בית פורומים כל העולם כולו

באמבע! גאב"ד ירושלים היינט דעיד ליין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2010 23:27 לינק ישיר 
באמבע! גאב"ד ירושלים היינט דעיד ליין

באמבע!

פאריגע וואך האט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א געהאט א מיטונג מיט די הנהלת העדה, ווי ער האט מיט ווייטונג ארויסגעברענגט אז די הולכי לבג"ץ די זאליס פייפן זיך אריין אין אים, און מאכן מיט אים פורים, נאכן ארבעטן אזוי ביטער שווער צוזאם שטעלן די בי"ד 5 רבנים מיט די שלישים ובראשם רבי נפתלי פרענקל שליט"א, און דערוויייל איז שוין דורך 8 וואכן דערפון אין די זאליס האלטן נישט ביים אונטער שרייבן.

ער האט געזאגט מיט צער אז די שרעקליכע חילול ה' והרמת יד מיט די הליכה לבג"ץ וואס די זאליס האלטן אן, לאזט אים נישט מנוחה, און דאס איז די הויפט זאך וואס שטייט אים על הפרק.

דעריבער האט ער איבערגעבען זיין באשלוס פאר די הנהלת העדה אז ער גיט צייט פאר די זאליס ביז היינט זינטאג תצוה אז זייי זאלן אונטער שרייבען די שטרי בירורין צעטיל וואס ער האט צוזאם געשטעלט, און טאמער נישט האט ער נישט קיין ברירה און ער וועט ארויס קומען היינט זינטאג מיט גאר א שארפע פסק ומחאה קעגן די זאליס אויף זייער מסרב זיין לדין, והליכה לבג"ץ, ער האט אויך געזאגט אז ער האט שוין די פולע הסכמה פון אלע חברי הבדי"ץ און זיי וועלען אויך אונטער שרייבען די פסק ומחאה.

די הנהלת העדה האט געפרעגט צו די שמועות אז רז"ל האט געקענסעלט צו קומען קיין ירושלים איז צוליב דעם וואס דער גאב"ד האט געווארענט אז קודם דארף מען אונטער שרייבען שטרי בירורין.

מרן הגאב"ד שליט"א האט באשטעטיגט פאר די הנהלת העדה אז ער האט פרעזנדליך געזאגט פאר ר' חיים הערש אז ער זאל איבער געבען פאר זיין טאטען רז"ל אז ער האט נישט וואס צו קומען קיין א"י פאר ער שרייבט אונטער שטרי בירורין, ווייל ער גייט אים נישט אויפנעמען, און ער וועט נישט לאזן אז קיינער פון די חברי הבדי"צ זאל אים אויפנעמען, און די עדה וועט אים נישט מאכן קיין שום קבלת פנים, און מרן גאב"ד שליט"א האט אויסגעפירט אז מען האט אים אויסגעשפילט אז מען האט געקענסעלט די נסיעה כדי נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, ממילא האט ער נישט קיין ברירה און ער גיט דעם דעיד ליין ביז זינטאג תצוה.

פאריגע וואך מיטוואך האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ענדליך געכאפט רז"ל, ווי ער האט אים גאר שארף געזאגט אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן, און ביז זינטאג אז די זאליס שרייבן נישט אונטער די שטרי בירורין וואס ער האט פאר געשריבען, דעמאלס וועט ער ארויס קומען מיט זייער א שארפע פסק ומחאה גדולה קעגן אים פרעזענדליך און זיין גאנצע בארד וואס קלאגט אין בג"ץ.

רז"ל האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, אז קודם זאלן די אהרונים אריין לאזן דעם מסור וואלערשטיין אין די מוסדות און נאכדעם וועט ער אונטער שרייבען, אבער דער גאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט אין אים שארף געזאגט אז עס איז מער נישט דא קיין שום תנאים, אז ביז זינטאג איז נישט דא קיין חתימה אויף שטרי בירורין, וועט ער ארויס קומען גאר שארף, וואס וועט אים זייער נישט שמעקן!

איצט שטייט יעדער געשפאנט און ווארט ווי אזוי היינט וועט אדורך גיין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 03:51 לינק ישיר 

ברעקונג!!!     ברעקונג!!!

איצט קומט די נייעס
אז ענדליך ענדליך איז געשעהן די לאנג ערווארטע

נישט צום גלויבען!!!


די זאליס האבן בעל כרחך בלית ברירה נישט קענעדיג אויסהאלטען די פרעשור פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און די רבני בני ברק שליט"א האבן די זאליס ענדליך אונטער געשריבען

שטרי בירורין!!!!!

