נשלח ב-1/3/2010 23:17
רז"ל: איך יא דו נישט. באסעס/מאביל'ס נאך א קלאסישן ביישפיל פון דעם לאקאלן נועם המידות פון איך יא, דו נישט !
ער האט געמאכט ריזיגע העדליינס אין דער איד אז מ'לאזט מער נישט קיין בחורים פארן מיט די מאבילס און באסעס, ווייל עס איז א געפערליכע פירצה, און ביים רעבעזעכרוילנע לעבראווכע איז עס איז נישט געווען, און עס איז בגדר "סוס כלשהו".
וואונדער איבער וואונדער, דעם פורים תש"ע, האט זיין אייגענע צדקה קאסע יא געמעגט האבן א שיינעם טייערן באס, וואס איז אגב פיל טייערער פון א מאביל...
איך יא ! דו נישט
נשלח ב-1/3/2010 23:19
נשלח ב-2/3/2010 01:07
איך ווייס נישט פינקטליך אבער איך מיין אז ער האט נישט געלאזט נאר די ישבה קטנה בחורים ער האט נישט גערעדט פין ישיבה גדולה
נשלח ב-2/3/2010 01:22
מה נשתנה? וואס איז געווען די שלמה יענקל'ס שיטה {רביזיכרונע ליווראכע)? די קווינס בחורים פירן זיך אויף אסאך מיסער ווי די ישיבה קטנה בחורים אין אגב, ווייסט אפשר וועלעכע בחורים זענען געווען אין די מאביל פאר שלמה מאיער (ענטפער נישט קווינס, נאר אויב אין קווינס לערענען 14/15 יעריגע) ?
נשלח ב-2/3/2010 18:38
ישיבה קנטה\גדולה... פארקויפט'ס לאקשן פאר "קלעצער". ער האט גע'אסר'ט מאביל'ס נישט קיין באסעס, און די בחורים זענען טאקע נישט געפארן אין קיין מאביל'ס! די איינציגסטע סאטמארע מאבלי'ס אין וו"ב זענען געווען די אהרוינים.
נשלח ב-2/3/2010 18:50
נפל כתב: ישיבה קנטה\גדולה...
פארקויפט'ס לאקשן פאר "קלעצער". ער האט גע'אסר'ט מאביל'ס נישט קיין באסעס, און די בחורים זענען טאקע נישט געפארן אין קיין מאביל'ס! די איינציגסטע סאטמארע מאבלי'ס אין וו"ב זענען געווען די אהרוינים.
דער טאהשער פארענפערעכס אויף די הא לן והא להו פראקציע דערמאנט מיך פון דעם באוויסטער עפיזאד וואס האט פאסירט מיט הר''ר יעקב יושע טירנויער ז''ל, דער טאטע פון ר' משה מענדל זאל לעבן,
ר' יעקב יושע ע''ה האט א מאל געוואלט כאפן א היטש, ארויף צו די קאנטרי, האט זיך אפגעשטעלט א קאר, וואס האט נישט געהאט קיין שפיגלן, און אויף גענימען ר' יעקב יושע, בתנאי אז ער מיז א גאנצע וועג קיקן אויף ציריק, זען צו עס קימט נישט קיין קאר,
פיין ר' יעקב יושע איז מסכים, און היידא מען לאזט זיך און וועג אריין, און ר' יעקב יושע האט ערליך איינגעהאלטען, דעם תנאי, און יעדע פאר מינוט האט ער געשריגען א קאר, א קאר, און אלעס איז געפארן וואו עס באדארף צו זיין,
מיט א מאל הערט מען בום! א זעטץ, וואס איז? א טרעלער האט מיאוס אריין געזעצט אונעם קאר, און מיט ניסים איז מען ארויס נאר מיט לייכטע וואנדען,
פרעגט מעט ר' יעקב יושע, מיר האבן דאך געהאט אן אפמאך?
ענפערט ער בתמימות, אז דער אפמאך איז געווען נאר אויב ער זעט א קאר, נישט קיין טרעלער,
דאס איז מער ווייניגער וואס דער טאהשער ענפערט, נישט קיין מאביל, נאר א באס יא!
נשלח ב-2/3/2010 18:54
די מעשה קענסטו אויך פארקויפן פאר די "קלעצער" וואס קויפן יעדע שטרוי. אין א מאבלי איז געווען מכשולות און אין א באס נישט. אויב פארשטייסטו נישט די חילוק פרעג דיין טאטע.
נשלח ב-2/3/2010 19:01
ניין איך פארשטיי נישט דעם חיליק, אפשר ווען איך וועל ווערן 30 טעג אלט וועל איך כאפן דעם טיפזיגען חיליק!
נשלח ב-2/3/2010 19:08
די היפאקריטן קומען דא אויף מיט אלע סארט תירוצים. נישט א באס איז אסור, נאר א מאביל נישט פאר גרויסע נאר קליינע זיי שעמען זיך אבער מודה צו זיין דעם אמת.נישט איך טאר נישט. דו טארסט נישט !
נשלח ב-2/3/2010 19:19
נפל עס מיז זיין דוקא זיין טאטע אדער זיין שוואגער איז אויך גיט?
נשלח ב-2/3/2010 19:42
שוטה'לע פארוואס האבען ענק געהאנגען צעטליך אין ענקערע שולן די תקנה פין נישט גיין מיט קיין מאבילס אדער וועןס אדער באסעס? (דארט איז אויך נישט געשטאנען קווינס אדער ווערוועלי) אין מיט וואס זענען די בחורים וואס זענען געגאנגען נאך געלט פאר שלמה מאיער געפארען? פאר דיינע קעלבעך איז אלעס גיט -------------- עס איז געווען א עקסטע עונג רחני צו זעהן, ווי א זאלי באמערקט א היימישע באס דורך פארן אין זיי זענען ווילד געווארען באלד אזווי המן ווען מרדכי האט זיך נישט געביקט פאר אים פין די די איידעלע פאוסטער וואס האט געהאנגען אויף יעדע באס
נשלח ב-2/3/2010 19:54
די איינציגסטע איסור איז געווען אויף מאביל'ס, עס איז אויך געווען אין "דער איד". ווענ'ס און באסאס זענען נישט גע'אסר'ט געווארן. עס איז טאקע געווען שיין צו זען אז די בחורים פארן נישט מיט קיין מאבלי'ס.
נשלח ב-2/3/2010 19:55
ל''ע!
נשלח ב-2/3/2010 20:49
נפל עס איז אלטע כלל אז ענק האבען נישט קיין פראבלעם צו לייקענען א מילתא דעבידא לגלי' קען איינער אריינפעיסטען א קאפי פין דער איד?
נשלח ב-2/3/2010 23:47
איך האב יעצט דעם איד פאר מיר, דא שטייט גרויס "נישט פארן מיט באסעס-מאבילס וכו' "!!!!!!!
נשלח ב-3/3/2010 00:01
נישט ארומפארן מיט באסעס-מאבילס וכו' (דער איד 27-ב) ומוסיף שם, הם שאלו כהוגן....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.