בית פורומים כל העולם כולו

הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2010 20:03 לינק ישיר 
הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!

עדות הגה"צ דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א בנוגע סידור קידושין אין קרית יואל.

פאר צוויי וואכן האט הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ מאנטרעאל חתונה
געמאכט אן אייניקל , ווי הגה"צ אב"ד שארמאש איז געווען א פעטער, דער דיין האט מכבד געווען שארמאשער רב מיט אויסטערלישע קרבות, ער האט געטאנצען מיט אים
אליין א לענגערע צייט, און גערעדט מיט אים פריוואט מחזק געווען באופן בולט, דאס איז געווען בלויז איין טאג נאכדעם וואס דער שארמשאשער רב האט מסדר קידושין
געווען אין גלילות קרית יואל.

ווען אונזער ר' אהרן האט געהערט דערפון האט ער געשיקט שלוחים, צוויי תלמידים פון מאנטרעאלער
דיין שליט"א, און פארגעהאלטן אז היות ער איז דאך יא א חסיד געווען פון טאטען ווייסט ער דאך זיין אמת'ער
מיינונג אז דער רבי האט געהאלטן אז מסדר קידושין זיין מעג זיין נאר דער מרא דאתרא און ער איז דאך דער מרא דאתרא און ער פרעגט היתכן ער איז מחזק דעם שארמאשער רב.

דער דיין האט געענפערט פאר די תלמידים אז ער האט באקומען הוראה מפורשת פון רבי'ן דער ברך משה אויף דעם ענין און אלס חסיד פון רבי'ן וועט ער טאקע נישט כובש זיין עדותו אויב מען וועט אים פרעגן.

ער האט ממשיך געווען מיט די מעשה ווען ער איז געווען מיטן רבי'ן בשעת די נסיעה אלול תש"ס אויף מקומות הקדושים, און דערנאך קיין לאנדאן אויף שבת, וואס דער
תכלית איז געווען די נייע ישיבה וואס מען האט דעמאלס אויפגעבויט, דער רבי האט פארציילט פאר'ן דיין זיין עונג און נחת וואס ער האט פון די ישיבה וואס ער איז מיט זיי אין קעמפ, ער האט פארציילט פאר'ן דיין אז ער שפירט אז דאס געט אים חיות, און ער האט געוואלדיג הנאה אז ער דאנקט דעם רבוש"ע אז ער האט זוכה געווען אין
די יארן אויפצושטעלן אזא שיינע ישיבה וואס איז א נייחא לנשמתו הטהורה דער פעטער ז"ל. דעריבער שפירט ער א חוב זיך אנשטרענגן און ארויספארן נאך געלט פאר דעם מקום.

מענין לענין האט דער רבי גערעדט פון דעם אז ס'איז געווען אזאלכע וואס זענען נישט צופרידן דערפון, (כוונתו אויפן קרית יואל'ער רב) אבער איך זאג אדרבה קנאת סופרים תרבה חכמה, אפשר וועט יענע ישיבה אויך לערנען אביסל מדות טובות מיט דרך ארץ.

האט דער דיין געפרעגט אויב דער רבי האלט נישט אז דאס קען ברענגן מחלוקת, אויב למשל די תלמידים פון די ישיבה וועלן אנהויבן חתונה האבן, און זיי וועלן בעטן דער וויליאמסבורגער רב זאל מסדר קידושין זיין, אפילו אין קרית יואל, האט דער רבי ז"ל געענפערט אדרבה ואדרבה ,זאל ער טאקע מסדר קידושין זיין , איז דען ר' אהרן דער איינציגער וואס קען מסדר קידושין זיין, האט דער דיין געזאגט איך מיין אבער אין קרית יואל אפשר וועלן תלמידים חתונה האבן אין קרית יואל, האט
דער רבי געזאגט איך פארשטיי וואס די מיינסט, און אודאי זאל ער גיין מסדר
קידושין זיין זיינע תלמידים.

דערנאך האט זיך דער רבי אפגערעדט מיט ווייטאג פארוואס דער קרית יואל'ער רב איז נישט מיטגעקומען מיט אים אויף די נסיעה, איך האב מורא אז זיינע מענטשען זענען אים שלעכט מייעץ.

