אזהרה: נישט עפענען FanIQ אימעילס!
די לעצטע טעג פארן ארום אימעילס פון א ספעם/וויירוס וועבסייט מיט'ן נאמען FanIQ.
אויב באקומט איר א מעסעדזש פון דעם וועבסייט, כאילו אייער חבר אדער באקאנטער האט אייך געשיקט עפעס און איר וויל איר זאלט עס ליינען, דאן עפנט עס נישט אויף. אייער חבר האט עס נישט געשיקט פאר אייך.
אויב עפנט איר עס אויף וועט די סייט זיך אריינרוקן אין אייער אימעיל, אויפזוכן אלע הונדערטער מענטשן מיט וועמען איר האט נאר אמאל געדילט און פאר יעדן פון זיי שיקן א מעסעדזש אין אייער נאמען, און איר וועט זיך מאכן אסאך קאפוויי.
|
|