בית פורומים כל העולם כולו

רשעות: זאליס צושטערן מעמד אילת השחר פורים אינדערפרי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/2/2010 19:55 לינק ישיר 
רשעות: זאליס צושטערן מעמד אילת השחר פורים אינדערפרי

פין אישי

שוין לאנגע יארען וואס געוויסע עסקנים לשם שמים ארגענזירן יעדן פורים אינדערפרי, א געהויבענער מעמד מיטן נאמען אילת השחר, ווי טויזענטער תשב''ר פין אלע שיכטען אין קרייזען אין וומ''ס קומען  זיך צוזאם אין זאל פין ויוא''מ צו זאגען תהילים פורים אינדערפרי אין איינרייסען אין אזא גרויסע טאג, כל הפושט יד נותנים לו, דערנאך גיבט מען פרישטוג, מ'דאווענט אין מ'ליינט מגילה, וכו'  א לענגערע פראגראם וואס הייבט זיך אן גאנץ פרי אין ענדיגט זיך נאנט צו חצות, אינטער די אויפזיכט פין צענדליגע מלמדים.

די גאנצע הוצאת ליגט אלס אויף די עול פין די פאר עסקנים, אין זיי האבען שווערע געלטער אין כוחות אריינגעלייגט יערליך ביז  זיי האבען אפי' געקענט אנהייבן צאמצושטעלן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט אזא פראיעקט (כדי צו שלעפן קינדער זאגען תהילים אזוי פרי, ספעצעיל פורים מיז מען צישטעלן גאר א רייכע פראגראם כמובן), היינט צו טאגס איז  דאס שוין א אויפגעארבעטע זאך אין איז שוין געווארען נאכגעמאכט אין קרית יואל אין נאך פלעצער.

למעשה אזווי די עסקנים וועלכע פירן עס, גראדע שטילע יונגעלייט, גייען נישט אין שפאן, פראבירט מען שוין יערליך עס אינטערצוהאקען, מיט אלע מינע וועגן.
פאר עטליכע יאר ציריק האט מען מיט דריק פין אפאר עסקנים האבען  זיי מסכים געווען זיך אראפצוזעצן אין די  זאלי'ס האבען פארלאנגט אז האלב מלמדים וואס פירן די פראגראם, קענען די עסקנים נישט ברענגן, נאר דארף ווערן געברענגט דורך י' ט'
דאס טראץ וואס רוב קינדער פין 'אלע וומ''ס ת''ת' זענען נישט קיין 82 קינדער,
אין די אנדערע האלב מלמדים מעגן די עסקנים ווייטער ברענגן, אין מ'האט עס נאכגעגבן, טראץ וואס יעדער פארשטייט אז ס'איז זייער שווער צו ארבעטן מיט איינעם וואס א צווייטער האט אים געברענגט, 
אבער די צרי עין זענען נישט געווען ציפרידן, האבען  זיי לעצטע יאר געמאכט א עקסטערע מעמד (דארט ווייסן זיי נישט פין ברוב עם, דארט וויסען  זיי נאר פין פירוד אין מחלוקת) אין עטרת אברהם, (ס'האט געדארפט הייסען אז יענס ווערט ארגענזירט דורך חברה תהילים אין ראדני) אין פראבירט אהין צו שלעפן אלע קינדער מיט גאלדענע הבטחות, למעשה איז זייער מעמד געווען א געוואלדיגע דורכפאל אין אפי' רוב 82 קינדער זענען ווייטער געקומען אין ויואל משה צו די הערליכע פראגראם ווי אלע יארען.
זענדיג ווי די רשעות ארבעט זיך נישט אויס, האט מען ''היינט'' געלאזט וויסען פאר די עסקנים אז מ'גיבט זיי נישט ויואל משה זאל, אין די זאל ווערט פארדינגען פין די ארגענזירער פין די בעלי מחלוקת פארברענג, - פאר די קינדער פין חברה  תהילים אין ראדני, אזוי האפענדיג צו שלעפן קינדער וועלכע וואלטע נישט געקומען צו זיי נארמאלערהייט.

