שטארקע דראפ אין סעילס ביי שמיציגען א' נגף ''דער איד''
ווי באקאנט, האט די לעצטע שטיק צייט, דער צייטונג ''דער איד'',אנגעהויבן צו זעהן א שטארקע דראפ אין סעילס, מענטשן האבען עס פשוט אויפגעהערט צו קויפן.
(דאס איז שוין נאכדעם וואס אסאך מוסדות אין עטליכע ביזנעסער האבען אויפגעהערט א חלק נאר למחצה ולשליש ולרביע צו אדווערטייזען דארט,)
א גרויסער עולם פין די המון עם וואס פלעגן עס וועכענטליך קויפן האבען אויפגעהערט
די סיבה דערצו קען זיין עטליכע, אבער וואס עס קומט די ערטשע אפען געדענק, איז די פשוט'סטע סיבה, א נארמאלער מענטש וועט נישט גלייכען אריינצעמן א צייטונג וועלכע האסט יעדע וואך שנאה אין מחלוקת קעגן אייגענע ברודער אויף אזא גרויליגער פארנעם, זיי האבען נישט גערעדט קעגן סיי וועלכע ציוניסטיטשע קרייז אזוי געמיין אין עקעלהאפטיג ווי קעגן יעדער וואס האלט זיך מיט די ארונים,
די דארטיגע שרייבער ווערן דארט פין ביליגע צייטונג שרייבער גאנצע ''פוסקים'' אין ''בעלי השקפה'', אין איין וועג גיסען גיפט אין האס אויף א פארנעם וואס ס'עקלט יעדן נארמאלען מענטש, אזש געוויסע ליבעראלע זאלי'ס האבען עס אויך אויפגעהערט צו קויפן, עס שטייגט שוין באלד איבער די זאלי'ס פארום פין היידפארק.
עס איז כדי צו באמערקן אז זינט דער יעצטיגער פירער פין דער איד, האט עס איבערגענומען האט שוין סאטמאר געהאט אסאך מערכות, צווישען אנדערע קעגן פרומע אין פרייע ציונים אדער קעגן די ג'אסר'ט בני יואל אד''ג, אבער די צייטונג איז קיינמאל נישט געווען אויף אזא נידרעיגע שטאפעל ווי היינט, כידוע.
אין דאס ברענגט זיי א שטארקע דראפ אין סעילס,
אבער אנשטוט צו קיין פארעכטן אין זיך אביסל נארמאלעזירן, גייט ער ווייטער מיטן קאפ אין וואנט אריין
איינזענדיג די שאדען האבען זיי אפגעמאכט אז מ'גייט אריינלייען גרויסע כוחות אין זייער צייטונג מיט ריזינגע קינדער אין פרויען אין תורה אפטיילונגען, , אין ער נעמט זיך אינוועסטירן געלט אין אנדערע קינדערישע אין ווייבערישע אפטיילונגען, מיטן דעקל אין די ברייט, אלעס ביזן מתקן זיין די עיקר.
עס בלייבט זיי איבער צו וואינטשן ''כאשר החלותה לינפול'' כו'
עס איז כדי צו באמערקן אז דער בלאט וועלכע האט טראץ איר יונגער עקזיסטענץ אסאך א שטערעקע קאסטומערס באזע, קען אויך טרעפן צומאל בייסיגע ארטיקלען קעגן די זאלי'ס, אבער פארט וועט יעדער מודה זיין אז ס'איז מיט א מאס, אין נאר אין א פאל וואס זיי ווילן איינעם אפענטפרן אדער מוחה זיין אד''ג, אין רוב מאל וועט עס זיין אין א באזינדערע אפטיילונג מיט געמאסטענע ווערטער, אן קיין גיפט,
תוקן על ידי היראים ב- 15/04/2010 19:23:21
נשלח ב-15/4/2010 22:08
נאר זיך נישט די אהרונים האבען מזל אז עס איז דא טויזענטער אהרונים ממילא האבען זיי א סטאבילע ליינער גרופע אבער די בעלי בתים פון דער בלאט רעכענען זיך נישט מיט זיי אין נעמען די ביליגעסטע שרייבער
דער איך מן הסתם האט נישט אזא ליינער באזע לייגען זיי אריין אסאך מער כוחות אין אינטערסאנטקייט
נשלח ב-16/4/2010 00:50
עס איז מיר זייער אינטערעסאנט צו ליינען אין דעם אשכול אז דער איד מאכט שינויים ווייל זי ליגט אין דער ערד.
טא פארוואס זאגן די אהרונישע יודעי דבר אז עס קומט גאנץ בקרוב מעכטיגע טשעינדזשעס אין בלאט?
איך וואוין אין איין הויז מיט עטליכע אהרונים, און אלע האבן זיי צוזאמענגעשאלטן מיילעך דייטש מיט שמואל משכיל פאר די גארבידזש וואס זיי שטעלן צו אין בלאט, אין דער צייט וואס דער איד איז אזוי שיין און אינטערעסאנט.
טייל פון זיי האבן גאר געקויפט דעם איד דעם פסח ווייל זיי האבן געוואלט האבן אינטערעסאנט צו ליינען.
נשלח ב-16/4/2010 00:57
דוד איך שוין דיך שטארק, איך וואלט דיר געראטען זאלסט פרעגן דיין גראסערי איך גיי נישט אריין וועלכע צייטונג עס איז אינטערסאנטער קען זיין דער איד האט מער קעסטל רעטעניש אין רעסעפיס אין אפשר אויך דרשות אין תורות
אין פאקט עקלט זיך א נארמאלער מענטש (אינק פין די זאלי'ס) צו קויפן דער איד, לכאורה ציליב איר וואכענטליכע ארטיקעלן קעגן די ארונים אזוי האסיג אין שמוציג, וויפיל געלט די וועסט נאר אריינפאמעפען דארט וועט עס נאך אלץ נישט אראפנעמן די פשוט'ע עקל פין גיסען שמיץ אויף א שונא אזוי נערישע אין מיעס אין האסיג
עס איז מעקווירדיג אז די ביסט פון די יחידי סגולה וועלכע קוקן טאקע נישט אריין אין בלאט, נאר דו גלייבסט וואס דו ליינסט אין די [געוועזענע..] זאלי פארום בנאמנות אדירה.
אויב קוקסטו יא אין בלאט, און דו האסט געשריבן וואס דו האסט געשריבן, דאן גיי ארויס און שאר אויס די שניי אינדרויסן, עס האלט שוין העכער זעכצן פיס.
דער איד פארנימען נאר מיט די סאטמערע פאליטיק אין בארא פארק איז דעס נישט קיין ארטיקל אין ווידעראום דער בלאט דעקט א אסאך שענער אנדערע חסידות'דער ווי דער איד, זיי האבן נאך די אלטע מאנטאליטעט אז מען טאר נישט קיינעם גוט דעקן, דער בלאט דעקט א יעדן איינעם לויט זייער געשמאק.
נשלח ב-16/4/2010 19:21
אבראהאם
לויט ווי איך הער דעליווערט מען שוין נישט קיין איד אין בארא פארק ווייל עס לוינט נישט...
דו דעמאנסט מיך מיט א יונגערמאן וואס איז אריין אין א גראסערי סטאר דעם ערב פסח און זעט נאר דעם בלאט, רופט ער זיך אן פאר זיין חבר "אין עטליכע סטארס האב איך דאס שוין געזען, קוק ווי מען פארקויפט שוין נישט דעם איד אין די סטארס"...