העלד, ס'איז שקר, מען האט בכלל נישט גערעדט אז מען זאל נישט גיין אויף קיין שמחות, ס'איז א איסור חפצא נישט קיין איסור גברא, אויב מאכט דער נאנטער משפחה מיטגליד א שמחה אין א כשר'ן זאל, נו, אוודאי וועט מען גיין!!!, אבער וואס זאל מען טוהן, אז ווען מען פרעגט אן ביי די גדולי ישראל צו מען מעג זיך משתתף זיין ביי א שמחה ווי מען איז מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, קומט דער אנטפארט אז חלילה מעשות כן!, ס'איז א שפיל מיט פייער!, איז דאס נישט טייטש אז מען וויל נישט גיין אויף די שמחה, אדרבה, זאל דער פלוני אלמוני פרובירן צו מאכן זיין שמחה אין מאנסי אדער אין וויליאמסבורג און אפילו געבן סידור קידושין פארן שארמאשער וועט איר זעהן אז מען וועט גיין, איר וואלט שטארק געואלט צוזאמען לייגן דעם איסור פון סידור קידושין מיטן איסור השתתפות בהשמחה, אבער ס'איז צוויי באזינדערע זאכן, און איינס קומט נאכן צווייטן, ס'איז א איסור וחרם הקדמונים מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא, און לרוב הדיעות איז די קידושין בכלל נישט חל, און מען וואוינט צוזאמען בלי חופה וקידושין רח''ל, און במילא צו אזא חתונה קען מען נישט און מען טאר נישט גיין, אבער ס'איז נישט דא קיין שום איסור זיך משתתף צו זיין ביי שמחות ביי משפחה אפילו מען איז א מתנגד לרבינו שליט''א.
 |
|
|