אויב דאס מיינט החזרת עטרה ליושנה,  איז עס המן'ס קרוין..







תוקן על ידי rebyankel ב- 25/02/2010 19:57:23




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 20:08 לינק ישיר 

יא. עס איז געלונגען פאר די זאלי'ס צו סקראוען די עסקנים וואס ארבייטן שוין יארן פאר די חברת תהילים.

מ'וועט בקרוב מעלדן די נייע פלאץ ווי עס וועט פארקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 20:11 לינק ישיר 

נפל
די ווייסט אפשר די לשונות וואס מ'דארף ניצן אויב די ארונים וואלטען געטוהן אזא אקט?
איך זיך ענקער דיקשענערי.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 20:31 לינק ישיר 

די מעשה איז אזוי אמת ווי דאס אז ער האט דאס באקומען אין אישי

די עסקנים פון אילת השחר האבן זיך געוואנדן אזוי ווי אלע יארן צו די מוסדות אין וו"ב. דא האט אבער אויסגעבראכן א רייבעריי ווייל 2 פון די עסקנים זענען אהרוינים און זיי האבן געוואלט אז זייער אב"ד וו"ב זאל זיך קענען משתתף זיין במשך די תהילים כדי צו קענען לייגן בילדער אין זייער מאגאזין "די וואך" אבער די אנדערע עסקנים האבן גענטפערט א גרויסע "בלא" מיר ווילן דא נישט קיין פאליטיק. בראותם כי כלתה אליהם הרע האבן זיי ווי געווענטליך אויסגעדטרייט דעם דאטשיק און גענומען שרייען זאלי'ס רשעים

----

די תהלים וועט ווייטער אנגיין ברוב פאר והדר, און די 2 אהרוינישע עסקנים וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן צום דעה פון רוב עסקנים זענען געלאדענט צו גיין זאגן תהלים מיט זייער 30 קינדער אין הופער. די תפלות פון די קינדער וועלן בעזהי"ת עושה רושם זיין אן דעם וואס די 2 אהרוינים זענען אינוואלווד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 20:40 לינק ישיר 

און אויף אזא פאל פלעגן זיך אידן ווינטשן: א פרייליכן פורים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 20:41 לינק ישיר 

פארוואס איז פאליטיק ווען זייער אב"ד איז זיך משתתף? ער איז עפעס אסור לבא בקהל? ביטע ענטפערט נארמאל. מיט דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 20:43 לינק ישיר 

נפל כתב:
די מעשה איז אזוי אמת ווי דאס אז ער האט דאס באקומען אין אישי

די עסקנים פון אילת השחר האבן זיך געוואנדן אזוי ווי אלע יארן צו די מוסדות אין וו"ב. דא האט אבער אויסגעבראכן א רייבעריי ווייל 2 פון די עסקנים זענען אהרוינים און זיי האבן געוואלט אז זייער אב"ד וו"ב זאל זיך קענען משתתף זיין במשך די תהילים כדי צו קענען לייגן בילדער אין זייער מאגאזין "די וואך" אבער די אנדערע עסקנים האבן גענטפערט א גרויסע "בלא" מיר ווילן דא נישט קיין פאליטיק. בראותם כי כלתה אליהם הרע האבן זיי ווי געווענטליך אויסגעדטרייט דעם דאטשיק און גענומען שרייען זאלי'ס רשעים

----

די תהלים וועט ווייטער אנגיין ברוב פאר והדר, און די 2 אהרוינישע עסקנים וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן צום דעה פון רוב עסקנים זענען געלאדענט צו גיין זאגן תהלים מיט זייער 30 קינדער אין הופער. די תפלות פון די קינדער וועלן בעזהי"ת עושה רושם זיין אן דעם וואס די 2 אהרוינים זענען אינוואלווד.


