נעכטען איז פארגעקומען א גענראל פארזאמלנוג אין מאנטריאל איבער דעם די חוצפה וואס איז אפגעטיען
געווארן דורך ר' משה מנחם, ס'איז זיך ציזאם געקומען איבער 120 אנ"ש
אין רעדנער ביי רעדנער האט מוחה געווען אויפן בזיון התורה וואס ר' משה מנחם האט געטיען.
סאטמארע יודען אין מאנטריאל אפילו טייל זאליס טוט זייער וויי פארוואס ר' משה מנחם נעמט אייביג אן עקסטרמיסטשע שטעלונגען אין ער מישט זיך אין זאכן וואס האט נישט מיט אים , וואס טוט אים פארשווארצען זיין פנים.
נאך די אסיפה זענען זיי אריבער צי מאטריאלער רב איבער געבענידג א בריוו.
פרטים יבאו.
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 25/02/2010 16:43:35
נשלח ב-25/2/2010 16:47
הער ארגינעלער!
זיין פנים איז שוין פארשווארטצט געווארן ווען קהל יטב לב האט געשטעלט א ב''ד, ווען דער ר' משה מענדל, איז געלאפן אויסגעבען זיינע ווילדקייטען, ביי די ''פאראייניגטע פעלקער'' ארגענעזאציע, און אים דן געווען אלס א ווילדער מחוצף,
און זיין פנים איז נאך מער פארשווארטצט געווארן, ווען ער האט דעם ר' שמעי' שווארטץ ז''ל, געצאפט דאס דם התמצית, עד להמית, ועד בכלל,
נשלח ב-25/2/2010 18:07
פארגאנגענע וואך פרייטאג צונאכטס האב איך פלוצלינג באמערקט אז די סטים ביי מיר אינדערהיים איז אויסגעלאשן. איך בין שנעל ארויסגעלאפן זיכן א גוי, צו מיין מזל האב איך תיכף אנגעטראפן א שווארצער, האב איך אים געפרעגט "קען יו דו מי עי פעוואר?" אנטשולדיגט ענטפערט ער מיר מיט א פליסיגע אידיש...
נשלח ב-25/2/2010 18:10
אה, אה מיר האבן פארגעסן אועיס צו זאגען פארן טאהש'ן אז און סאטמאר איז געווען א געוויסע פראקציע וואס מען האט געריפן שווארצע, פרעג נאר דיין סאטמארע שוויגער, ער וועט זיכער וויסן צו זאגען דערפון
נשלח ב-25/2/2010 18:13
מיין שוויגער האט מיר געזאגט אז דער נאנאשער אפסי ארץ מיט וועם איר שטאלצירט איז אויך פון די שווארצע
נשלח ב-25/2/2010 18:16
קודם כל עס איז נישט אמת, און אפי' לויט די טאהשע ווערסיע, איז ער שוין היינט ווייס, און ר' משה מענדל ווערט שווארצער און שווארצער נאך יעדעס מאל ער מאכט אויף דאס מויל!
די טהאשער צדיק, א זיסע ברכה זאל קימן אויף דיין קעפעלע!
צום ענין האט שוין דער מאנטריאלער רב שליט''א גענפערט עפעס אויפן בריוו? גייט מען ענדליך שלאגן כפרות מיט ר' משה מענדל?
נשלח ב-25/2/2010 19:22
סקוקט אויס ווי גאנציגער האט געהיידזשעקט נפל'ס ניק מנהל נעם די זאך אין די הענט- א מייסע ניירע
נפל כתב:
פארגאנגענע וואך פרייטאג צונאכטס האב איך פלוצלינג באמערקט אז די סטים ביי מיר אינדערהיים איז אויסגעלאשן. איך בין שנעל ארויסגעלאפן זיכן א גוי, צו מיין מזל האב איך תיכף אנגעטראפן א שווארצער, האב איך אים געפרעגט "קען יו דו מי עי פעוואר?" אנטשולדיגט ענטפערט ער מיר מיט א פליסיגע אידיש...
תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 25/02/2010 19:24:56
נשלח ב-25/2/2010 19:36
טאקע א טעות, איך האב נישט גענדיגט דעם וויץ ביזן סוף
פארגאנגענע וואך פרייטאג צונאכטס האב איך פלוצלינג באמערקט אז די סטים ביי מיר אינדערהיים איז אויסגעלאשן. איך בין שנעל ארויסגעלאפן זיכן א גוי, צו מיין מזל האב איך תיכף אנגעטראפן א שווארצער, האב איך אים געפרעגט "קען יו דו מי עי פעוואר?" אנטשולדיגט ענטפערט ער מיר מיט א פליסיגע אידיש... מיין נאמען איז משה מענדל
נשלח ב-25/2/2010 21:10
מואב און מדין האבן שלום געמאכט אין מאנטריאל.
ליבערמאן מיט וויינגארטן האבן באשלאסן אז עס איז עק וועלט, און זיי מוזן זיך פארגלייכן.
ליבערמאן האט אנהויב ווינטער געעפענט אן אייגענעם אהרונישן ביהמ"ד מיט די טענה אז מען מוז סוכ"ס ארויסגיין, און נאר אזוי וועלן די אהרונים זיך קענען בויען.
ווידעראום וויינגארטן האט נישט מסכים געווען דערצו, און געשריגן אז "ליבערמאן וועט אונז נישט איינטיילן", און ער מיט די מער פרומער אהרונישער עלעמענט זענען יא געבליבן אין אלטן ביהמ"ד.
יעצט זאגט וויינגארטן וכת דילי' אז ליבערמאן איז געווען גערעכט, און בלית ברירה וועלן די פרומע מיט די פראסטע זיך צוזאמענשטעלן, און פירן די מערכה קעגן הגה"ת הדומ"ץ שליט"א.
און דער רוב מנין ובנין פונעם ציבור שטייט אין דער זייט און לאכן א גוטס, וויאזוי די אהרונים האבן שוין כמעט געהאט אונטער זייערע הענט די נכסי הציבור אין מאנטריאל נאכן אומלעגאל דאס איבערשרייבן, און יעצט זענען זיי גאר די וואס מוזן ארויסגיין בחרפות ובושות.
וויאזוי גייט דאס ווארט? אבי נישט צווישן אידן...
נשלח ב-25/2/2010 21:30
די מאנטריאלע אהרונים זענען זייער אויפגעקאכט אבער אן קיין געלט קען מען גארנישט טין.
ליבערמאן האט אן אייגען בנין ווי ער האט זיין ביהמ"ד אבער וויינגארטן קען נאר אנדרייען אז מען זאל נישט גיין זאגען גיט שבת פאר ר' מ"מ אין האלטן דרשות אין נוה שלום.
נשלח ב-25/2/2010 21:32
זאלן זיי קאלן איצי ראזענבערג ער זאל זיי צושטעלן
נאר איבערשייבן די נכסי הציבור האט ער געקענט?
נשלח ב-26/2/2010 00:47
באקומען אין אישי:
--
אקעי איך וועל איבערגעבן מער דעטאלן פונעם היסטארישן גענעראל פארזאמלונג! איך וועל באלד צוריקומען פארוואס סאיז אזוי היסטאריש.
אנגעפאנגען האט זיך עס נעכטן מיטוואך ווען די הנהלה פון שבת אחים דסאטמאר מאנטריאל האבן. אפגעשריבן א לענגערע בריוו וואס איז איבערגעגבן געווארן פאר אלע ראשי הקהילה און אויך נאכמיטאג ארום 6 אזייגער זענען א דעלעגאציע פון 7 זקני וחשובי הקהילה ארויף צום רב אין שטוב אפגעבן דעם בריוו ווי דער רב שליט"א האט געזאגט אז ער וועט טוהן וואס ער קען אפצושטעלן די מעשים פון משה מנחם'ן.
