גרויס הצלחה ביי "הצלחה" פלייש געשעפט אין קרית יואל
היינט בין איך אריין אין "הצלחה" פלייש געשעפט אין ק"י, ווי איך בין לעצטענס געווארן א קאסטומער, האב איך געכאפט א שמועס מיט די מענעדזשער פונעם געשעפט, אויספרעגענדיג ווי אזוי עס גייט די ביזנעס, זאגט ער מיר אז ב"ה, און אז ער האט ממש יעצט געמוזט אויפנעמען א נייע ארבעטער נאכצוקומען די אלע נייע קאסטומערס, וואס זענען לעצטענס צוגעקומען, ממש אז ער איז ביזי אין קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער דארף דאפלען זין אינוויטארי דאפעלט, אין סטאר איז ממש נישט דא ווי זיך צו רירן, נאכדעם וואס ווען מען האט עס געבויעט האט מען נישט געטראכט פון אזוי סאך קאסטומערס, ער ווייזט מיר אין קאמפיוטער אז די לעצטע צוויי וואכן האט ער אריבער 600 נייע סטעדי קאסטומערס, אזוי אויך אסאך קאסטומערס וואס פלעגן אמאל קויפן נאר א חלק פונעם ארדער קויפן שוין היינט די גאנצע,
ער זאגט אז ער ווארט שוין אז דע זאליס זאלן עפענען ווייל ער קען נישט אזוי עס איז אים צו שווער, פרעגענדיג ווי האבן די אלע מענטשן געקויפט ביז היינט, פרעגט ער מיר צוריק און ווי ביזטו געווען, פונקט ווי די האסט יעצט געטוישט אזוי האבן אויך אסאך אנדערע געטוישט.
אין אנדערע נייעס, הרה"ח ר' יודא האלענדער שליט"א, א שוואגער מיטן בעל אגלי דבש א דיין אין קרית יואל, האט די וואך חתונה געמאכט, און ער האט געהאט ארויסגענומען קרן ויואל משה פאר שבת שבע ברכות, אבער אזוי ווי מען האט אים נישט געוואלט געבן אנדערכ פלייש, האט ער עס געקענסעלט, און געלאזט פארפאלען גיין די דיפאזיט, און ער מאכט דאס אין ביהמ"ד ויואל משה דקהל יט"ל 5 גארפילד, די ביהמ"ד וועט האבן די זכיה דעם שבת אז הגאון בעל אגלי דבש א דיין אין קרית יואל, וועט זיך געפונען דעם שבת אין דעם חשוב'ען ביהמ"ד.
 |
|
|