בית פורומים כל העולם כולו

לא קשיא: הא לן והא להו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2010 23:53 לינק ישיר 
לא קשיא: הא לן והא להו




אזוי ווי מיר האלטן אפאר טאג פארן יו"ט פורים ווען ס'איז דא די מצוה פין חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי.
 
אין ווי רביה"ק זי"ע האט געטייטש די גמרא כמה פעמים (עיין פורים תשי"ט) אז די בני בניו של המן שלמדו תורה זענען אזלכע תלמדי חכמים וואס זיי לערנען תורה ברבים אבער זיי זענען עמלקים ממש, אין כלל ישראל ליידט זיך אן אלע צרות פין די ת"ח וואס זענען מזרע עמלק. דאס איז די ענין פין חייב איניש לבסומי בפוריא אז ער זאל וויסען אז אסאך מאל קוקט דער ארור המן אויס ווי דער ברוך מרדכי, עכדה"ק. (עיין עוד פורים תשט"ז)

נאך א בחינה זאגט ער (עיין פורים תשט"ז ותשי"ז) אז א גאנץ יאר איז דא וואס האבן מורא ארויס צי זאגן דעם ארור המן אין פורים דארף מען צוקומען צי די בחינה אז מ'זאל נישט מורא האבן אין זיך נישט שעמען ארויס צו זאגן דעם ארור המן, עכדה"ק.

האב איך מיר גענומען די צייט אביסל ארויס צו ברענגן די ארור המן'ס, וואס זענען מתיר די גאנצע תורה אלע תרי"ג מצות איז מותר פאר איין ציל, די ציל איז מתיר אלע אסורים שבתורה אין אסר'ט אלע התירים, אלעס מיט די היתר פין עת לעשות לה' הפירו תורתיך. סאיז שוין 10 יאר וואס מען איז מפיר די הייליגע תורה, ווען וועט שוין קומען די זמן וואס מ'דארף שוין היטן די הייליגע תורה ווייסט איין איינציגער באשעפער.
 
[וואס בעצם איז דאס וואס די אגידיסטען האבן ג'טענהט, אז זיי ווילן נאר אויפטוהן פאר אידישקייט אפי' אויב דארף מען גיין צו די בחירות אין אריינגיין אין די ממשלת הטמאה איז עס עת לעשות לה', אין אויף דעם האט רביה"ק והטהור זי"ע געשריגן אז מטאר נישט עובר זיין אויף די הייליגע תורה אפי' א קיצו של יוד, אין אויב דארף מען עובר זיין אויף די תורה איז א סימן אז דאס איז נישט דער רצון השם, די תורה קען מען נישט רירען אין נישט דרייען.]

חוץ דעם האבן זיי א דרך אז וואס יענער טוט איז ער א שגץ אין ער איז משנה וכדומה, אין ווען די זעלבע זאך פארסירט ביי זיי איז נישט דא דער איסור וכדומה, ווייל הא לן והא להו.

האב איך געמאכט א שטיקעל רשימה פין זאכן וואס איז עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי ווען דער ארור המן טוט דאס איז עס מותר, אין ווען דער ברוך מרדכי טוט דאס איז עס אסור, ותן לחכם ויחכם עוד.



א) ווען קהל יטב לב איז געגאנגען אין ערכאות ברשות בי"ד נאך 3 הזמנות לדי"ת: האבן די ה... געשריגן אז זיי זענען מוסרים אין הולכי בערכאות וכל מיני קללות.

ווען זיי זענען געגאנגען בערכאות בלא רשות בי"ד אין אן שיקן הזמנות לדי"ת, סיי אין וויליאמסבורג אין אופן ביה"ח אין בארא פארק אין מאנטריאל: איז עס געווען א מצוה.

והעולה על כולנה גיין אין בג"ץ הטמאה, איז רח"ל א מצוה.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ב) ווען קהל יטב לב האט געמאכט א מיטונג א' שמות תשס"א איז ארויס געקומען א בריוו פין די ה... קשר בוגדים אז מטאר זיך נישט אפטיילען.