דער דיין האט געזאגט פאר זיינע תלמידים, שלוחי ר' אהרן, עטץ ווייסט דאך אז איך האב נישט מורא צו זאגן מיין מיינונג, עטץ געדענקטס דאך ווען איך בין געווען דער איינציגער וואס
האט געזאגט מיין מיינונג ברבים איבער דעם סקול דיסטריקט אפילו די ווינטן האבן געבלאזן אנדערש, און אפילו דער קרית יואלער דיין האט געזוכט צו געפעלן פאר די קעגנערס און האט נישט געוואלט האלטן קיין דרשות ברבים, האב איך מיך נישט
געשראקן, איך וועל מיך נישט שרעקן זאגן מיין עדות ברבים.

און ער האט געבעטן די תלמידים זאלן זאגן פאר זייער רבי אז ער זאל נישט אנהויבן קיין מערכה ווייל עס וועט אים נישט ברענגען קיין כבוד.

וואס אונזער רבי אהרן האט אויף האט אויף דעם צו ענפערן ווייסט דאך יעדער איינער..
זאג שמואל'ן (ווידער) זאל מסדר זיין דעם משה מנחם מיט זיין שחיטה אין מאנטריאל.
בת היענה בתפארתו!

דער נעקסטער טאג אויף הייד פארק: מארוויד שחט טריפה'נע טורקיס, באטורער רב נעמט אראפ השגחה..

נעקסטע וואך:
מארוויד שחט מיט א סכין פגימה, אלעס איז נבילה..

א וואך דערויף:
מארוויד שחט צעהן יאר מאסקאווי קאטשקעס..

שמואל עס וועט דיר גארנישט העלפן, דער דיין וועט זיך נישט ברעכן פון זאגן דעם אמת'ער דעת קודשו פון רבין, האסט אוודאי געמיינט אז דו וועסט קענען שרייבן אין בלאט דברות קדשו פון דיין אלס עדות נאמנה וועגן דעם סידור קידושין, נו נו! ער האט דיר געגעבן צו טועם זיין דערפון!!!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 20:11 לינק ישיר 
נאכן שמוסען מיטן רבין ז"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 20:16 לינק ישיר 

באלאנד דו ברויכסט ארויסברענגען פונקטליך וואס דיר באדערט
די פסול'ע סידור קידושין ? שמואל ווידער וואס לייגט ענק צו נער ? דער בלאט ?
צו אפשר גאר די שוויגער\שוועגערין וואס פילט נישט גוט

אין יעדנ'ס פאל שמעקט דיינע ווערטער פון פיש.. וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 20:21 לינק ישיר 

פריש געבאקען לכבוד ראש חודש אדר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 20:22 לינק ישיר 

ס'איז שיין צו זעהן וויאזוי לעבן טאטי לערנט ער ווי א וואויל אינגעלע
ווי זאגט רש"י: אבא האיך מעשרין את המלח...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 20:29 לינק ישיר 

דער באלאנד בן בנו של אותו באלאנד,  פארציילט אונז דא גאר א שיינע מעשה, פון ר' משה מענדלע'ן, לאמיר פארציילען די חלק פון מעשה וואס דער באלאנד לאזט בכוונה אויס!

הרב ר' שלמה טירויער האט חתונה געמאכט א קינד, און דער אויסרוף איז געווען און קרית יואל,

ער האט 2 שוואגער'ס חסידים פון רבינו שליט''א, דעריבער האט ער געשריבען אויפן איינלאדענונג'ס קארטעל אז די באווארפען וועט פארקימען און ביהמ''ד סאסמאן'ס,

טראץ דעם וואס ר' שלמה געהערט אן  צו די בני יואל געמיינדע, וואלט ער ווען געדארפט מאכן די באווארפן און חרידים,

ער האט אבער דאך געוואלט אז זיינע שוואגער'ס זאלן קימען צו די שמחה, און ער האט געוויסט אז זיינע שוואגער וועלן ח''ו נישט עובר זיין אויף א איסור חמור פון רבינו הברך משה זי''ע, און פון די עדה החרדית,  און אריין טרעטן אונעם חרדים שוהל,ח''ו

 

 האט ער געטראכט אז אפשר און סאסמאן'ס וועלן די שוואגער יא קימען,

ביז דערווייל האבן אים די שוואגער'ס קלאר געשטעלט  אז און סאסמאן'ס טרעטען זיי אויך נישט אריין,

 

ווייל דאס און און איין דרגא מיט חרדים, ביידע זענען געשטעלט צו טשעפען מיט סאטמאר, און זיי ווילן און אזעלעכע בתי מדרשים ח''ו נישט אריין טרעטען,

האט ר' שלמה בלית ברירה געמיזט מאכן די באווארפן און ביהמ''ד ויואל משה, אויף קאזניטץ, טראץ וואס ער האט געשריבען אויפן איינלאדענונג קארטעל, אז עס גייט זיין און סאסמאן'ס,

