זעלטענער סוקסעס ב''ה היי יאר אין בית אופה דקיט''ל וומ''ס
פין אישי
קוים די צווייטע יאר וואס האט געפענט די בעקעריי אינעם נייעם לאקאל אויף ראטליזש סטריט, אין די סוקסעס אין כתר שם טוב פין די בעקעריי, גייט אסאך שנעלעך וויפיל מ'קען נאכקומען מיט די פראדאקשען.
ביז פאר עטליכע יאר ציריק האט מען געמיזט פארען אויף קרית יואל אויב האט מען געוולאט האבען מהורדר'יגע מצות
(במאמר המוסגר: אויב מ'האט געוואלט האבען 'כשר'ע מצות', ווער עס קען די סיסטעם אין בראדוועי פארשטייט וואס איך מיין, כ'גיי מיר נישט פארהערן וועגן דעם מיט קיינעם, כ'ראט יעדן אליין אריינצוכאפען דארט, אין זעהן מיט די אייגענע אויגן די ווערטשאפט)
פאר מצות מיט א געהעריגע השגחה, אין אלע חומרות אין הידרוים וואס רביה''ק האט פארלאנגט, ווי אויך די פילע חומרות אין תיקונים וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, ספעציעל אויב האט מען געוואלט האבען די מהורר'דיגע ארינזאנע ווייץ וואס וואקסט אין פעלדער ווי ס'רעגנט נישט די גאנצע צייט, וואס אלע גדולי ישראל ניצן.
אין פארשטייט זיך אז וויפיל קרית יואל האט ציגעלייגט האבען זיי פארט נישט געקענט נאכקומען.
אבער עטליכע יאר ציריק איז ב''ה ציריק געפענט געווארען דורך קהל א בעקעריי אין וומ''ס, וועלכע צייכענט זיך אויס מיט זעלטענע חומרות אין הידורים, אלעס ווערט דארט געטוהן בהוראת רבינו שליט''א וועלכע האט שוין עטליכע מאל באזוכט אינעם בעקעריי, ווי אויך שטייט דער רב שליט''א על המשמר, אין ער האט דארט אריינגעשלטעט הגאון רבי הערש לייב בערענשטיין שליט''א אלס משגיח וועלכע האלטס זייער א שטרענגע אויפזיכט אויף יעדן דעטאל אין חומרא וואס די בעקעריי פארמאגט.
ווי אויך האט די בעקעריי א זעלטן גיטע סיסטעם ב''ה בגשמיות,
מ'האט היי יאר אריינגעלייגט אפאר דאללער איבערצומאכען אביסעל די סיסטעם, אין ב''ה ס'ראנט מיט א זעלטענע סייעתא דשמיא.
מ'האט היי יאר ציגעלייגט נאך א דריטעל אין די סכום פונט פין פאריאר, אין יא! לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס איז שוין דא א מאנגעל אין מצות....
אסאך רבנים אין ת''ח, האבען היי יאר אריבערגעברענגט זייער חבורה אין באשטלעט אפוינטמענטס אינעם מהודרידיגען בעקעריי ווי יעדער גייט ארויס מלא התפעלות ווי דער זעלטענם מהורדר'דיגען סיסטעם.
קהל גייט דא מיזען נעמען עקשאן, ווייל די בעקעריי קען נישט נאכקומען אזא גרויסען ציבור בליעה''ר, אדער זאלען זיי אויפהערן צו פארקויפן פאר מענטשן וואס זענען נישט מאנ''ש,
 |
|
|