טראגען זאליס/בנ"י מיט די עירוב און ק"י?
ביז היינט פלעיגן די לוחמי קעגן עירוב אין ברוקלין ענטפערן אז ק"י איז אנדרעש ווייל דארט איז דא א מרא דאתרא
היות די זאליס/בנ"י שרייען די לעצטע פאר טעג אז אין ק"י איז נישט דא קיין מרא דאתרא אויב אזוי ווי אזוי מעגן זיי טראגען מיט די דארטיגע עירוב??? ענטפער מיר נישט אז דער שארמאשער איז זייער מרא דאתרא, ווייל אויב אזוי איז נאך פאפא רבי אזא מרא דאתרא אין ווילעמסבורג
לשיטת הטוענים אז אין הכי נמי עס איז טאקע יא דא א מרא דאתרא אין ק"י אבער נישט אין די גלילות טראגען זיי טאקע נישט אין די גלילות מיט א עירוב???
נאך אזאך צום באמערקען אז זיי (ובפרט אונזער טאהשער ידיד נפל) זענען זיך מתחצף און רייסען אראפ א חשובען דיין, פארן חטא פון מקיים זיין לא תגורו און זאגען זיין פסק אנדערש פון זייערס אן עלטערן דיין
(איך מיין די שרייברס דארט זענען אסאך אינגער פונעם חשובען דיין)
איז וויאזוי האט זיך ר' מנשה פילאף געמעגט אויפשטעלן רעדן קעגן די מתירי העירוב, ווען צווישען זיי איז דא עלטערע און חשובערע דיינים פון איהם???
(וואס הארבע שאלות שיקען אנדערע דיינים צו זיי)
|