ער האט געפרעגט די גבאים, אויב זיין ברידער ר' משה מענדל, מעג קימען דאווענען, האבן אים די גבאים גענפערט, אז זיי ווארפן נישט ארויס קיין שום יוד  וואס קימט דאווענען פון ביהמ''ד,

 

אבער דער צום עמוד און צום באלעמער, קען ער נישט צוטרעטען, דהייינו היות ער איז אן עזות פנים פאר כ''ק רבינו שליט''א דער מרא דאתרא,   קען ער נישט באקימען קיין עליה און בית מדרש, און אויך נישט צוגיין צום עמוד,

 

און ב''ה כך הוה, ר' משה מענעל איז געקימען דארט דאווענען, און פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט געקיקט אויף זיין זייט, מעט האט אים נישט געגבן קיין שלום, נישט קיין עליה, נישט קיין עמוד גארנישט, ער האט זיך געשפירט וואו א ציווליער מתפלל.

 

פארשטייט זיך אז ר' משה מענדל האט געפלאקערט וואו א פאקעל, דו  מענטשעןוואס קענען אים ווייסען אז ער גלייכט אביסל כ...

 

און ער האט אביסל מער וואו די שמינית שבשמינית וואס חז''ל זענען מתיר פאר א ת''ח.

 

דעריבער האטט ער נקמה גענימען, און ער האט מחזק געווען דער פורץ גדר הרב ר' יואל שילדקרויט הי''ו

 

און ער האט נעבאך געמיינט אז עמיצער גייט זיך צוקראצען, א שיינע חלום ר' משה מענדל!!

 

באלאנד פארווואס האסטו פון אונז פארהוילען די חלק פון די מעשה??????

 



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 10/02/2010 20:37:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 20:54 לינק ישיר 

ראפאגאש, אט אזא תגובה צייגט גאר שטארק די חילוק פון ענקער מנהיג און די זאלי'ס מנהיג.

רז"ל וועט אויפגעבן א נסיעה קיין ארץ ישראל לכבוד זיין שוועגערן א אלמנה און א באבע פארן בר מצוה בחור!

ר' שלמה וועט טראגן זיין שמחה צו זיינע שונאים אף על פי וואס מען וועט דארט טשעפען זיין ברידער! אלעס כדאי אז נאך 2 שוואגער'ס זאלן זיך משתתף זיין ביים שמחה!

משא"כ איר וועט נישט גיין צו משפחה שמחות וכדו'!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 20:57 לינק ישיר 

נפל, ענטפער ביטע.
ווען איז זי געווארן נישט געזונט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:01 לינק ישיר 

נפל שרייבט:
ראפאגאש, אט אזא תגובה צייגט גאר שטארק די חילוק פון ענקער מנהיג און די זאלי'ס מנהיג.

ר' שלמה וועט טראגן זיין שמחה צו זיינע שונאים אף על פי וואס מען וועט דארט טשעפען זיין ברידער! אלעס כדאי אז נאך 2 שוואגער'ס זאלן זיך משתתף זיין ביים שמחה!

משא"כ איר וועט נישט גיין צו משפחה שמחות וכדו'!

הפלא ופלא.

אנשטאט וואס איך זאל זען פון דיינע ווערטער א מסקנא אז מ'דארף יא אוועקטראגן א שמחה אבי יעדער זאל זיך קענען משתתף זיין, ווי צב"ש נישט מאכן קיין פסול'ע חתונות, וואס אויסער דעם עצם איסור פון שתוקי קומט נאך צו דאס וואס משפחה קען זיך נישט משתתף זיין, האסטו גאר דא וואונדערליך געטראפן עפעס וואס צו זאגן קעגן סאטמאר, כאטש דו מאכסט זיך אליין צו שפאט און געלעכטער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:02 לינק ישיר 

א זיסע ספין אפצווישען די סקאנדאלען וועלכע פלאגט מארוויד אין 82 די לעצטע טעג

נייס טריי באלאנד

וואלסט עס אבער געדארפט באקען אויף איינעם וואס האט מער א חזקת כשרות ווי ר' משה מנחם
(אפאר פוינטס, ווער עס געדענקט די מצב פינעם ברך משה ז''ל ביי יענע נסיעה פארשטייט פארוואס דאס קען נישט זיין, ווי אויך איז יענע נסיעה געווען געצילט פאר די 82 מוסדות אין נישט ספעציעל פאר קווינס, כו')

אין אגב נפל כ'האב הנאה אז די לאזט דיך נישט אין די נוגסט  נישט אוועק פינעם אמת
רז''ל פארט נישט וועגן די שוויגער!!!! אין פארטיג
כה לחי'
וואלסט געדארפט עפענען א אשכול ''השתדלו והרבו תחינה השתתפות פין שוויגער מוטל בספק''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:05 לינק ישיר 

ראפאגאש כתב:
ראפאגאש, אט אזא תגובה צייגט גאר שטארק די חילוק פון ענקער מנהיג און די זאלי'ס מנהיג.

