בית פורומים כל העולם כולו

רבינו שליט"א באזוכט הגה"צ ר' פישל הערשקוויטש שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/3/2010 03:55 לינק ישיר 
רבינו שליט"א באזוכט הגה"צ ר' פישל הערשקוויטש שליט"א


היינט נאכט האט רבינו שליט"א באזוכט הגה"צ ר' פישל הערשקאוויטש פון האליין



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 04:33 לינק ישיר 

איך ווארט שוין קוים אויף די קללות,
נייפל, איכה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 05:53 לינק ישיר 

יענקעלע


וואס פאלט דיר איין קללות?

סאטמארער חסידים זענען העכסט צופרידן דערפון.

זאל דיין מאנראוער צדיקל גיין ווי לינקער איז עס א ברכה פאר סאטמאר!

ווער האט אים ביז יעצט נישט געלאזט גיין צום האליינער רב שליט"א?

אפשר משה גבאי?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2010 18:53 לינק ישיר 

אויב איז דאס געגאנגען לינק..
דאן איז שוין דיין ראבד''ל - גאב''ד לינק פין לאנגע יארען ציריק ווען מענטשן פלעגן אים נאך פרעגן שאלות אין יעדע דבר הקשה האט מען געשיקט צו ר' פישל

אויב איז דאס לינק, דאן וואס איז הליכה לבג''ץ הציוני?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2010 18:58 לינק ישיר 

הא לן והא להו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2010 23:09 לינק ישיר 

א אינטערעסאנטע הערה,

איך האב געהערט נישט לאנג צוריק פון איינעם די פאלגענדע מעשה, ר' חיים מרדכי שטיינבערג ע"ה איז ווי באקאנט געווען א בן בית ביים בעל דבר"י זי"ע, ער איז געווען אן ערשטער קאזין מיט רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א, נאך די מלחמה איז ר' חיים מרדכי געגאנגען אויף א באזוך צו רבי פישל, אינמיטען שמועס האט זיך רבי פישל אנגערופען  "אינדערהיים אין מונקאטש האט מען אונז איינגערעדט אז די אגודה זענען רשעים, יעצט זעה איך אז עס איז בכלל נישט אזוי, און עס איז דא גרויסע מענטשען ביי זיי", ר' חיים מרדכי הערנדיג די ווערטער האט זיך אויפגעהויבען און געזאגט "איר זענט אן אפיקורס און מען טאר מיט אייך נישט רעדן" און ער איז ארויסגעגאנגען פון זיין שטוב, און מער איז ער אים קיינמאל נישט געווען באזוכען.

ער האט מיר עס נאכפארציילט פון זיין זון ר' משה אהרן שטיינבערג נ"י.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 01:09 לינק ישיר 

איינער ווייסט אויב מען האט גערעדט וועגן הל' ערובין ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 02:39 לינק ישיר 

יכול, ווער עס קען רבי פישל הערשקאוויטש שליט''א
און ווער עס האט געקענט ר' חיים מרדכי ע''ה ווייסט און
פארשטייט אז די מעשה איז לכאורה נישט ווי דו האסט
געשריבן,
און לו יהא אז ס'איז אמת איז דאך דא אזוי פיל תירוצים:
לחץ,
צוריק געצויגן,
תשובה געטוהן,
פאר די גויים,
בטל געווארן,
הא לן הא להו,
איך דארף מיך פאר דיר נישט פארענטפערן,
עת לעשות לה' היפירו תורתיך,
בכלל, אפילו ער האט דאס יא געזאגט, איז וואס?
זייט דער נועם המידות האט איבער גענומען די מלוכה ואילך
קען יעדער רב זאגן זיין מיינונג, ניין?, און סוף כל סוף האט דאך רבי פישעלע
כאטשיג געהאלטן אינדערהיים אז די אגודה זענען רשעים בו בזמן
ווען דער מאנסי ויזניצער רבי שליט''א האט שוין אינדערהיים
געהאלטן אז זיי זענען גרויסע מענטשן, אלזא, יכול, האק נישט אויף
רבי פישעלע, וואס איז דער איינציגער תלמיד חכם אין וויליאמסבורג
וואס איז אין קאליבער פון אונזער דיין רבי געציל שליט''א אין תורה, 
דו ווילסט האקן? האק אויף רבינו שליט''א וואס גרייט אן
א הערליכן שפאגל נייעם התאחדות הרבנים פון לויטער תלמידי חכמים,
מיט די עמי הארצים און די מגלי פנים בתורה שלא כהלכה שטיין פון דרויסן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 21:58 לינק ישיר 

יענקעלע טייערע,

די מעשה קענסטו אליינס גיין וועריפייען, איך האב דיר געגעבען א נאמען, ר' משה אהרן שטיינבערג נ"י, ער לעבט, גראדע באלאנגט ער צו ענק אויך... סוי שעם דיך נישט, הייב אויף די טעלעפאן און רוף אים אן. אדרבה אויב זאגט ער עס איז נישט אמת צי איך צוריק, איך האב נאר פארציילט די מעשה ווי אזוי איך האב עס נאכגעהערט פון א קראנטע מקור.

יעצט רבי פישל שליט"א, כבודו במקומו מונח, און די ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, אז ער איז פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו, ער דארף נישט מיין הסכמה, (איך וואלט אים נישט פארגליכען צו רבי געציל, ווייל ער וואלט לכאורה יא געטראפען א היתר אויף די סידור קידושין סוגיא... אבער לאמיר נישט פארקריכען) ער האט פיינט געהאט סאטמאר נישט ווען די ברך משה איז געווארען רבי, אדער ווען רבי אהרן איז געווארען קר"י רב,  נאר אסאך אסאך פריער כידוע, דאס איז א מציאות וואס די קענסט פרעגען יעדען סאטמארער אדער קלויזענבורגער איד, אז די וועסט דיך נאכפרעגען ביי די אלטע חסידים וועסטו הערן פארשידענס ווי ווייט דאס איז געגאנגען,  און איך מיין אז די ווייסט אויך פון דעם, אויב די ביסט 30 יאר אדער העכער.
 יעצט, איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז רבי אהרן גייט אים באזוכען, נאר איך וויל וויסען וואס איז יעצט געשען? האט ער יעצט אהערגעמופט קיין אמעריקע? ווער האט אים נישט געלאזט גיין באזוכען ביז יעצט? איז דאס עפעס א הרהור תשובה וואס האט אים געכאפט יעצט אז זיין טאטע און פעטער האבען עפעס נישט גוט געטאן דא? אז ער וויל  צוריקדרייען די לעצטע 10 יאר, די לעצטע צוואנציג, דרייסיג יאר, פיין, אבער אז איינער וויל צוריקדרייען עפעס וואס איז ביי אלע סאטמארע אידן געווען טריפה די לעצטע 60 יאר אזא איינער קען קיין סאטמארער רבי זיך נישט רופען, ער קען זיין ווייטער א פיינער וויזניצער רבי אדער סיגעטער רבי, אבער א סאטמארער רבי דארף זיך מינימום פירען וויאזוי יעדער סאטמארער חסיד ווייסט אז דאס איז געווען פון אייביג אן די סאטמארער שיטה, דאס ענין פון התבדלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 22:14 לינק ישיר 

יכול
אין קען איינעם וואס איז א ידיד נפש מיט סאטמאר נאך בימי רביה''ק (אזוי שרייבט ער אויף היידפארק)  אין יעצט קלאגט ער ציוניסטישע ערכעות
אין די גייסט צו זיינע נח''ש טישען

לפי ידעתי, איך ווייס נישט אויב הג''ר פישל גלייכט נישט סאטמאר, אבער אין בג''ץ איז ער נאכנישט געגאנגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2010 22:20 לינק ישיר 

אגב זאג מיר אויך ביטע פארוואס רז''ל האט אנגהויבן באזוכן אין טאנצען מיט אזעלכע מושחתים ווי יוסל וואלמאן וכו'
פאר די פרעגסט פארוואס רבינו שליט''א באזוכט אזעלכע גאונים ווי ר' פישל הערשקאוויטש

ווי אויך זיי מיר מסביר, פארוואס ענקער ראבד''ל/גאב''ד האט יא געמעגט נעמען ''הוראת'' פין ר' פישל, בשעת ווי די טענה'סט אז ער האט געהאסט רביה''ק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2010 22:30 לינק ישיר 

איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצע ווערטער די חילוק פון א דיין און א רבי.

א דיין פאסקענט שאלות, א רבי פאסקענט שיטה און השקפה.

איך האף אז דאס פארענטפערט דיין קשיא.

וליתר שאת, וועל איך צולייגען צו מיינע ווערטער אז לשיטתך קען רבי אהרן זיין  אפשר א סאטמארער דיין אויך, אבער א סאטמארער רבי דארף זיך פירען לויט די השקפה אויף וואס ער פאררופט זיך ממלא מקום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 23:21 לינק ישיר 

אלע ערנסטע שאלות האט ער גע'פסק'ט פאר וויליאמסבורג יודען הרה"ג ר' פישעלע צענדליגער יארן

קומט אים נאך לכבוד דעם א באזוך פין סאטמערערן רבי'ן אלץ הכרת טוב

אין ר' מנשה מעג זיך שעמעהן פאר נישט גיין אים וויזיטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2010 05:49 לינק ישיר 

יכול, ס'איז מיר זייער מאדנע דאס צו הערן פון א זאלי. ענק זענען די טשאמפיאנען פון איבערגעבן השקפה שאלות פאר "דיינים", בלויז דערפאר ווייל אזוי האט ענק פאליטיש בעסער געלוינט.

ענק האבן גענומען א רבי א DOLL, א פופעט, וואס זאל נישט מער ווי נאכטאנצן פונקטליך די קאפריזן און משוגעת'ן פון ענקערע 'דיינים', און בלויז דערפאר איז דער ברך משה זי"ע ואחריו רבינו מהר"א שליט"א ענק נישט גוט געווען , ווייל זיי האבן זיך געוואגט צו האבן אייגענע השקפה מיינונגען אנדערש ווי די 'דיינים' וועמען די רעבעצין זת"ע האט געקרוינט אלס בעלי השקפה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2010 06:01 לינק ישיר 

יכול, האק נישט אין קאפ. סאטמארער רבי איז וועמען סאטמארע חסידים האבן אויסגעפיקט אלס זייער רבי.

אויב וואלטן זיי אויסגעפיקט ר' גרונם הארנקארן וואלט ער געווען סאטמארער רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2010 18:11 לינק ישיר 

http://t.ymlp143.com/bhaoamubadaubbhaoauheq/click.php




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבינו שליט"א באזוכט הגה"צ ר' פישל הערשקוויטש שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext