1. דער בלאט האט אויפגעהערט מפרסם זיין די נעמען פון די כלה'ס. אנשטאד עדווערטייזן זיי נאר די נעמען פון די רבנים מסדרי הקידושין.
2. די פנקס האטליין האט אפגעפייגערט עס האלט שוין ביים דריטן טעלעפון נומער אבער די דריטע חתונה האבן זיי נאכנישט "אנגעיאגט" אריינצולייגן, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי האבן זיי ארויפגעלייגט תיכף נאך די חופה.
עס זעט אויס ווי די אהרוינישע פירער האבן זיך ענדליך געכאפט אז זיי זענען ארויפגעקראכן אויף צו א הויכע בוים און זיכן די וועג אראפ.
איך האב שוין לאנג א שאלה וואס זיצט נאך דערווייל בלי פטרון:
דאס איז זיכער אז בני יואל'ע אדער זאלי'ס און לכאורה אויך תו"א טאהש ספינקא וכו' די אלע וואס האבן בתי מדרשים אין קרית יואל וועלן זיך נישט אפהאלטן פון חתונה מאכן ביי בני יואל אויב ווילן זיי נישט ר' אהרן זאל זיין די מסדר קידושין. לדעת די וואס מאכן דארט חתונה איז דאס קיין פראבלעם. די פראבלעם איז נאר לדעת ר' אהרן. אויב אזוי איז זיכער אז ביז עטליכע יאר וועלן וואוינען אין קרית יואל "טויזענטער" פסולע קינדער! א קורצע חשבון פון 10 משפחות וואס מאכן דארט חתונה (עס האלט שוין ביי דריי) מיינט ביז עטליכע יאר 100 קינדער (בערך 10 פער משפחה). 100 חתונות מיינט שוין "טויזענט" קינדער! דאס איז א זאך וואס ר' אהרן קען בשום אין אופן נישט אפהלאטן.
אויב אזוי ווי נעמט ר' אהרן אויף זיך די אחריות? (פארשטייט זיך לדעתו אז עס איז דא א פראבלעם בכלל). פארוואס אין אזא פאל זאל ער נישט זאגן בפה מלא "אין בין מוותר"? אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף סה ע"ב), אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר בן רבי שמעון, כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שלא נשמע
דאס איז אמאל זיכער אז דער עולם וועט זיך נישט אפהלאטן, ווי נעמט ער די אחריות פון (לדעתו) "טויזענטער" פסולים? איז דען נישט מער אויסגעהאלטן כלפי שמים "מוותר" צו זיין?
די שאלה איז שטארק פאר זיך און איך ווארט אויף א גוטע תשובה.
חוץ מזה איז דאס לכאורה די בעסטע וועג פאר ר' אהרן ארויס פון דעם פלאנטער. "רבותי מיר האבן געטון וואס מיר קענען מיר האבן יוצא געווען, היות זיי זענען עומדים במרדם בין איך מוותר און דערמיט פארמינער איך טויזענטער פסולים איך טו דאס כלפי שמים" אפשר וועט אים מיט אזא מהלך אויך געלונגען אפצו-ווישן אביסל פון די שמוץ וואס האט זיך אנגעזאמלט לעצטנס.