א מלחמה כבידה האט אויסגעבראכען צווישען די מוסדות על טהרת הקודש, עדה החרדית, און די זאליס.
די זאליס דרייען איבער די שטאט די לעצטע פאר וואכן, זיי ווילן מאכן א קבלת פנים אין ככר השבת, זיי ווילן אז אלע מוסדות זאלן ארויס שיקען זייערע קינדער צום קבלת פנים פאר ר' זלמן.
די מוסדות האבן לכתחילה געזאגט בלא, עס איז נישט דא קיין שום היתר מבטל תורה זיין, נעמען די תינוקות של בית רבן פאר א קבלת פנים פאר א עם הארץ א הולך לבג"ץ'ניק, די זאליס האבן זיך געוואנדען צו די הנהלת העדה, פאר צוויי וואכן צוריק איז פארגעקומען א מיטונג פונעם וועד הפועל העדה, ווי די זאליס האבן פארפירט ובראשם אפרים שטערן, אז טאמער מען שיקט נישט ארויס די קינדער דעמאלס איז מען מבזה ר' זלמן, און מען גיט מער נישט קיין געלט פאר די אלע מוסדות.
אויך האבן די זאליס פארפירט אז די קבלת פנים דארף מאכן די עדה החרדית, און זיי דארפן מחייב זיין אלע מוסדות צו שיקן די קינדער.
די החלטה איז געבליבען אז טאמער די זאליס וועלן באצאלען קען מען רעדן דערפון, עס איז געבליבען אז די זאליס וועלן געבן 36$ פאר יעדעס קינד פון די מוסדות פלוס די הוצאות פון ארויסברענגען די קינדער, דעמאלס וועט מען די קינדער שיקן, און פאר די כולללים 50 דאלער א אינגערמאן, אבער נאך א תנאי אז מען דארף געבן די געלט קודם פארן קבלת פנים, ווייל זיי זענען געוואור געווארן דאס וואס די זאליס האבן געטאן אין אנטווערפען צוגעזאגט מיליאנען, און גארנישט געגעבען נאר גאר איבערגעלאזט א זאק מיט חובות.
ווען די מוסדות האבן עס דערהערט האבן זיי אנגעהויבען פארפירען אז זיי זענען נישט מסכים, זיי זענען נישט קיין בהמות, $36 א קינד איז חוזק געמאכט, זיי האבן געזאגט בלא, ר' יעקב ראטה פאריגע וואך דינסטאג, געמאכט א מיטונג ביי זיך אינדערהיים, ווי ער האט געריפען יעדע מוסד באזינדער, ווי רוב האבן איבערגעגבען פאר די הנהלת העדה אז זיי זענען נישט מסכים.
די איינציגסטע וואס האבן געזאגט אז זיי זענען יא מסכים איז תולדות אהרן, ווייל זיי האבן געזאגט אז די זאליס האבן זיי צוגעזאגט 300 טויזענט דאלער, ווי די אנדערע מוסדות האבן עס געהערט האבן זיי אנגעהויבען צו שפרינגען, דושינסקי האט געשריגען פאר זיי האט מען צוגעזאגט נאר 80 טויזענט, און אז תולדות אהרן באקומט 300 דארפן זיי כאטשיג אזוי פיל, משכנות הרועים האט געמאכט יעלות אז פון זיי האט מען סתם פורים געמאכט מען האט זיי צוגעזאגט נאר 10 טויזענט און מען וועט זיי עס באצאלען חודש אב.
די פאפיטעס עסערס תפארת ירושלים, האט געמאכט קולות, ווייל פאר זיי האט מען געזאגט אז מען גיט זיי גארנישט, ווייל מען טוט שוין גענוג פאר זיי א גאנץ יאר, מיט דעם וואס שאול פערלשטין מאכט זיי א טיי אווענט, וואס ברענגט אריין קנאקעדיגע 5000 דאלער, ברסלב האט געזאגט פאר זיי האט מען צוגעזאגט נאר 18,000 זיי דארפן כאטשיג 150, שומרי החומות האט געזאגט זיי האט מען צוגעזאגט נאר 50 זיי דארפן מער.
אזוי האט זיך געטאן טישן אין בענק, די הנהלת המוסדות האבן קלאר געשטעלט פאר ר' יעקב ראטה, אז עס מיז זיין גרויס געלט און COD, נאך פארן קבלת פנים מיז זיין דאס גאנצע געלט אויסגעצאלט. אויף די זאליס האט דאס געלאנדעט ווי א האריקען, זיי האבן אנגעהויבען ארום צו לויפן צו יעדע מוסד באזינדער צוזאגען גרויס געלט, פאר דושינסקי האבן זיי שוין צוגעזאגט 150, איצט קומען די מיידל שולעס, און שרייען זיי דארפן אויך געלט, בקיצור עס טוט זיך טישן און בענק געלט אהער געלט אהין. די הויפט טענות פארוואס די מוסדות שרייען COD, דאס גאנצע מיז זיין באצאלט פאראויס. 1) אנטווערפען די בעלאני דארט, ווי מען האט קיין דאלער נישט איבערגעלאזט נאר א זאק חובות. 2) פאר אפאר יאר צוריק האבן די זאליס געהייסען תולדות אהרן און דושינסקי אנטאן אלע קינדער ווייסע העמעדער און מאכן א קבלת פנים פאר שלום יוסף בראך, און אזוי האבן זיי געטאן, און עד היום האבן זיי קיין פעני נישט באקומען. 3) משה שמואל זופניק האט צוגעזאגט פאר שומרי החומות 250 טויזענט דאלער מען זאל מאכן ר' זלמן פאר סגן נשיא, און באצאלט האט ער נישט קיין פעני עד היום.
4) די זאלי מלמדים אין ירושלים האבן שוין נישט באקומען קיין געהאלט פאר 5 חדשים, און סטרייקען יעדען צווייטען טאג, אז זיי באקמען נישט זייערע געהאלט מיינט דאס אז די אלע הבטחות זענען פיסטע גארביטש.
ווי עס קוקט אויס וועלן אלע אינאיינעם זינגען פארן הולך לבג"ץ דעם שבת פרה ניגון: שור שנגח את הפרה טאריי ריי ריי ראם...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 07/02/2010 21:42:41
 |
|
|