די וואך זינטאג קומט פאר עצרת מחאה אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד אין ווילאמבסבורג
אויף הופפער וועגן די מחללי שם שמים ברבים די הולכי בג"ץ עולמי.
נשלח ב-16/4/2010 19:28
ווער גייט רעדן ?
נשלח ב-16/4/2010 21:28
די הולכים בערעות זענען מורא'דיג ווילד וועגן דעם כינוס לש''ש קומענדיגען זינטוג
גאנצע פארביקאצעיס ווערן יעצט פאברעצירט,
פאקטען וואס מאכען נישט קיין סענס, אבער פאר די זאלי'ס איז אלעס באגלייבט
אין ליכט פין דעם גרויסען מעמד קומענדיגען זינטוג
געדענקט איש בל יעדר קומענדיגען זינטוג
ווי מ'וועט הערן דרשות איבערן נגע הציונות אין צווישען אנדערע איבער די פרומע ציונים, אין ליידער אויך איבער די סאטמערע ציונים.
תוקן על ידי היראים ב- 16/04/2010 22:05:12
נשלח ב-16/4/2010 22:00
פארוואס ביזטו טאקע אזוי ווילד?
אויב זענען די זאליס ווילד דארפסטו זיך פרייען...
נשלח ב-16/4/2010 22:27
ווער איז דא ווילד ?
נשלח ב-16/4/2010 22:37
דא זעט איך לכל הפחות עטליכע ווילדע צעטלעך וואס די אהרונים האבן געמאכט
די שאלה איז: וואס איז "דארט" ווילד?
און פארגעס נישט, אז די גאנצע אהרונישע אסיפה אין הופער איז צושטאנד געקומען נאר נאכדעם ווי זיי האבן געזען מיטוואך אין די צייטונג אז עס גייט פארקומען אן עצרת אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
נו, זאג מיר ווער איז ווילד?...
נשלח ב-16/4/2010 22:51
דוד זאגט אין אנדערע ווערטער אז די רבי ז"ל איז געווען ווילד ביי די נשא תורה.
מען מאכט א מחאה אויף רשעים אין ציונים אין די וואס זענען מחזק די ציונים ביי אינז הייסט דאס מחאה אין א עצרת אראפ צי נעמען דעם געוואלדיגען חרון אף אין חילול השם וואס די זאלי רשעים מאכן אן.
נשלח ב-18/4/2010 16:14
היינט נאכט ביי די עצרת אין וויליאמסבורג וועלן אויף טרעטן
הרב הגאון ר' עמרם כהן שליט"א יו"ר הגה"צ גאב"ד וויליאמסבורג שליט"א הרב הצדיק ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"ם במתיבתא הרב הגאון דומ"ץ בארא פארק שליט"א הגה"ג ר' בן ציון לאוב שליט"א
נשלח ב-18/4/2010 16:23
א זאלי טרעפט מיך היינט און שעלט מיך צוזאם קללות נמרצות אנטקעגן די היינטיגע עצרת מחאה אין וומ"ס ערשט נאכ'ן זיך רעגן און שעלטן דעם רבי'ן די ווייץ די שחיטה א.א.וו. ווי די שטייגער ביי זיי, שרייט ער מיר אז דאס ארגסטע איז נאך אז..... דער רבי שליט"א איז גאר דער וואס איז געגאנגען אין די בג"ץ הציוני פרעג איך איהם אויב אזוי איז וואס באדערט דיך די עצרת מחאה אנטקעגן די הולכים לבג"ץ ? ? ? ווי פארשטענדליך האב איך אנשטאט א ענטפער באקומען נאך א גאנצע טוץ מיט קללות אבער נישט קיין ענטפער
נשלח ב-18/4/2010 19:12
פארוואס ביסטו ווילד געווען ווען אונז האבן ברשות בי"ד געקלאגט קהל און קארט און אמעריקע האסט איבער געדרייט דע שטאט מיט ירושלים עיה"ק מיטן בי"ד הגדול וואס ביסטו געווען אזוי ווילד??????
וואס ביסטו געווען ווילד ביי די פעמעלי קארט?????
נשלח ב-18/4/2010 19:48
זעט אויס אז די ארונים ווייסן דעם אמת אז זיי זענען אריין אין בג''ץ אין וועגן דעם מאכן זיי די מחאה ביי די העדקוואטערס פון די אהרןנים, אויף הופפער סטריט, אזוי ווי ביי אלע גזירות פין די מדינה גייט מען מוחה זיין ביים ישראלי קונסול, גייט מען יעצט מוחה זיין ביין אהרונים קונסול אויף 14 הופפער סטריט, איך האלט אז מיר זאלן אלע גיין אין מוחה זיין אקעגן די הולכי לבג''ץ.
נשלח ב-18/4/2010 20:46
נשלח ב-18/4/2010 20:49
שחמט, רוף אן די בני ברק'ער רבנים, און פרעג זיי ווער עס איז געגאנגען אין בג"ץ.
בכל אופן, דאס איז נישט די אישו דא, נער דיך נישט, די גאס איז נישט משוגע, יעדער ווייסט דעם אמת, און צו לייקענען כשמש בצהרים דאס וועט ענק נאר ברענגען דאס פארקערטע, מען וועט פארלירן טראסט אין די גאנצע "איד" הקדוש...
בעסער קומט'ס אויף מיט נאך אזאנע רועי-בקר-היתירים, פרובירט צו טרעפן עפעס א רב, סיי ווער, נישט קיין חילוק, ר' יואלי'ש מארגנשטערן איז אויך גוט, און אז ער וועט עס מתיר זיין וועט עט'ס כאטש קענען זינגען דעם ניגון אז "מיר האבן אונזערע רבנים, די מחאות זענען פאליטישע מחאות" וגו' (איי, עירוב?.. דאס וועט נישט זיין קיין קשיא, הא לן והא להו איז דא אויך גילטיג..).
עכ"פ ווילאנג איר האט נישט אזאנס זענען די ארונים ידם על העליונה, און די חובת מחאה איז א חוב און א פליכט אויף סאטמערע חסידים וועלכע זענען טריי צו די שיטה הקדושה.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/04/2010 01:26:41
נשלח ב-18/4/2010 20:58
נשלח ב-18/4/2010 21:00
שחמט מיינט אז מע קען שפילן מיטן עולם יאיא וויאזוי מע וויל פאר וואס קענסטו נישט ברענגען איין גאנצע יא גאנצע הזמנה פון משה חיים ווי ער רופט שיכון קרית יואל און קארט נישט אראפ שניידן א שטיקל פון א פאפיר נאר א גאנצע צעטעל
נשלח ב-18/4/2010 23:10
הולך_לבגץ כתב:
שחמט מיינט אז מע קען שפילן מיטן עולם יאיא וויאזוי מע וויל פאר וואס קענסטו נישט ברענגען איין גאנצע יא גאנצע הזמנה פון משה חיים ווי ער רופט שיכון קרית יואל און קארט נישט אראפ שניידן א שטיקל פון א פאפיר נאר א גאנצע צעטעל
יעדער ווייסט אז ווען ר' חיים הערש מייזליש פון בני ברק האט געריפן דעם זיידן דעם בירך משה אין קארט האט דער בית דין פין ירושלים עם געשריבן א שטרענגן בריף אז טאמער ער גייט נישט זאפארט ארויס פין קארט וועט מען עם מנדה זיין, אין ביז איך זע נישט אזא בריף פין בית דין צדק אז אינז זאל מיר ארויס פין בג''ץ ווייס איך אז דאס איז אהרונישע ספין,