תש"ע ווען זיי ווילן מאכן א זאל אין ק"י קומען די זעלבע ה... אין שרייבן אז נפרדו מהקהלה.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ג) ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מאכט א שחיטה מהודרת פאר בהמות, איז ער משנה אין מטאר נישט.

ווען זיי מאכן א שחיטות בית יוסף, איז דאס נישט קיין שינוי מעג מען.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ד) ווען מען נעמט מהידור'דיגע ווייץ פין אריזאנע, איז מען משנה.

ווען מען נעמט ווייץ פין קאליפאניא מישיגען וכדומה, מעג מען.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ה) ווען פריוואטע מענטשען האבן לאטס אדער בילדונגס ארום וויליאמסבורג אין ווילען עס אויף בויען פאר ארטיסטען ווי זיי קענען דארט מאכן כמה וכמה פעמים מער געלט ווי עס צי בויען פאר אידן (כדוגמה די גרעטש), זענען זיי שקצים וכדומה אין מען שרייבט קול קורא'ס קעגען זיי אין מען מאכט פראטעסטן.

ווען זייער ראשי הקהלה האבן א בילדונג פין ארטיסטען אין וויליאמסבורג (אין פאר לא יחרץ געלט בויען זיי א ביהמ"ד דערנעבן), אדער ווען משה דוד נידערמאן מאכט געלט פין שעפיר מעג מען דאס בויען פאר ארטיסטען.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ו) ווען מען אינדארסעט א אנדערע קאנדידאט פין משה דוד נידערמאן (וואס ארבעט נאר קעגן די אינטרעסן פין די קהילה), זענען זיי שקצים אין מ'צוברעכט די כח פין אחדות וכדומה.

אין קרית יואל ווען מען צוברעכט די כח פין די ווילידזש אין יעדער פאליטישאן וואס העלפט נאר די ווילידזש אינדארסט מען זיין קעגנער, דארט מעג מען.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ז) ווען קרית יואל ארבעט צי באקומען וואסער פין נ"י סיטי איז עס התגרות באומות.

ווען זיי גייען אין קאורט מיט די גוי'שע שכנים ווייל זיי ווילן מאכן א ווילידזש אין בלומינג גראוו, איז דאס נישט קיין התגרות באומות.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ח) ווען קהל יטב לב זאגט אז ווער עס באניצט זיך מיט די בתי מדרשים, מצות, זאלן, וכדומה וואס איז זיי האבן גע'גנבעט פינעם ציבור וואס האט עס געבויט אין דארט געווען פאר יארן, אז ס'איז גזולה, זענען זיי בהמות וכדומה.

אויף די בית החיים וואס איז אלס געווען אינטער די רשות פין קהל יטב לב איו איז ווייטער אינטער זייער רשות, דארט ווער סלינגט דארט איז עס קרקע שאינו שלא.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


ט) ווען כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א מאכט א גרויסע חתונה פאר זיין זון, איז מען א געטשקע.

ווען הגז"ל מאכט א גרויסע חתונה פאר זיין זון, איז עס נצח ישראל לא ישקר.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


י) ווען בני יואל גייט אין ערכאות קעגן קהל יטב לב ק"י וועגן די ערקאדישענס אויף די דאך פין זייער שול אין זיי פארלירן די קאורט אין די קאורט הייסט עס אפשפארן, איז דוד עקשטיין א מסור אין א שגץ.

ווען זיי שפארן אפ בתי מדרשים כדוגמא די מנין פין די עידיות שבעידיות אין תהלות יואל תש"ס ווייל זיי האבן "מחשבות זרות", אדער אפשפארן אין ארויסווארפען די כולל אויפן גאס מעג מען.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


יא) ווען הרה"ג ר' אליקום שלעזינגער שליט"א ואתו עמו רבני אייראפא ארבעטן אז מזאל צריק לייגן די עצמות קדושות אין שפאניא וואיז ארויס געגראבן געווארן, איז ער א שגץ וגו'.