אז זיי גייען זיך שטעלען צו דין תורה און ארויס גיין פונעם

טמא'נעם בג"ץ!!!

די זאליס האבן געמאלדען פאר כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איצט פארנאכטס, אז זיי האבן שוין אונטער געשריבען די שטרי בירורין און זיי גייען עס אריבער שיקן צו אים.

הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!! הלואי!!!

פרטים יבואו!

האלט דעם אטעם!!!

מיין מיינונג איז אז דאס איז א קייט אינעם שפיל, זיי האבן קודם געמיזט אז דער גאב"ד שליט"א זאל פון סיי אראפ קריכען, צו זיי האבן אונטער געשריבען אנדערע שטרי בירורין, צו נישט די מענטשן וואס דארפן אונטער שרייבען האבן אונטער געשריבען, צו געלייגט תנאים, קודם וואלערשטיין אריין וכו'. וועלען מיר ווען עס וועט זיין.

האלט געשפאנט!!


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/02/2010 03:56:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 18:43 לינק ישיר 

פון וואס איך האב געהערט איז די מעשה פונקט פארקערט, דער גאב"ד האט געלאזט וויסן פאר די אהרוינם אז היות די זאליס האבן שוין אינטערגעשריבן פאר אכט וואכן צוריק איז מער נישט געבליבן צייט פאר שלעפעריי און געווארנט די אהרוינים אז אויב הערן זיי נישט אויף מיט די לצנות פון אינטערשרייבן פאלשע שטרי ברורין און שרייבן תיכף אינטער די עדה'ס שטרי ברורין וועט ער ארויסגיין קעגן זיי בכתב!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 19:32 לינק ישיר 

נפל
כ'האב פארשטאנען אז די גייט זיין די ערשטע תגובה וועט מ'גייט ענק צווינגן צו ש''ב גייען ענק שרייען אז די סאטמארע האנבען גאר נישט געוואלט אינטערשרייבן אין ענק האבען אייביג געוואלט. (גייטס עס אליין האבען געהערט פין דיין שוואגער וועלכע איז א... ביי הגאון הרב וואזענער אין אויך ביי גאב''ד ירושלים)
פינקט ווי אין ב''פ

(איי די בריוו פין אלע די בני ברק'ער רבנים מיט הגאון בעל שבט הלוי אין גאב''ד ירושלים...... ביי די בג''ץ
איי די בריוו פין טארטיקאווער בי''ד אין די ווערטער פינעם שופט, ביי די ערכעות אין ב''פ)
פאר דיינע קעלבעך קענסטו אלעס פארקויפן...

איך געדענק נאך ווען דער איד האט אריינגעלייגט א קאפי ווי סאטמאר אפעלירט די אורטייל פין די הולכים בערכעות הציוני אין איר האט געשריבן ''דא קען מען זעהן ווי די ארונים קלאגען אין ערכעות'', ווייל ווי געזאגט:
פאר דיינע קעלבעך קענסטו אלעס פארקויפן....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 19:34 לינק ישיר 

נפל די רעדסט מן הסתם פון גאב"ד טאהש...

וואס דיין שוואגערס עלטער זיידע קאזענס יונגעל דער שוחט פאלאק פון קאהנ'ס בוטשער האט דיר פארציילט...

גראדע האב איך איינגעפרעמט דיינע ווערטער עס וועט מיר צו ניץ קומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 20:05 לינק ישיר 

פשיהא! דאס איז נישט קיין טעגליכע נייעס. די זאלי'ס זאלן זיך שטעלן צום דין תורה? דאס איז א זאך וואס מ'הערט איינמאל אין 10 יאר נאכן שיקן צענדליגער הזמנות.

רבי יונה. אזא נייעס וואלט געפאדערט א באזונדערער אשכול פאר זיך. צו וואס מישן אלטע סחורה מיט אזאלעכע פיינע נייע ווארע?

ס'נאר א שאד. ער וואלט עס געקענט אינטערשרייבן שוין דריי וואכן צוריק און אזוי פארשפארן פאר ר' חיים הערש'ס שוויגער אומזינסטע ווייטאגן...

ער וואלט געקענט אינטערשרייבן שוין דריי וואכן צוריק און דערנאך פארן מיטן גרויסן מסע המלכות.

ער וואלט געקענט אינטערשרייבן שוין עטליכע חדשים צוריק און ליידן אבסל ווייניגער בזיונות פון די רבנים הגאונים שליט"א חברי הבד"ץ אין ירושלים עיה"ק.


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 23:37 לינק ישיר 

ברעקונג!!!

