יומא דהילולא רביעאה של רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע
דעם קומענדיגן שב"ק פרשת שמיני געפאלט די פערטע יומא דהילולא פון אונזער הייליגן רבין זכרונו לברכה
טויזענטער חסידים ווערן ערווארטעט אויף שבת הילולא אין קרית יואל מקום מנ"כ של רבינו הק' זי"ע
מוצש"ק וועט אי"ה פארקומען די סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול
זונטאג צופרי וועט אי"ה רבינו שליט"א פוקד זיין ציון הקדוש של אביו רבינו הק' זי"ע כמנהג בית סיגעט ווען די הילולא געפאלט אום שב"ק.
נשלח ב-9/4/2010 21:29
אין קהל יטב לב ירושלים עיה''ק
2
קרעדיט: בחצרות סאטמאר
תוקן על ידי rebyankel ב- 09/04/2010 21:30:54
נשלח ב-11/4/2010 07:35
when is the talmed chuchem from brookleeen coming to the tzion hamtzianes from his father whom he was so metzar when he was alive???a
נשלח ב-11/4/2010 08:02
די זאליס האבן פאריגע וואך זיך געלאזט הערן מיט מימרות אז דער רבי ז"ל האט אמאל געזאגט פאר (?...) אז רצונו איז אויב זיין יארצייט וועט אויספאלן שבת זאל מען גיין צום ציון פרייטאג און נישט זונטאג.
זיי זענען געגאנגען צו ר' יוסף ווייס און געשיקט (בדרך לא דרך) שלוחים צו רבינו שליט"א.
למעשה איז געבליבן אז מען גייט זונטאג, ווי רבינו שליט"א האט ערווענט פאר עטליכע אז אזוי איז געווען דער מנהג אין סיגעט.
עס וואלט זיך אבער געקומען אז רז"ל זאל יא קומען פרייטאג ווייל דאס איז דאך רצון קדשו פון רבין.
שטעלט זיך יעצט ארויס אז די גאנצע זאך איז נאר געווען אונטערגעשטעלט, זיי האבן געוואלט אז רבינו שליט"א זאל גיין פרייטאג כדי זיי זאלן נישט דארפן האבן קאפ וויי זונטאג ווען צו קומען, (און אפשר דערנאך נאך קענען קומען און פארפירן אז מען איז משנה וכו')
נשלח ב-11/4/2010 08:42
באלאני; לאז מיך נאר וויסן די תוכן הדברות קודש וואס דער גייט זיך לאזן הערן היינט נאכט, ס'וועט זיכער זיין צום שמייכלן אום צום לאכן. אז נישט פיקעלס וועט עס זיין קאקאוי, אז נישט די כלי וועט עס זיין די מעקסיקאנע, אבער עפעס...
Oh bolond. The drusha of rabbiny shlit"a yesterday was very nice b"h. The pilpel was on the mamer "shor shnugech es hapura zai oimer..." And the miser was on the pusik hashiveiny h' "aloikachu"....
Sounds nice. No?
נשלח ב-11/4/2010 21:29
באלאנד, דיין איידלקייט און ערוואקסנקייט שפריצט ארויס פון יעדעס ווארט דיינעם.
באלד וועסטו טראגן א פנים ווי דער געמיינער צייטונג "דער איד", אין וועלכע א נארמאלער יליד אשה שעמט זיך שוין היינט אריינצוקוקן ברבים, און עקלט זיך אריינצוקוקן ביחידות...
די שני בני רבינו - הבועטים באביהם ורבם פראווען די יא''צ סעודה
במעמד רבבות,
מערקט נפל זיצט דארט, ער פארשטייט די נקודה פין רבי'ן ז''ל
איך האב נישט געוויסט אז ראדני פארמאגט היינט אזופיל טישן (אין אינזערע צייטען ווען די ביהמ''ד איז געווען צו קליין האט נאר בית שני געהאט טישן)