ווען 2 יאר פארדעם געבן זיי רשות פאר די שפאנישע רעגירונג מפנה צו זיין א בית החיים, מעג מען.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


יב) ווען מעטשען מאכן קליינע עירובין אויף זייער גאס טאר מען נישט.

ווען ער וויל פירן א גרויסע טיש (לדוגמא שבת שבע ברכות) אין האבן ברענטשעס, מעג מען מאכן א עירוב.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו
 

יג) ווען אידן וויינען זיך אויס ביי שלוש סעודת תורות אדער ימים נוראים וכדומה, איז עס א פארטיי.

ווען מען בעט אז די בחורים זאלן קומען צי שלש סעודות, איז עס די נקודה פין רבין זכרונו לברכה.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו



יד) ווען א יחיד האט א זאל ראוז קעסל שוין פאר יארן אין ער איז דארט נאך פאר אידן האבן דארט אריין געמופט, אין ער פארדינגט עס פאר פריצות'דיע חתנות, איז ער א שגץ אין מען שרייבט בריוון אן אים אריבער רופן וכדומה. (וואס אגב ווען די רבנים האבן געדערט צי די בעל הבתים וועגן דעם האבן זיי אויפגעהערט, עיין מכתב אב"ד ישראל והזמנים).

ווען זייער מוסד האט א זאל עטרת אברהם וואס איז געבויט מיט ציבור'ס געלט אין הארץ פין וויליאמסבורג אין מען פארדינגט עס פאר פריצות'דיגע חתנות, איז אין פוצה פה ומצפצף.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


טו) טאמער הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א זאגט אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין אין ק"י יהי' מי שיהי', איז ער מבזה א תלמיד חכם.

 ווען זיי שרייבן אויף הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א, תולים בוקי סרוקי וגו' ומאצי לעז וכו', איז נישט קיין בזיון תלמיד חכם.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


טז) ווען דער בלאט ווייסט אויף די זיופים פין ר' יצחק שטיין'ס בריוו, אדער ווען זיי לייגן אריין א מודעה פין קהל וועגן איינער וואס האט איז א פורץ גדר אין מאכט פסולע קידושין, זענען זיי מבזה ת"ח.

ווען דער איד שרייבט וואך נאך וואך אויף א מנהיג ישראל אין אויף יעדן רב ותלמיד חכם וואס גייט נישט אין זייער שפאן, מעג מען.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


יז) ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מאכט חתונה תקנות, טיילט ער איין פאר מענטשען ביי זייער שמחה.

ווען זיי מאכן א זאל ווי מען טיילט איין וועם צו נעמען פאר שמש ביי די חופה אדער ווען צי בענטשען וכדומה, דאס הייסט נישט איינגעטיילט ביי יענעם'ס שמחה.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו



יח) ווען קהל יטב לב פארלירט א קאורט איז עס לא ינוח שבט הרשע וכו', ולא ירעו ולא ישחיתו וכו' העברת התורה לא יצלח.

ווען זיי פארלירן א קאורט איז עס שטנא נצח, הסתרת פנים, וכו'.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו


יט) טאמער קומט אריין א משוגענער אין ביהמ"ד הגדול בק"י פרייטאג צו נאכטס ביי מנחה אין גייט צום ארון הקודש אין וויל אנהייבן צי שרייען אין מען טראגט אים ארויס, האט מען ר"ל געשאלגן א איד וגו'.

ווען שלאגט אידן יעדן צווייטען טאג צו איז עס ווייל ער וויל זאגן גוט שבת פאר רביה"ק בעל ברך משה ז"ל, אדער אין די סוכה ועוד ועוד, מעג מען.


וואס איז די חילוק הא לן והא להו


כ) ווען סאטמער האט א גרויסן ציבור, איד דאס לא מרובכם וכו'

ווען מען בעט די בחורים אז זיי זאלן קומען צים דינער וכדומה, איז עס ברב עם הדרת מלך.