מיט שאק איז אויפגענומען געווארן אז די זאליס האבן ענדליך נעכטן געשיקט זייער

פורים ליצנות שטרי בירורין

כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו זענען אין שאק, איבער די ביליגע ליצנות און פורים וואס די זאליס האבן געמאכט, נאך אזוי פיל שווערע ארבעט אפצושטעלען די חילול שם שמים ותביעה בבג"ץ פון די זאליס!!!

מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט היינט געזאגט פאר חבר הבדי"צ הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א אז זייט ער איז געווארן גאב"ד האט קיינער נישט אזוי ליצנות געמאכט פון אים ווי די זאליס!!

1) די זאליס האבן געמעקט פון די שטרי בירורין וואס מרן הגאב"ד שליט"א ובית דינו, ועמם די רבני בני ברק שליט"א האבן פארגעשטעלט די עיקר וואס די זאליס האבן געמעקט איז יעדע זאך וואס בינדט די שטרי בירורין ליגאל אויך!!!

האבן זיי אלעס אויסגעמעקט!!!

פארוואס?

ווייל זיי ווילן ליגאל קלאר שטעלן אז מען קען זיצן ביי די דין תורה, און נאך יארן וכו' וויפיל די דין תורה וועט נעמען, נאכן פסק וועט מען האלטען ביי א!!

ווייל עס האט נישט קיין שום ליגאלע תוקף און דעמאלס וועלן די זאליס נאכמאל גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ!!

שומו שמים!!

די זאליס ווילן בלייבען מיטן טמא'נעם בג"ץ!!!


2) רז"ל האט נישט אונטער געשריבען, אזוי אויך האט דער מסור וואלערשטיין נישט אונטער געשריבען, און די איבריגע זאלי בארד עזריאל גליק וכו'.
 
אונטער געשריבען האט נאר 1 מענטש וואס די זאליס זאגן אז ער איז אויף די בארד משה געוועזענזער גבאי, און דער בגץ'ניק מעכיל שלעזינגער וואס איז נישט אויף די זאלי בארד נאר סתם דער געלט זאמלער פארן בג"ץ הוצאות.

פרטים יבואו!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 23:50 לינק ישיר 

איך האב מיך געוואונדערט פארוואס די זאליס רעדן נישט קיין ווארט דערפון, אזוי אויך האבן זיי נישט געשיקט קיין טעקס מעסיטש וכו', איצט ווערט עס שוין פארענטפערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:03 לינק ישיר 

למעשה קומט דער ביד"ץ ארויס מיטן פארשפראכענעם בריוו, צו נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:05 לינק ישיר 

די זאליס רעדן יא דערפון און זיי פארציילן די זעלבע מעשה נאר פונקט פארקערט. אז די אהרוינים זענען די וואס מאכן פורים...

וועם זאל איך גלייבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:12 לינק ישיר 

האסט פארגעסען די האסט אן אינסיידער... ביים גאב"ד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:14 לינק ישיר 

די מיינסט טאקע אז פאר יעדע נארישקייט אויף וואס ענק רייסן זיך ארום וועל איך גלייך אנהייבן רופן און פארשן?

נ.ב. אין ארץ ישראל איז שוין נאך 12 ביינאכט, איך האב נישט וועם צו רופן יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:15 לינק ישיר 

יונה'לע


פארוואס ענדיגסטו נישט די גאנצע מעשה?

פארוואס דערציילסטו נישט אז דער גאב"ד שליט"א קומט היינט נאכט צו פארן קיין אמעריקע גראד קיין 550 בעדפארד עוועניו וואו ער גייט מיטברענגען יונה'לעס אויפדעקונג אויף ביידפארק מיט די גרויסע שרעקעדיגע בלוי-רויט-שווארץ-פוירפל און מיני קאלערס פאנטס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 00:29 לינק ישיר 

ניין איך מיין נישט (איך ווייס אפי' נישט אויב די ווייסט וויאזוי צו ריפען קיין א"י...)

אבער לטובת הציבור וואלסטו עס געמעיגט טון ווייל דערווייל ווייסט מיר נישט וועם צו גלייבן און מיר אלע ווארטען אויף דיין "קראנטע" אינסייד אינפארמעישאן

נ.ב. די אשכול איז שוין אלט מער ווי 24 שעה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:33 לינק ישיר 

און אויב וועל איך רופן און געוואר ווערן אז די זאליס זענען גערעכט? וועסט דאך סיי ווי נישט ענטפערן צום פוינט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:44 לינק ישיר 

און אויב וועסטו געוואר ווערן אז די ארונים זענען גערעכט? (וואס איך הייב אן חושש זיין דאס איז די מעשה...)

פארגעס פון מיר, וואס איז מיט די איבריגע עולם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע! גאב"ד ירושלים היינט דעיד ליין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext