שעורורי' אין התאחדות הרבנים פסח אויל
וויבאקאנט איז דא עטליכע מינע אויל וועלכע מ'ניצט פאר פסח, איין פון די איז קאטנעסי אויל. אויב האט די עולם געמיינט אז מ'קען דאס עסן אויב עס האט די השגחה פון סאכדעס הרע-בנים. דאן ליינט און שטוינט.
פאר עטליכע וואכן צוריק איז אנגעקומען א שיפמענט קאטנעסי אויל צו א מייענעס קאמפ. וועלכע שטייט אינטער די השגחה פון סאכדעס הרע-בנים. ווען די משגיח אויפן פלאץ האט געזעהן אז עס פעלט די סטעמפ פון די הששחה פון וואו עס איז ארויסגעגאנגן, האט ער אנגערופן די קאמפעני פרעגן וואס עס גייט פאר. ער האט געפרעגט: ווער איז געווען די ראביי דארט?
האבן זיי אים גע'ענטפערט: וואס ראביי? פארוואס דארפן מיר א ראביי פאר פשוטע אויל?
ווען די משגיח האט אנגעהויבן לייגן פרעשור, האבן זיי מודה געווען אז זיי האבן אויך געניצט סיטריק אסיד (א געוויסע קעמיקל וועלכע מאכט די אויל האלטן זיך פריש) וואס זיי האבן באקומען פון א שווייצע קאמפעני. וואס דאס איז חמץ גמור!!
א צווייטע מעשה:
עס איז אנגעקומען א שיפמענט צו א באקאנטע פאבריק וועלכע פאקט די אויל אין פלעשלעך א רעיל ראד פון קאטנעסי אויל. ווען די משגיח האט געפרעגט וואס עס איז געווען פארדעם אין די רעיל ראד (וואו באקאנט פאר דער וואס טוט אין עולם הכשרות, דארף מען וויסן וואס עס איז געווען פאר דעם אין רעיל ראד, כדי עס זאל נישט האבן קיין בליעות פון טריפה וכדומה, יעדע קאמפעני וואס האט א הכשר, (פארשטייט זיך א גוטע,) האט א עקסטערע רעיל ראד אוועקגעלייגט פאר די פסח'דיגע מאכלים.
האט יענע קאמפעני גע'ענטפערט כמשיח לפי תומו, אז עס איז פארדעם געווען דא מילך.
א דריטע מעשה:
א משגיח פון שיקאגא פון די או. יו.(די נאמען איז באקאנט פאר ווער עס ווייסט די פרשה) איז געגאנגן צו א פלענט אויף די בקשה פון סאכדעס. ווען ער האט געזעהן אז מען ניצט די קאטנעסי אויל וועלכע האט די סיטריק אסיד, האט ער אנגערופן די סאכדעס, האבן זיי אים געזאגט עס איז גארנישט."
שפעטער ווען עס איז אנגעהויבן ווערן א איבערקערעניש האט די סאכדעס באשילדיגט די משגיח אז ער איז געשלאפן ווען ער האט געדארפט ארבעטן.
ביז דא איז די פאקטן וועלכע רעדט פאר זיך אליינס.
כדי מ'זאל נישט טענה'ן אז עס איז ליגן די גאנצע מעשה. האבן מיר געלייגט א האנט אויף דאקומענטן וועלכע צייגן שווארץ אויף ווייס, וואס עס גייט פאר.
קודם כל פוןדי צייטונג, וועלכע איז נאטראלע צייטונג און האט נישט קיין שום אינטערעס.
און נאכדעם א אימעיל וועלכע די נירבאטער רב שליט"א האט געשיקט פאר די קאמפעני אז ער וויל נישט געבן קיין השגחה דערויף צוליב די הארבע פראבלעמען. און דאן קומט די צוויי בריוון פון התאחדות:
בריוו 1)
געשיקט געווארן פאר די קאפמעני אז עס איז כשר וישר און עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם.
בריוו 2)
וואו דארט שרייבן זיי פאר די רבנים, אז עס 30-50 פי. פי. עם. וואס דאס מיינט אז עס איז בטל בשישים. (די חמץ).
איי אין מטלין איסור לכתחלה?
איי מיר זענען בי"ד "המיוחד" לעיני כשרות?
איי זאג פאר די עולם אז אין יעדע גלאז אויל, איז דא חמץ, בטל בשישים. אז די ציבור יראים ושלמים זאלן זיך אפאכט געבן פון היינט אין ווייטער?
נאר היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה. די זעלבע סיבה פארוואס ביי זיי ווען מ'האט געדארפט קוקן די צומת הגידין, איז עס געווען כשר.
די זעלבע סיבה פארוואס ביי זיי איז נישט דא די פראבלעם פון ווערעם. (ביי סטראבעריס, ראזינקעס)
די זעלבע סיבה פארוואס ביי זיי איז די מאסקאווי קאטשקעס אין מארביד און ביי דשי דשי איז כשר.
זי זעלבע סיבה איז אויך פארוואס חמץ גמור איז כשר וישר איז אויך נישט קיין פראבלעם ווייל עס איז בטל בשישים און מען שיקט א בריוו פאר די קאמפעני אז עס איז גוט.
 |
|
|