| נשלח ב-8/2/2010 03:50 |
|
| |
גענעראל פארזאמלונג באריכטן
דא וועל איך פרובירן צו אפדעיטן באריכטן פונעם גענעראל פארזאמלונג.
-----
מקען עס יעצט מיטהאלטן אויף קול סאטמאר 212-444-9899 #311
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 03:52 |
|
| |
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:31:37
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 03:58 |
|
| |
יושב ראש: הרה"ג בנציון לאוב שליט"א
--
ביהמ"ד הגדול אפן מיט אלע פאליש'ן, פול מקצה אל הקצה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 03:58 |
|
| |
בעפאר האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם וויעדער, ראש הקהל וראש העיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:02 |
|
| |
הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א הייבט אצינד אן די דרשה
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:04:05
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:07 |
|
| |
הדומ"ץ: מ'טרעפט אסאך גדרים וסייגים ביי חז"ל, אבער "אזאנע שארפע לשונות", זעהט מען נישט ביי קיין שום אנדערע ענין!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:09 |
|
| |
הדומ"ץ: איינער וואס איז נישט געשטעלט אלס רב אין שטאט, טאר נישט מסדר קידושין זיין "מעג ער זיין דער גרעסטער רב"!... איך שיהי', ער איז א פורץ גדר!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:13 |
|
| |
הדומ"ץ: רבינו הקדוש האט געמאכט די שטאט ווייל ער האט געוואלט עס זאל זיין ווי די שטעט אין איירופע. שאל אביך ויגדך, אינדערהיים, אז איינער זאל מסדר קידושין זיין אן רשות, אזא מושג איז נישט געוען!
היעלה על הדעת אז אזא הארבע זאך - האט די רבי געוואלט - זאל אין די שטאט זיין הפקר??!!
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:30:49
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:17 |
|
| |
הדומ"ץ: ס'איז שווער צו זאגן, אבער איך שפור פאר א חוב, אזוי ווי רביהקוה"ט האט מיר געזאגט איך זאל ארויספארן זיין מורה הוראה אין די שטאט, צו זאגן חוות דעתי, נאכן מעיין זיין זיין אין די הלכה, אין די פוסקים און אין אלע פריערדיגע ספרים:
ס'איז קלאר, אז דא אין די שטאט, און אויך אין די גאנצע "גלילות" איז אסור בהחלט מסדר קידושין זיין אן רשות פון מרא דאתרא כ"ק רבינו שליט"א!
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:23:48
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:20 |
|
| |
דער יושב ראש גיט איבער נאך פרטים וואס איז אויסגעשמועסט געווארן ביי א אסיפה ביים דיין אין שטוב, בעפאר די גענעראל פארזאמלונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:36 |
|
| |
דער רבי האט ממנה געווען רבי יחזקאל ראטה אלס דיין, רבי יח"מ פריעדמאן אלס דיין, ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מיכל האט אויך דער רבי געשטעלט אלס טובי בעיר און דאך האט מען זיך געטרויט מחולק זיין מיט זיי, נו פארוואס טראכט נישט דער אגלי דבש אז מען וועט אויף אים אויך מחולק זיין?
צווייטענס, וואס האט צו טו דאס אז דער רבי האט אים געשטעלט מיט דעם צי זיין ווארט איז מער בינענד פאר סיי וועמען ווי דעם שארמאשער רב?
און אז דער רבי האט אים געשטעלט איז דאס טייטש אז רבי ארי' ראזענפעלד קען מיט אים נישט מחולק זיין און האלטן אז מהר"א איז נישט דער רב?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:37 |
|
| |
איך האלט אז ער האט ניטאמאל דערליווערט פאר די ארונישע פארטיי וואס זיי האבען געווארטעט צו הערן און זיכער נישט פאר די האלבע שטעטל וואס האלט אז מהר"א איז נישט מרא דאתרא
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:41 |
|
| |
עס איז אמאל געווען אז רבי משה פיינשטיין האט אמאל געשריבן א תשובה און דארט איז געשטאנען אנדערש ווי דער חתם סופר. ווען מען האט אים אויפמערקזאם געמאכט דערוועגען, האט ער געבעטן א תשובת חתם סופר ווייל ער וויל אריינקוקען אינעוויייניג. און נאכן מעיין זיין אינעווייניג האט ער צוגעשריבען צו זיין תשובה, ולא כחתם סופר.
און דא זאגט דער שארמאשער רב: ולא כאגלי דבש, און פטור אן עסק.
תוקן על ידי באלאנד ב- 08/02/2010 04:42:45
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:42 |
|
| |
באלאנד, וואס לדעתך וואלט ר' געציל געדארפט זאגען אז ער זאל יא האבין דעליווערט פאר די אהרונישע פארטיי??????
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:43 |
|
| |
סארי באלאנד, האסט א טעות גדול. מ'האט נישט פרובירט "דיר" עפעס צו איבערצייגן. נישט צו דיר האט מען גערעדט. קענסט גיין שלאפן רואיג.
אויב וועגן דעליווערט פאר אונז, האט דער דיין געזאגט דא א דרשה וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזאגט! איך האב נישט געגלויבט אז ער וועט נאך אמאל רעדן אזוי קלאר און שארף!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 04:44 |
|
| |
אז די קידושין איז נישט קיין קידושין, די קינדער וועלן זיין פגומים, און אויך עפעס קללות ווי עפרא לפומיה, שניידן אין זיבעטן ריפ...
|
|
|
|
|