| נשלח ב-11/4/2010 19:17 |
|
| |
פייערדיגע דברי מחאה פון הגה"צ אבדק"ק זענטא שליט"א - שבת כ"ו ניסן בעת סעודה שלישית!
דער זענטער רב שליט"א, רב דביהמ"ד ברך משה האט דעם פארגאנגענעם שב"ק געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד אין ביהמ"ד ברך משה, בבית רבינו, און א קידוש גדול אחר התפלה, ער האט זיך אויך משתתף געווען ביי תהלים תשב"ר בצפרא דשבתא בהיכל ביהמ"ד הגדול.
ביי שלש סעודות נאכן פארלערנען אין ספה"ק ברך משה האט דער ברך משה רב שליט"א געזאגט איך וויל נאך זאגען א ווארט, ער האט נאכגעזאט פון ברך משה אויף די קומעדיגע וואך פרשת מצורע (ברך משה צ"ה), ווי ער ברענגט צו דעם מדרש מעשה ברוכל אחד,.. והיה מכריז מאן בעי למזבן סם חיים.. הוציא לו ספר תהלים... מי האיש החפץ חיים, מה כתיב בתריה נצור לשונך מרע, אמר רבי ינאי אף שלמה מכריז ואומר שומר פיו ולשונו ... שרייבט דער ברך משה (דף צו) והנה מודעת זאת כי עון לשון הרע וליצנות הן המה המונעים והמעכבים מלקיים מצות אלו... ולא זו בלבד אלא ע"י שמרבין בדברי הבאי, ברוב דברים לא יחדל פשע ומתוך כך באים לידי זלזול הורים ומורים, שכך דרכו של יצר הרע... עד שבאים לדבר ולתת דופי באבותיהם וברבותיהם (עיין ברמב"ם הלכות טומאת צרעת פט"ז ס"י)...
און דא וויל איך מיך אפשטעלן האט געזאגט דער זענטער רב שליט"א, איך שפיר א חוב מוחה צו זיין... אויף די אלע בזיונות שפילות און ליצנות וואס מיין ברודער [ר'] אהרן האט מבזה געווען און מחנך געווען א דור צו מאכען ליצנות פון זיין אייגענעם טאטען און פון כל קודש, נאך יעצט שוין פיר יאהר נאך די הסתלקות פון טאטען ז"ל שיקן זיי ארום קונטרסים פיל מיט ליצנות פון טאטען ז"ל, און ער האט זיך גענומען א וועג חרוב צו מאכען אלעס וואס דער טאטע און די פריערדיגע צדיקים האבען אויף געשטעלט מיט מסירת נפש, ער איז א בועט באבותיו וברבותיו, אנשטאט ער זאל בויען איז ער א מחריב, ער וויל חרוב מאכען אלעס וואס דער טאטע האט זיך מוסר נפש געווען, אלעס וואס דער פעטער ז"ל האט אויפגעשטעלט און דער טאטע האט דאס געבויט מיר מסירת נפש, וויל ער צוברעכן, לדבר ולתת דופי באבותיהם ורבותיהם, מצות, שחיטה, און וואס ער קען נאר חרוב מאכען איז ער מחריב, און אלץ א קינד דא אין ביהמ"ד פון טאטען ז"ל וואס אונז גלייב מיר אז זיין נשמה איז דא אל מקומו שואף זורח, פיל איך א חוב מוחה צו זיין, און אויך אלץ גבאי פון כולל שומרי החומות וואס דער טאטע ז"ל און דער פעטער ז"ל זענען געווען אזוי צוגעבינדען צו דעם הייליגען כולל מדורי דורות, דא איז דא א חשובער איד ר' מאיר שטערן וואס ער איז מעיד ווי דער טאטע ז"ל האט עהם געזאגט ווי צוגעבינדען דער פעטער און די זיידעס ז"ל זענען געווען צו דעם כולל וואס אלע די תלמידי חתם סופר זענען געווען צוגעבינדען דערצו מיט מסירת נפש, און דער טאטע האט עהם געזאגט אז ער שטרענגט זיך אן מיט מסירת נפש פאר דעם כולל, און ווי קען מיין ברודער אהרן פאר א נארישען פאליטיק הייסען ארויסרייסען די פושקע ר' מאיר בעל הנס פון הייליגען ציון וואס יודען לייגען דארט אריין זייער צדקה ר' מאיר בעל הנס שוין איבער דרייסיג יאר, האט ער דאס ארויסגעריסען, פארוואס?
אז יודען זאלן נישט קענען מער געבען זייער צדקה פארן כולל שומרי החומות וואס דיין טאטע און דיינע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען דערפאר?
און וויאזוי קען א קינד צוברעכען אלעס וואס דער טאטע האט זיך מוסר נפש געווען דערפאר?
איך מוז מוחה זיין אויף דעם, און איך וויל ענק איבער זאגען וואס דער טאטע האט אליינס געזאגט דא אויבען ביי זיך אין שטוב "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד"
און מיט דעם וועל איך מסיים זיין, זאל דער אויברשטער העלפן אז זכותו יגן עלינו און מיר זאלען שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/04/2010 02:51:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2010 19:27 |
|
| |
תוקן על ידי פאטאקי08 ב- 11/04/2010 19:28:57
תוקן על ידי פאטאקי08 ב- 11/04/2010 19:29:19
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2010 19:31 |
|
| |
זיכער וועט די דברי מחאה פון דעם גאון און צדיק מאכן א רושם. און די נייע חסידים פון רז"ל זאלען פון היינט און וויטער מער נישט מזלזל זיין און דעם כבוד פון ברך משה זצ"ל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2010 20:26 |
|
| |
פארוואס איז ר' זלמן לייב נישט מוחה ?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2010 20:28 |
|
| |
דאס מערסטע וואס איך האב ליב ווי די שרייבסט הגאון הצדיק...