שרייב דעיס פאר נפל

פוסטער שקרן,
ווי אלע דיינע תגובות

די מעמד איז אלע יארען געווארען געפירט דורך ר' אברהם יושע ניימאן אין ר' אברהם בער שפיצער
עס זענען דא, טויזענטער תשב''ר וואס זענען יערליך עדות דערויף.

די זאלי'ס האבען נישט ציגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער (אויב יא, זאג ווער)

די איינציגסטע מאל וואס איז געווען א רעדע וועגן ברענגן א רב/רבי איז געווען ווען בשנת תשס''ח האבען זיי געוואלט ברענגן דעם גאנץ יעריגען פירום רב רז''ל, אין די עסקנים האבען דאן געזאגט אז אזווי ס'איז א צענטראלע זאך פין אלע מוסדות קען מען עס נישט צו לאזען, נאר אויב מ'ברענגט אויך אנדערע רבנים, דעמאלטס איז די נושא אראפ פין טיש
(פאריאר ווען זיי האבען געמאכט אליין אין עטרת אברהם האט טאקע דער פורים רב אליין ערשיינט)

עס האט קיינמאל נישט געהייסען אז  דער סאטמאר וומ''ס רב גייט קומען

שקר ווי אלע  זאלי שקרים.

ווער מיר געוואר, וואס י' ט' מיט אלע אנדערע בעלי מחלוקה האבען געטוהן פורים אינדערפרי ביז 2 יאר ציריק, ווייל אין ויוא''מ זענען זיי נישט געווען.

איך וויל נישט דא דארפען דערמאנען די נעמען פינקטליך מיט דעטאלען, אבער אז די וועסט מיך צווינגען דערצו וועל איך עס מוזן טוהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 20:44 לינק ישיר 

נאך איינמאל איך זע די זינלאזע טעמע ארויפגעברענגט ווערסטו אדער סיי ווער עס ברענגט דאס ארויף פערמאנענט אויסגעשפארט!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/02/2010 21:14:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 20:47 לינק ישיר 

איך האב נישט געטראכט פאר איין רגע אז די וועסט אויפגעבן דיין ספין אפילו נאכעדם וואס עס איז נתגלה געווארן דיין בלאף

סוף דבר וועט די תהלים אנגיין אומגעשטערט פונקט ווי אלע יארן! די זאלי'ס האבן גארנישט צושטערט! סך הכל דארפן די 2 אהרוינישע עסקנים גיין מיט זייערע 30 קינדער צום אב"ד ווייל אין ויואל משה ברויך מען אים נישט האבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 20:49 לינק ישיר 



יא נפל
די קאפ ליגט דארט ווי אלע זאלי'ס
אז  מ'האט נישט וואס צו זאגען קומט מען מיט שקרים אין ניוויל פה (שקרים איז נישט געגאנגען יעצט פראבירט ער מיט ניוויל פה)

נאכמאל, דארט קומען קינדער פין גאנץ וומ''ס, איך ווייס נישט אויב די ווייסט (אפשר ווייל די שפילסט טאהש'ער) אין וומ''ס איז היינט דא צווישען 15 אין 20 ת''ת.

אין נאכמאל רעכן אויס, איין  זאלי'ס וואס פלעגט טוהן סיי וועלכע עסקנות פאר דעם הייליגען מעמד

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/02/2010 21:14:58




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 20:52 לינק ישיר 

נפל כתב:
איך האב נישט געטראכט פאר איין רגע אז די וועסט אויפגעבן דיין ספין אפילו נאכעדם וואס עס איז נתגלה געווארן דיין בלאף

סוף דבר וועט די תהלים אנגיין אומגעשטערט פונקט ווי אלע יארן! די זאלי'ס האבן גארנישט צושטערט! סך הכל דארפן די 2 אהרוינישע עסקנים גיין מיט זייערע 30 קינדער צום אב"ד ווייל אין ויואל משה ברויך מען אים נישט האבן.


אז  נפל - דער וואס האט שוואגער'ס אין חברים איבעראל וואס געבן אים ערשט האנטיגע אינפארמאציע, אפי' אויב מ'ווייסט שוין אין ירושלים, אין ער אליין שפילט טאהש'ער
באקט א ווערסיע, ווער קיינער נישט אפגעפרעגט

אדרבה ברענג איין עסקן וואס האט עס געפירט ביז היי יאר, אין וועט עס ווייטער פירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 20:57 לינק ישיר 

קענסט מיר ווייזן 1 ווארט ניבול פה אין מיין גאנצע תגובה?

די האסט יעצט "אליינס" געצייגט פארן עולם ווי "דיין" קאפ ליגט!


----------


אויסרעכענען נעמען פון עסקנים איז א שגץ שטיק, איך ציטער פון דעם! איך האב די נעמען פון די אהרוינישע עסקנים אויך נישט אויסגערעכענט ווייל איך גלייב אז זיי מיינען עס נעבעך ערענסט לשם שמים.

די אליינס האסט זיך צונאר געלייגט, די פארציילסט אז ר' זלמן לייב האט געוואלט קומען תשס"ח און די עסקנים האבן נישט מסכים געווען... פארט האט ר' זלמן לייב נישט צושטערט אפילו עס איז אין "זיין" זאל און ער קען דאס פארמאכן פון איין מינוט צום צווייטן! ער האט פאקוקט אויף זיין כבוד! (לשיטתך, ווייל אין מציאות איז דאס קיינמאל נישט געווען אין פאלן, די "עסקנים" קענען אים נישט אפהלאטן פון אריינקומען אין זיין אייגענע זאל. ולידועתך, סאטמאר האט קיינמאל נישט גענומען קיין געלט פארן ניצן די זאל פאר די תהלים פון די קינדער).

יעצט האבן די עסקנים געזאגט ניין פאר אב"ד הופער און די אהרוינם שפרינגען ווי צאפלעך און זענען גרייט צו באשמוצן יעדן ערליכן עסקן וואס שרייט "לאזט פאליטיק אינדרויסן"!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 20:57 לינק ישיר 

דאס צושטערן דעם הייליגן מעמד "אילת השחר" איז א בלויזער ווילדער אקט פון אפאר געמיינע עסקנים וואס האבן נישט קיין אהנונג וואס זיי זענען עתיד ליתן את הדין פאר דעם!!! ר' אברהם יושע ניימאן פירט שוין אן דעם הייליגן מעמד העכער 10 יאר, און דארט איז קיין פאליטיק קיינמאל נישט געווען פארמישט! דער רבי ז"ל דער ברך משה האט זיך אפאר מאל משתתף געווען דארט, אבער נאך די פטירה איז געווען א קידוש השם צו זעהן וויאזוי ר' אברהם יושע האט מצליח געווען אין אזא געהויבענעם טאג צוזאמצוברענגן אלע קינדער פון ביידע פארטייען זאגן תהילים און דאווענען. און עס איז א בלויזער שקר אז ער האט געוואלט ברענגען הר' מענדעלע צו דעם מעמד. שעמען זאלן זיך די עסקנים וואס האבן א חלק און צושטערן אזא הייליגע זאך!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 21:01 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאָר


פארוואס קענען נישט די אהרונים זאגן תהלים ביי זיך אין ווייט בילדינג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 21:08 לינק ישיר 

דוד, דאס אז ביי דעם מעמד זענען נאר אהרונישע קינדער איז א נארישער ספין פון דעם קינדערישן יאנקל, דער מעמד האט געדינט פאר אלע מוסדות התורה אין וויליאמסבורג, און אין די לעצטע 3 יאר האט פאליטיק דארט נישט געשפילט קיין שום ראלע, עס האט נישט קיין תירוץ שבעולם פארוואס מען זאל דאס פארמאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 21:11 לינק ישיר 

ווען דו ביזט ביי יענעם אינדערהיים מוזטו זיך צושטעלן צו יענעם.


אויב די אהרונים ווילן פירן מעשה באלעבאס ביי יענעם אינדערהיים, זאלן זיי עס מאכן ביי זיך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רשעות: זאליס צושטערן מעמד אילת השחר פורים אינדערפרי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext