די לעצטע הכנות גייען יעצט אן אין קרית יואל צו די גרויסע חתונה דעם דאנערשטאג בבית כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווען עס גייט צו די חופה די טאכטער פון הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א, רב ביהמ"ד אבני צדק אין קרית יואל.
קבלת פנים: בבנין מבצר הכוללים
חופה: פארנט פון ביהמ"ד הגדול
סעודת החתונה, ריקודין, מצוה טאנץ: אין ביהמ"ד הגדול
שישו ושמחו בשמחת רבינו
נשלח ב-3/2/2010 19:46
וויפיל אזייגער איז גערופן די קבלת פנים? לעצטענס קומט רבינו שליט"א אריין פונקטליך אויפן האר ווען עס שטייט אויפן צעטיל.
נשלח ב-3/2/2010 19:56
די לעצטע הכנות גייען אן:
נשלח ב-3/2/2010 23:58
לעבעדיגער כתב:
וויפיל אזייגער איז גערופן די קבלת פנים? לעצטענס קומט רבינו שליט"א אריין פונקטליך אויפן האר ווען עס שטייט אויפן צעטיל.
די בני יואל ווילן נאר אז "יענער" זאך פארעכטן, טרעפן "יענעמ'ס" עוולות, אמאל טרעפט מען טאקע עפעס א קלייניגקייט און מ'מאכט זיכער עס אויפצובלאזן די בעסטע וואס שייך למען כבוד שמו יתברך.., און אמאל פאבריצירט מען. דאס איז טייטש שלעכטע רשעים מיט א פרומען לבוש.
נשלח ב-4/2/2010 20:58
צוריק צום ענין:
איך הער יעצט אז רבינו שליט"א גייט אריינקומען אין ביהמ"ד "ביי די סעודה" פאר די פלייש. אום 8:30 (פונקטליך).
נשלח ב-5/2/2010 00:45
Rabbiny Shlit"a Now (5:45) Now On Way To Kabulas Punim!!
נשלח ב-5/2/2010 00:59
מנחם מענדל שרייבט אזוי:
רבינו שליט"א האט אריינגעברענגט א נייעם רעיון אין סאטמאר: "אין שיעור למעלה"! ס'איז לגמרי נישט קיין באשולדיגונג אויפן עבר ווען מען פארבעסערט עפעס, אדרבה, עס איז א שטאלץ!
און אני הקטן וועל צוגעבן צו מנחם מענדל: יפה דברת!
דיין רבי האט באמת אריינגעברענגט א נייעם רעיון אין סאטמאר: "אין שיעור למעלה"! מען מעג בארעדן די פריערדיגע אן קיין שיעור.
צו גיין זאגן אויף די גדולי ישראל מדורות הקודמים אז "זיי האבן ארויסגענומען א היתר פון טאש" איז טאקע א נייער רעיון אין סאטמאר!
צו גיין זאגן אויף די שחיטה דא אין אמעריקע וואס איז איינגעשטעלט געווארן דורך די גדולי ישראל מדורות הקודמים אז "לבי נקפי", איז טאקע א נייער רעיון אין סאטמאר!
צו גיין זאגן פאר אחים וויינשטאק אז מיין טאטן האט איר געקענט פאפן איבער די שחיטה אבער מיך וועט איר נישט פארדרייען, איז טאקע א נייער רעיון אין סאטמאר!