בית פורומים כל העולם כולו

וויאזוי טוט מען עמבעדן א פייל אויף היידפארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/3/2010 16:43 לינק ישיר 
וויאזוי טוט מען עמבעדן א פייל אויף היידפארק

שוין א לאנגע צייט וואס איך מוטשע מיך צו עמבעדן פיילס אין היידפארק ווי למשל יו טוב קליפס אדער סקריבד פיילס

ערגעץ אנדערש קען איך עס טאן אבער אויף היידפארק ווען איך לייג אריין די קאוד צו עמבעדן דעם פייל ארבעט עס נישט

איינער קען מיך מסביר זיין וויאזוי מען טוט דאס?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2010 18:07 לינק ישיר 

נאָאאאאאאאא

א גמילות חסד פאר א איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2010 21:15 לינק ישיר 

נאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא

יעדער איגנארט מיר

הזאת נעמי?

ווי איז אביסל חסד פאר א צווייטע איד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2010 22:18 לינק ישיר 

גוט, כעל דיר נישט איגנארן:

כ'ווייס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2010 02:08 לינק ישיר 

כאטש דאס, איינער זאל מיר זאגן אז ער ווייסט נישט.

ישר כח פייוו בארא פאר'ן זיך וויסנדיג מאכן.

למעשה ווייס איך נאך אלץ נישט וויאזוי מען טוט דאס, און ווילאנג איינער וועט מיר נישט ענטפערן וועט דער אשכול ארויפגיין אין די הייך דריי מאל א טאג, זאגטס נישט אז איך האב ענק נישט געווארנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2010 03:28 לינק ישיר 

יקרבו פליז דאס טו נישט!

און וואס וועט זיין אז מוועט זיך אעפ"כ נישט וואוסענדיק מאכן וואס העסטע יעמאלט טון?

אפשר דאן וועסטע ארויפשפרינגען ס'אשכול צען מאל א טאג? יוי פליז מיט רחמנות!!

שוין לאמיר טרייען דיר צוהעלפן

קודם כל עמך אנוכי בצרה און נאך פיל מער ווי סתם צרת רבים חצי נחמה ווייל די האסט נאר דעם פראבלעים אויף היידפארק - אבער מיר קענען דאס אינערגעץ נישט

אגב: כמיין סדארף ערגעץ שוין זיין אויסגעשמיעסט דעם גאנצן ענין פון עמבעדן מיט די גענויע אינסטרוקציעס און דעטאלן וויאזוי מטוט דאס איך האב זיך קיימאל נישט אריינגעלייגט דערינען - געב א נישטער אין איינע פון די היימיש באזיכטע פארומס דא אויפן פארק צו אין דעם פארום צו אין א צווייטע - למשל בחדרי צו אין איינע פון די פארשטויבטע פקודתו שמרה רוחי פארומס די אונטערגעגאנגענע מיט די פריש אויפגעקומענע

אדרבה אז די טרעפס עפעס דאן זייזש'ע ביטע מזכה דעם עולם דא

בעצם האב איך פאר דיר א פיל גרינגערע עייצע פרעג אין אישי איינע פון די ניקס וואס האבן שוין דאס געטון און טוען דאס כסדר אזוי וואסטו זיך געקענט פארשפארן  ס'ארבעט פון דריי מאל א טאג ארויפצושלעפן דעם אשכול ביז אויבן

כל טוב


תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 18/03/2010 03:29:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2010 16:11 לינק ישיר 

ביים מגיב אינטען פין א אשכול דריקט דעם HTML קנעפל אינטען, אין פעיסט אריין די עמבעד קוד.



אדער ווען איר דריקט שלח תגובה דריקט אויף איינע פין די קנעפלעך



תוקן על ידי איןבעיה ב- 18/03/2010 16:12:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2010 18:28 לינק ישיר 

לעקסינגטאן, איך האב זיך געוואנדן צו די חברה אין אימעיל. די רשעים האבן מיר נישט געוואלט העלפן. זיי האבן מיך פשוט איגנארירט. קען זיין זיי האבן זיך געשפירט וויכטיג אז נאר זיי ווייסן עס, האב איך באשלאסן אויסצולופטערן מיין טענה אין פובליק (איך האב געטראכט צו מיר, זאלן שוין נאך אידן הנאה האבן.)

יעצט ב"ה האב איך באקומען דעם ענטפער פון אין בעיה. (זעסטו? פונקט צו אים האב איך נישט געשיקט קיין תיבה אישית) א גרויסן ישר כח טייערער ר' אין בעיה פאר'ן ארויסהעלפן אן אנדערן איד.

יעצט גרייטס ענק באמבארדירט צו ווערן מיט קליפס און פיילס. לאמיך מאכן מיין ערשטן טעסט.


תוקן על ידי יקרבו ב- 18/03/2010 18:33:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2010 18:32 לינק ישיר 

School District Letter to Kohel * id="doc_180806600192463" name="doc_180806600192463" height="500" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" > <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2010 19:21 לינק ישיר 

יקרבו


וויפיל קריגסטו פון יודי באצאלט פאר דעם?
סתם נייגעריג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2010 19:57 לינק ישיר 

קיין פעני נישט.

איך ארבעט נישט פאר יודי. איך האב פון דעם מענטש קיינמאל קיין טובה נישט געהאט און איך האב חברים וואס האבן געהאט סכסוכים מיט אים. איך האב אויך חברים וואס האבן געהאט סכסוכים מיט יאנקי סופר. איך האב זיי ביידן נישט ליב.

אבער איך האב אויך א שיינע פאר חברים וואס האלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט די באנק פאר א שארט סעיל אדער א לאון מאדיפיקעישאן, און איך וויל נישט אז זיי זאלן ליידן ווען איינער וועט קומען און אויסקויפן זייער מארטגעדזש פון די באנק אונטער זייער רוקן.

דא איז פארגעקומען א זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטארי און אויב וועט מען עס נישט אויספייטן מיטן גאנצן חומר הדין וועלן אנדערע אידן זיך אפלערנען נאכצומאכן די שגץ שטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2010 21:46 לינק ישיר 

אויב די האסט טאקע נישט מיט ביידע


פארוואס גלייבסטו ענדערש יודי אפשר גלייבסטו יענקי אז יודי האט אים געהייסן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2010 22:22 לינק ישיר 

ווייל אויב יודי האט אים געהייסן דעמאלץ פארוואס האט ער געדארפט זאגן פאר יעדן אז ס'איז נישט ער נאר א גרופע גוים און ער איז נאר א קליינער שותף? כ'מיין מיט וואס האט ער זיך געשעמט?

אויב יודי האט אים געהייסן דעמאלץ וואלט ער געדארפט זאגן פאר יעדן איינעם: יא, איך האב עס געטאן ווייל איך האב געוואלט א טובה טאן פאר יודי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויאזוי טוט מען עמבעדן א פייל אויף היידפארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext