דאס וואס שטייט אויף די קלאגע אז מדינת ישראל קלאגט, דאס גייט אזוי יעדע קרימינאלע קלאגע, אפילו וואס א מענטש גיט קעגן א צווייטען איז די קלעגער די מדינה.
דא אין ניו יארק איז אויך אזוי, ווען די גייסט אריין אין פאליס סטעשען און די זאגסט אז איינער האט דיך געשלאגען, מען שרייבט א ריפארט, אויף די קלאגע שטייט נישט די מענטש נאמען אז ער קלאגט, נאר עס שטייט די קלעגער איז THE PEOPLE OF THE STATE OF NEW YORK זיי קלאגען, פארן טאן עפעס פארן מסור וואס האט געמסרט.
און אין די קלאגע שטייט וואס דער מסור האט געזאגט אז ער האט אים געטאן קרימינאל, מיינט נישט אז די שטאט איז דער מסור... נאר דער מסור דער איז דער מסור און קלעגער.
****
גראדע די קלאגע האב איך איינגעפרעמנט און אויף געהאנגען ביי מיר אפען וואנט, און יעדעס מאל ווען איך זעה עס האב איך א קנאקעדיגען שמייכל, און א ניצחון מיט אלע טעמים, ווייל ווי זאגט די וועלט: איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער.
אבער דער בילד רעדט מער ווי א ביליאן ווערטער!
פארוואס?
שטעלט אייך פאר דער גרויסער מעכטיגער משה גבאי וואס האט געפירט סאטמאר אין די גאנצע וועלט, פון לאנדאן ביז בארא פארק, פון ארגענטינא ביז מאנטריאל, פון בני ברק ביז לעקוואד וכו', געפירט די וועלט, יעדער האט געציטערט פון אים, אנגעדרייט א שטאט, געהאט די גרעסטע רבי אין די וועלט אין די האנט, די גרעסטע חסידות אין די האנט, די גרעסטע חרסידישע צייטונג אין די האנט, געלט, כבוד, אלעס אויף דער וועלט, 100'דערטער טעלעפאן א טאג, געהאט וויפיל שמשים ער האט געוואלט, וכו' וכו '!
טראך....!!!
אלעס האט צוטראסקעט! ער דרייט זיך ארום אפגעשליסען, און אויסגעשפילט, מען לאכט פון אים אין אלע גאסן, קינדער לויפן אים נאך, אזש ער דער געוועזענער וועלטס פירער האט נעבעך געמיזט צוקומען צו גיין אינעם טמא'נעם ציוניסטישען קארט קלאגען א אינגערמאן אז ווען ער איז געווען אין מירון האט ער אים אנגעפארסקעט!
לאנג נישט געהאט אזא זיסע נקמה!
 |
|
|