רז"ל וועט אויפגעבן א נסיעה קיין ארץ ישראל לכבוד זיין שוועגערן א אלמנה און א באבע פארן בר מצוה בחור!

ר' שלמה וועט טראגן זיין שמחה צו זיינע שונאים אף על פי וואס מען וועט דארט טשעפען זיין ברידער! אלעס כדאי אז נאך 2 שוואגער'ס זאלן זיך משתתף זיין ביים שמחה!

משא"כ איר וועט נישט גיין צו משפחה שמחות וכדו'!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:07 לינק ישיר 

צום עצם נושא האשכול.

די וואך האב איך געזען אין דער איד א בריוו וואס איז מכלומרש'ט געשריבן געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צו כ"ק מרן רבינו שליט"א בשנת תשס"ב, וואו ער שרייבט אז היות זיינע מענטשן גייען אין געריכט דערפאר געט ער איבער בכח מרא דאתרא דעם זכות פאר מהרז"ל אז ער זאל מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.

אן אריינגיין אינעם עצם הענין וויפיל האפט דער בריוו האט, איז עס א מפורש'ע סתירה צום גאנצן בנין נערים וואס ווערט דא אויפגעבויט אין נאמען פון ר' משה מנחם!

ממ"נ, אויב איז רביה"ק געווען בכח צו זאגן דאן א קלארן חוות דעת, דאן וויאזוי האט ער אוועקגעגעבן בשנת תשס"ב עפעס וואס ער האט שוין געהאט אוועקגעגעבן בשנת תש"ס, לאנג בעפאר מ'האט אפילו געקלערט פון אריינגיין אין געריכט?!

לבאלאנד פתרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:08 לינק ישיר 

זיי נישט ברויגז נייפעלע, מיר זענען משובד צו דיי די הייליגע תורה און צו די צדיקי הדור, און אויב די הייליגע צדיקים זאגן אז די דאזיגע, זענען געאסרט, איז עס כנתנתן מסיני, וה' הטוב יכפר אויב די כאפסט נישט,

אגב, מהרז"ל'ס נסיעה איז גארנישט געווארען אפגעריפן וועגן שוויגער און אנדערע באבע מעשיות, מיר זענען ב''ה נישט קיין טאהשע, וואס זענען בארימט און די גאנצע וועלט, מיט זייער גאר שוואכע אי קיו,

מיר ווייסען פינקליך פארוואס די זאלי נסיעה איז היסטאהריע


תוקן על ידי ראפאגאש ב- 10/02/2010 21:10:30




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/02/2010 21:11:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:12 לינק ישיר 

באלאנד כתב:

ווען אונזער ר' אהרן האט געהערט דערפון האט ער געשיקט שלוחים, צוויי תלמידים פון מאנטרעאלער
דיין שליט"א, און פארגעהאלטן אז היות ער איז דאך יא א חסיד געווען פון טאטען ווייסט ער דאך זיין אמת'ער
מיינונג אז דער רבי האט געהאלטן אז מסדר קידושין זיין מעג זיין נאר דער מרא דאתרא און ער איז דאך דער מרא דאתרא און ער פרעגט היתכן ער איז מחזק דעם שארמאשער רב.



די שטיקעל איז די זיסטע
רבינו שליט''א האט געשיקט שליחים צום ר' משה מנחם......

ר' משה מנחם איז א חסיד פין טאטען היינט צו טאגס.....

פינקט גיט פאר נפל אין זיינע חברים

תוקן על ידי rebyankel ב- 10/02/2010 21:13:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:14 לינק ישיר 

אגב נייפעלע? פארוואס לליקנסטו נישט די מעשה? זאג אז דיי שוואגער האט דיר געזאגט אז עס איז נישט אמת, ר' משה מענדל הי''ו איז קיינמאל גאר אפי' נישט געווען און שטאט, ויהו לפלא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:14 לינק ישיר 

Just for the record

ר' שלמה טירנויער האט געמאכט די באווארפן און ביהמ''ד ויואל משה, אויף גארפילד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext