסטעך נאריש?
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 03/02/2010 20:04:56
|
|
|
|
|