אין די בריוו ווערט ארויסגעברענגט אז מאנטריאל איז ביזדערווייל די איינציגסטע קהילה פון סאטמאר וואס האט זיך נאכנישט צוטיילט און מען פראבירט דאס מערסטע צו לעבן בשלום בראשות דער רב הרב מייזעלס וואס ער וויל דאס און דא קומט אריין אונזער משה מנחם און צושטערט עס צוליב וואס ער דארף אייביג זאגן זיין קאנטיווערסיאלע מיינונג ווי סבאלנגט אפילו נישט צו איהם אדער צו די מאנטריאלע קהילה, ווי למשל דא די פרשה אין קרית יואל ווי סאיז דא א דיין און די שטאט און סהאט איהם קיינער נישט געפרעגט, און דאס פאשעמט זייער די מאנטריאלע קהילה וואס הייסט אז זיי לעבן בשלום, אז זייער דיין ליגט אין שמוץ, און די איצטיגע פרשה האט שוין געפלאצט זייער געדולד און זיי פארלאנגען מען זאל אפזאגן משה מנחם פון זיין דיינות און מען זאל אויפנעמען א צווייטן אנשטאט איהם! (איך האף צו באקומען דעם בריוו אין ארויפלייגן)
שפעטער פארנאכטס האט מען געהאנגען מודעות אין ביהמ"ד און מודיע געווען דעם ציבור וועגן די גענעראל פארזאלמונג, יעצט פארוואס איך האב געשריבן היסטאריש איז ווייל סאיז געהעריג געהאנגען צעטלעך אין שוהל אין אויך פארגעקומען אינטן אין ביהמ"ד און קיינער האט גארנישט געקענט טוהן אפילו מען האט געוויסט פון פאראויס, דאס ווייזט ווי שטארק דער ציבור איז אנטוישט מיט משה מנחם און האלטן ביים נעמען ערענסטע שריט און אדער זאל מען איהם אפזאגן אדער זיך צוזאמנעמן און א נארמאלער קהילה תחת מרתו של רבינו מהר"א שליט"א.
און נאכן טעגליכן שיעור פון כולל ערב יסודי התורה ווי אנ"ש לערנען יעדע נאכט אויף די אינטישטע שטאק פון שוהל אין היכל נוה שלום ווי סזענען געווען אנוועזנד ארום 120 אנ"ש און מיט דברי מחאה האט אויפגעטרעטן איינער פון די חשובע חברי הקהילה הרה"ח ר' אשר ווידער שליט"א ווי ער האט ארויסגעברענגט די ווייטאג פון די חברי הקהלה אז דער דיין טוט די זאכן און באשמיצט די קהילה אינטערשרייבענדיג אקעגן די פסק פון רביה"ק בעל דב"י און הגה"צ דומ"ץ ק"י שליט"א און די ציבור איז אנשלאסן צו נעמען שריט.
לויט ווי ס'זעהט יעצט אויס קומט היציגע טעג אין די אזוי שלומ'דיגע קהילה... היינט צופרי האבן די זאלי מחוצפים שוין נאכגעשריגן ר' אשר פארן חטא פון מוחה זיין קעגן די חוצפה'דיגע אקט.
משה מנחם אליין ליגט שוין אין בעט מיט א רויז און פיבער אינדערהיים און ער ווייסט גוט פון די גענעראל פארזאמלונג און ווייסט וואס סווארט איהם אפ אין ביהמ'ד איך גלייב נישט ער וויל אזוי שנעל גיין...
און לויט די היסטאריע פון די זאליס ווייזט וועלן זיי ברענגן אייגענע פאפקארן די וואך וויבאלד הרה"ח ר' אשר טוט דאס שוין פאר לאנגע יארן שבת צופרו ביים ליינען פאר די קינדער און ביי של"ס נעמט ער צוזאם די קינדער זיי זאלן נישט שטערן די תורה ונזכה ונראה.
עס קומט א פרייליכן שבת זכור און מאנטריאל!
נשלח ב-26/2/2010 00:51
איך האב נארוואס גערעדט קיין מאנטריאל, און מען זאגט אז דער מאווינג טראק שטייט שוין גריייט נעבן הויז פון דיין שליט"א, און ווי נאר ער וועט קענן ארויסגיין פון בעט, כאפט ער די פעקלעך און פארט אוועק פון מאנטריאל...
נשלח ב-26/2/2010 00:54
און יעצט א זייטיגע הערה:
לעבעדיגער שרייבט:
לויט ווי ס'זעהט יעצט אויס קומט היציגע טעג אין די אזוי שלומ'דיגע קהילה... היינט צופרי האבן די זאלי מחוצפיםשוין נאכגעשריגן ר' אשר פארן חטא פון מוחה זיין קעגן די חוצפה'דיגע אקט.