קען זיין די מיינסט הגאון הny הפאסט...
ווייסט איינער צו די יענקיס שטייען שמאל, אז דער אויסווארף ליפא אויף וועם זיין טאטע האט געזאגט אז ער פארקיצערט אים דאס לעבן, און ער האט אים ארויס געווארפן פון שטוב, האט זיך צולאזט.
מן הסתם האט ער גענומען די תורה פון ny פאסט אדער די דעלי news.
דארטן בשעת די הייליגע רייד פון ליפא, פאר די אנשי דור הפלגה, א געמישאכטץ פון אלע משוגעים, שלעכטע מענטשען, שלעגערס, אלטע בחורים, געשעפטע בערד, מנובלים, שיכורים, אנשי דלא מעלי, ברך פייוויש, מענגעלע, יודל וויינשטאק, שפאטיווקער, שמשון, האט זיכער געהערשט אן התעוררות לעילא ולעילא, אז דער עולם האט זיך געשפירט ווי זיי געפינען זיך ביים יענקי סטעדיום ליינענדיג די פאסט צוזאמען מיט ליפא, האקענדיג מאגדאנעלס פרענקס.
פארוואס ליפא האט נישט מוחה געווען אז עס איז דא א קינד פונעם טאטען וואס עס גייט דורך וואכן וואס ער לייגט נישט קיין טלית ותפילין רח"ל, און פרעסט טריפות רח"ל, דאס וועט מען מיזן פרעגן ר' יחזקאל שמש ע"ה וואס האט געכאפט ליפא אינעם ביטערען פלאץ ה"י.
און אז ער האט שוין יא גערעדט איבער צדקה געלט, טא פארוואס האט ער נישט מוחה געווען אפען גנב וואס האט גערויבט 250 טויזענט דאלער פונעם "ציגל קאמפיין" פארן בנין עטרת יואל?
איז ת"ת עטרת יואל נישט אזוי וויכטיג ווי כולל שומרי החומות?
נאך איין מזל אז ער איז נישט אפען טיש ארויף געטאנצען מיט א באטל האקענדיג דעם עולם אין קאפ, אזוי ווי ער האט געטאן מיט ר' שמואל אבערלענדער... אדער מיט זיין פיס שטויסען דעם עולם אין קאפ ווי ער האט געטאן מיט ר' דוד עקשטיין... אדער עכ"פ זיך אויפשטעלען אפען טיש און שרייען מתתי דייטש י...מ...ש... אזש מען זאל עס הערן ביז שיגאגא...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/04/2010 20:41:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2010 21:22 |
|
| |
אז עס טוט וויי שרייט מען...
מיר האבן אלע מיטלייד.
(דא שטארט ווידער ארויס דער פאקט פון "ניכרין דברי אמת", און טראץ וואס די דב"ק חוה"מ פון רבי'ן איז געווארן צעשמירט דורך די זאליס וועלכע האבן מיט אלע מיטלען פרובירט אוועק-צו-נעמען די עטענשאן פון די ווייץ אישו, איז אבער ניכרין דברי אמת, און עס האט אנגעמאכט א גרויסן רושם אין די גאס, ועל זה דוה לבם!)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2010 22:20 |
|
| |
"הגה"צ" סעקאסט מיר א לאך
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2010 22:23 |
|
| |
הגה"ק קאסט דיר נישט א לאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 00:34 |
|
| |
ויפתח ד' את פי....
זאל ער רעדן מער אפט,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 00:38 |
|
| |
יוסף מרדכי בערקאויטש געט איבער אז ווען ליפא איז געבוירן איז דער ברך משה צי געגאנגען צי וויגעלע ווי ער איז געליגן אין האט ארויף געלייגט זיין הענט אויפן קאפ אין געזאגט בזה"ל על הנער הזה התפללתי ............
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:11 |
|
| |
עס טוט וויי שרייט מען, אוי ווי עס טוט וויי!
לאמיר נאכאמאל איבער'חזר'ן די ווערטער:
-- איך מוז מוחה זיין אויף דעם, און איך וויל ענק איבער זאגען וואס דער טאטע האט אליינס געזאגט דא אויבען ביי זיך אין שטוב "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד" --
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:20 |
|
| |
איך גלייב דאס עניוועי נישט, ווילאנג ברילל באשטעטיגט דאס נישט פאר ר' יואליש מרגנשטערנען פארנט פון יוסל וואלדמאן'ס ווידיא מאשין.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:23 |
|
| |
די אהרונים קאסט א לאך ווען מען שרייבט הגה"צ אויפן זענטא רב
סאטמארער חסידים קוילערן זיך פון געלעכטער ווען מען שרייבט הגה"צ אויף ר' מענדעלע...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:30 |
|
| |
זיי ממשיך...
.... .... קוילערן זיך פון געלעכטער ווען מען שרייבט הגה"צ אויף הר' אליקים שלעזינגער און הרה"ג אויף הר' העצקא צוויבל און הרה"ג אויף הר' מענדעלע זילבער און וכו' וכו'
א קלוגשאפט פון א זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 01:38 |
|
| |
די זאלי'ס האבען זייער געמאסטענע טיטלן עי' ערך קעציל פרעציל וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 02:01 |
|
| |
ווי אזוי זאגט אויף מען לשון קודש "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד"
|
|
|
|
|