וואס איז די חילוק הא לן והא להו



תם ולא נשלם ס'איז דא נאך אסאך דוגמאות ועוד חזון למועד.



לאמיר אלע זינגען צוזאמען, הא לן והא להו....






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 00:52 לינק ישיר 

שלום עליכם יודעלע ווי ביסטו געווען ביז יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 01:40 לינק ישיר 

יודל שיין פארטייטשט, איין זאך וואס דו געוואונסט אנטקעגן אנדערע שרייבערלעך דא. אז די שנאה שפראצט נישט פון אלע זייטען, די לייגסט עס אראפ היפש רואיג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/2/2010 02:28 לינק ישיר 

מוראדיג, כהאב נישט קיין ווערטער

איין זייטיגע הגה, האסט מיך דערמאנט פון די ביכל וואס מיידלעך שטערן האט איבערגעלאזט אין ביכ"ס, וואו קודם איז געווען מסבב כל הסיבות אז זיי זאלן שיעור קענען אפקויפן עיס פארעם, און צוויי בלעטלעך שפעטער איז געווען מעשה שטן הצליח אז זיי האבן [ב"ה] נישט געקענט אפקויפן עיס פארעם...

הא לן והא להו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 03:10 לינק ישיר 

A-1 דזשאב!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 16:42 לינק ישיר 

יודעלע! לעילא ולעילא!

זעט אויס אז דאס קריטישער נחיצות פון ציריק צו פירן דעם קרוין קיין יושנה, פעלט זיך אויס דער מהלך פון

הא לן והא להו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 18:08 לינק ישיר 

געוואלדיג, אזוי ווי אלטע וויין, ס'ווערט בעסער און בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 19:16 לינק ישיר 

געוואלדיק! סדערמאנט פון אלטע צייטן ווען דער פארום האט נאך פארמאגט א טעם מיט זאכליכע שרייבערס

ליידער האבן זיך לעצטנס אראפגעלאזט דא א זאק מיט בעיבי שרייבערס למיניהם און זיי האבן א היפש אנגעכאזערט דא

מיילע אזוי ווי מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך בעטן מיר אייך בארייכערט אונז מער אפטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 22:38 לינק ישיר 

ר' דוד עקשטיין מסור...

הא לן והא להו

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2763076&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 05:46 לינק ישיר 

איינער געדענקט נאך וויאזוי די זאליס האבן איבערגעדרייט די שטאט אז די אהרונים רודפ'ן יעדן אלטן און קראנקן איד וועגן דעם בית החיים? אויפן סמך פון דעם ליגנט האט מען געזוכט אנצוהייצן זייערע קווינס בחורים און יונגעלייטלעך אז מ'זאל באצאלן טבין ותקילין פאר דעם נייעם 'אומזיסטן' לאט.

דערווייל שטעלט זיך ארויס אין די לעצטע האלבע יאר אז די זאליס האבן פארקירעוועט זייער גאנצן מעכטיגן טעראר מאשין צו יעדן עלטערן און קראנקן איד וואס ראנגלט זיך מיטן לעבן ל"ע, און זיי לייגן שרעקליכן דרוק אז ער זאל מסכים זיין צו ליגן אונטערן פלויט.

עד כדי כך אז נישט קיין צווייטער ווי הרב שלמה לייב וויינבערגער, איינער פון די זעלבסטגעקרוינטע מנהיגים ביי כלל ישראל, האט זיך געטרויט צו הייסן די משפחה עובר זיין אויף א בפירוש'ע בקשה פון א נפטר וועלכער האט זיך געבעטן אז ער וויל ליגן נעבן זיינע עלטערן, אבי צו בעסער שמירן די רעדער פון זייער געלט קאמפיין!

הא לן והא להו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 07:36 לינק ישיר 

ער דארף דאך טון תשובת המשקל פאר'ן לייגען זיין טאטען אין די קרקע גזולה פון ביה"ח הישן...

איי פארוואס האט ער יא געלייגט זיין טאטע ביי די ארוינים? איז דאך ווייטער הא לן והא להו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 15:40 לינק ישיר 

ווייסט איינער צו הר' שלמה לייב וויינבערגער איז פון די באקאנטע חיטש וויינבערגער משפחה איבער וועלכע סאיז דא א תשובה אין דברי יואל "אודות משפחה הידועה"??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2010 00:50 לינק ישיר 

יודלע די לעצטע פאר טעג איז די ליסט אסאך געוואקסען, צום ביישפיל מחאה קעגן פסולי קידושין איז טעראר אבער פראטעסט קעגן מרא דאתרא איז קידוש השם... וכדומה, עס איז שוין צייט פאר אן אפדעיט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 20:03 לינק ישיר 

די בעסטע משל איז געווען אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד אין ב''פ
נאר הא לן והא להוא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 20:14 לינק ישיר 

אפאר צילאזטע קווינס בחורים קומען עפעס אימשילדיג מיט א ראפעל נאך געלט אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד אין ב''פ
זיי האבען קלאר געוויסט אז זיי זענען דא נישט וועלקאם,
זיי האבען אבער געוואלט ווייזן אז פאר ר' זלמן איז טאקע נישט געלונגען איינצונעמן די שול אבער זיי וועט געלונגען
נו, זענען ציגעגאנען אפאר יונגעלייט איין מאל אין נאכמאל אין געבעטן ווי נארמאלע מענטשן אז זיי זאלען פארשטיין
אז דאס איז א סאטמארע ביהמ''ד אין דא קען נישט גיין קיין נעלאגען, הולכים בערכעות, ציונים, אדער מוסדות וואס נעמען געלט פין די מדינה אין אזווי זיי גייען אריין אין איינס פין די קאטעגאריע'ס זאלען זיי נישט ווייטער ארומגיין
פארשטייט זיך, אז די קווינס מציונים מיט זייער נעימת המידות האבן געוואלט ווייזן וואס זיי קענען
אין יעצט האבען זיי איינגעשפאנט זייער גאנצע PR קאמפעני צו באשמיצן עטליכע עקסנים פאר די שרעקליכע חטא פין נישט לאזען גיין מיט א ראפעל פאר קווינס
די וועלט דארף כאפען א טרייסל פין די אכזריות........
האפענטליך איז עס אפגעכאפט וועט יעדער קענען זעהן די אימשילדיגע קווינס בחורים

אבער לאמיר נאר אויפמישן זכרונות
זאל יעדער פרעגן וויפיל א קינד פין אינזערע מוסדות אין וומ''ס פלעגט דארפן ציטערן צו גיין נאך געלט ביי די הייזער ווייל אויב קלאפט ער אריין ביי א זאלי, וועט ער זיך פרייען אז מ'האקט נאר צו די טיר אויף אים
וויפיל גבאי צדקה ק' ש' האט היי יאר אליין'ס פראבירט צו פארשיקן פין ס' 8 שול
וויפיל גבאי צדקה מ'האט היי יאר פראבירט צו פארשיקן פין מורטל
וויפיל גבאי צדקה פ' האט היי יאר פראבירט צו פארשיקן פין ראדני
אין וועלכע גבאי צדקה ש ל ו האט פארשיקט פין קינגסטערעס
וויפיל גבאי צדקה ש י ע האט פראבירט צו פארשיקן פין קליימער
אדרבה פרעגן די עסקנים פין מוסדות יט''ל, מוסדות וומ''ס, מתיבתא
וכו' כו'
אין דאס איז אלעס ווען די עסקנים גייען בלויז צו אנ''ש, זיי בעטן נישט קיין געלט פין סתם מתפללים
נאר וואס דען
שרייטס אלע: הא לן והא להו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לא קשיא: הא לן והא להו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext