בית פורומים כל העולם כולו

תולדות אהרן סטראשעט די עדה וועגען מירון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/4/2010 23:17 לינק ישיר 
תולדות אהרן סטראשעט די עדה וועגען מירון


די הייליגע חבורה מיט'ן היילגען רבי'ן סטראשענען די עדה החרדית, אויב זיי גייען ארויס קומען מיט א איסור פאר כהנים ארויף צו גיין צום ציון הקדוש פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי

ווי יעדער האט געזען נעכטען איז דא אויף בחדרי געווען א באשרייבונג וועגען כהנים און מירון, די מעשה איז אז מען האט געטראפען קברים ארום די גאנצע מערה פון ר' שמעון, אויך פון אונטער די מערה ווי תולדות אהרן האט די לאט ווי זיי מאכן די גרויסע הדלקה לכבוד זייער מוסדות, איז פול מיט קברים, און ווי תולדות אברהם יצחק האט די לאט.

 (במאמר המוסגר איז די גאנצע זאך שוין געווען באוויסט פאראיאר וואס ווי יעדער געדענק איז געווען א ביטערע טראגעדיע פון 5 מענטשען פון ברסלב וואס זענען נעבעך אוועק ביי א שוידערליכע עקסידענט, און נישט יעדער ווייסט אז נעבען ווי תולדות אהרן האט זייער לאט איז דא א לאט פון ברלסב, און דארט האט מען שוין געטראפען פאראיאר קברים, די ברסלעבער האבן פארשטאנען אז זיי קענען נישט טאנצען דארט ווי סאיז דא קברים זענען זיי אנגעקומען מוצאי שבת פאר ל"ג בעומר און ארויס גענומען אלס, דער המשך ווייסט שוין יעדער איינער וואס האט פאסירט, און ווי איך ווייס וועט די יאר ברסלב שוין נישט נוצן דעם לאט).
 
נחזור לענינינו
די עסקנים פון מירון האבן געזען אז דער שטח איז פול מיט קברים, און נאכן נאכקוקן גוט דעם גאנצען ארום האבן זיי געזען אז די קברים גייט ביז קבר הלל הזקן דער גאנצער אונטערשטע שטח פון קבר ר' שמעון, זענען זיי געגאנגען צום בי"ד פון די עדה החרדית און איבער געגעבן אלעס, די עדה האט גלייך אראפ געשיקט מענטשען און געזען אז דאס איז אמת האבן זיי געוואלט ארויס געבען א בריוו פאר כהנים נישט צו גיין צום ציון, (און מע קען זאגן מה גדול כוחו של זקן זה דער רבי ז"ל וואס האט נישט געלאזט אריין גיין און מירון א כהן אפילו פאר וועט סי האט געהאט א מסורה, עניו ראו מסוף העולם ועד סופו), אבער דא האט זיך אנגעהויבן א פראבלעם דער הייליגער רבי וועט נישט קענען פאברענען זיינע הענט פאר טויזענטער אידן  און מאכן אפאר דאללער.

וואס טוט? סי דא א עצה! און מיט א געפערליכע פרעשע האבן זיי געזאגט פאר די עדה אז טאמער גייט מען ארויס מיט א בריוו קענען זיי מער נישט די עדה, און וואס מיינט איר האבן די עדה געטון?? אזוי ווי ביי די הולכים לבג"ץ האבן זיי זיך געלאזט פערעשען און נישט ארויס געגעבן קיין בריוו, און נאכדעם וועלן זיי שיקן שלמה פאפנהיים צו וויינען אז די עדה איז און דער ערד.

אבער ב"ה שלא השבית גואל און ר' משה בראנסדופער און ר' נתן קאפשיץ וואס זיי זענען רבנים און די עדה אבער זענען מקיים דעם לא תגורו מפני איש במלאו מובן המילה זענען ארויס געקומען מיט א איסור גמור ארויף צו גיין צום ציון הק' פאר כהנים

ובדרך אגב און שו"ת פון הגאון ראב"ד ירושלים ברענגט ער שוין פאר אסאך יארן אז דער גאנצער ארום פון מירון איז פול מיט קברים נאר בזדון גייט קיינער נישט ארויס קעגען דעם

און שרייט אלע מיר זענען די הייליגע מיר מעגען טוהען וואס מיר ווילן

תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 22/04/2010 23:43:59




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2010 23:25 לינק ישיר 



דא איז די לינק פון די נעכטיגע באשריבונג דא אויף הייד פארק מיטן פסק פון הגאון ר' נתן קאפשיץ מו"ץ ורב מטעם העדה החרדית בבית שמש

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=16450&cat_id=1


דא האט איר א לינק צום פסק פון הגאון ר' משה בראנסדופער שליט"א בן הגאון ר' מאיר מיטן פסק הלכה וואס ווי פארשטייט זיך איז נישט מחייב תולדות אהרן ווייל זיי דארפן מאכן געלט יעצט

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=16498&cat_id=2


תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 22/04/2010 23:30:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2010 23:35 לינק ישיר 

זעט אויס אז דער הולך לבג"ץ'ניק האט שוין נישט וואס צו דעבעיטן דא זוכט ער פרישע באבקעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2010 23:44 לינק ישיר 


באבקעס קען זיין די קענסט נישט ליינען די טמאנע שפראך לייען אדער בעט א חבר זאל דיר פארליינען וועסטו זען צו דאס איז באבקעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2010 23:54 לינק ישיר 

וואס קומט דא אריין די טמא'נע שפראך?


וואס ווילסטו פון תולדות אהרן?

דו ווייסט בכלל נישט אז דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל איז נישט אריין אין די מערה ווייל ער איז א תלמיד פון רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע וועלכער האט געהאלטן אז  כהן טאר נישט אריינגיין אין די מערה כדעת קדשו פון מרן הגה"ק משינאווא זי"ע.

אבער דער תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א גייט יא אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 00:42 לינק ישיר 


איך בין נישט קיין תולדות אברהם יצחק חסיד איך בין א סאטמארער חסיד און ברענג מיר נישט פון תולדות אברהם יצחק דא גארנישט און נישט פון תולדות אהרן

מיין אישו איז די עדה החרדית וואס זיי האבן צוויי מנהיגים יעקב ראטה מיט נחום אטיק און וואס זיי זאגן דאס טוט מען און אז יעקב ראטה לאזט נישט ארויס געבען א איסור אויף מירון איז דא א שטיל שווייגעניש פון דעם אין קול ואין עונה ואין פוצה פה כאילו מע דערט נישט דא פון א איסור חמור וואס טאקע ל"ג סדרה שטייט אמור אל הכהנים און פאר אביסל געלט איז מען שטיל דאס איז מיין אישו און צו דעם ענפער צו דע זאך

איך וועל דיר און אפאר מינוט ארויף לייגען די תשובה פון הגאון ראב"ד ירושלים בנוגע קברים און מירון יעדער זאל זען וואס איז זיין דעת תורה און פארוואס אלע אנדערע חברי הבד"ץ זענען שטיל


נ.ב. דער אלטער תולדות אהרן רבי איז אריין ביים ציון און מירון און די חלאקה פון תולדות אברהם יצחק רבי איז געווען תש"ה ל"ג בעומר ביים ציון מיט זיין זיידע דער שומרי אמונים במילא גייט ער אריין אזוי אויך אלע זיינע ברודער גייען אריין און איך האב שוין געזען תולדת אהרן רבי ביים ציון פאראיאר צוויי טעג נאך ל"ג בעומר שפעט ביינאכט ווען קיינער איז שוין נישט געווען דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 00:47 לינק ישיר 

ס'איז דא א קליקע ליידיג גייער וואס ס'שטעכט זיי ב"ה אין די אויגן דער קידוש השם וואס קומט פאר יעדן יאר מוצאי ל"ג בעומר אין מירון, און מדי שנה בשנה קומט מען אויף מיט חידושים נוראים אפצושטעלן דעם מעמד, דער זעלבער מערכה, פאשקעווילן, הייד פארק, שקרים וכזבים, חזר'ט זיך איבער פון יאר צו יאר, יעדן יאר מיט א צווייטן נאמען, דעם יאר הייסט עס קברים... פאראיאר האט עס געהייסן תערובות... הצד השוה שבהן די תולדות אהרן'ע שקצים רעכענען זיך ליידער נישט מיט די הייליגע פאשקעווילן שרייבער, און ממש בזדון ובמזיד זענען זיי עובר אויף רצון קדשם פון די ליידיג גייער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 00:50 לינק ישיר 


דא האט איר די תשובה פון הגאון ראב"ד ירושלים

שו"ת תשובות והנהגות חלק ד' תשובה רס"ו





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 00:53 לינק ישיר 

הולך_לבגץ כתב:



נ.ב. דער אלטער תולדות אהרן רבי איז אריין ביים ציון און מירון און די חלאקה פון תולדות אברהם יצחק רבי איז געווען תש"ה ל"ג בעומר ביים ציון מיט זיין זיידע דער שומרי אמונים במילא גייט ער אריין אזוי אויך אלע זיינע ברודער גייען אריין און איך האב שוין געזען תולדת אהרן רבי ביים ציון פאראיאר צוויי טעג נאך ל"ג בעומר שפעט ביינאכט ווען קיינער איז שוין נישט געווען דארט


ס'קען זיין אז די חאלאקע פונעם תולדות אברהם יצחק רבי'ן איז געווען אין די מערה מיט די השתתפות פון זיין טאטן דער תו"א רבי זי"ע, איך בין נישט דארט געווען.... אבער דאס ווייסן "אלע" תולדות אהרן חסידים אז דער תו"א רבי זי"ע האט זיך געהאלטן צו די שיטה פון רביה"ק בעל ויואל משה און איז "נישט" אריין אין די מערה, ס'איז אפילו באוואוסט אז דער שומר אמונים האט עס געבאדערט, און ס'איז דא מימרות וואס ער האט אים געזאגט דערוועגן ואכמ"ל, (קען זיין אז טאקע לכבוד'ן שווער האט ער זיך ביים חאלאקע פון תוא"י רבי'ן נישט געהאט קיין ברירה און איז אריין, אבער פרעג יעדן תו"א חסיד וועט ער דיר וויסן צו זאגן אז דער רבי איז נישט אריין אין די מערה)

און אזוי פירט זיך בנו ממלא מקומו דער תולדות אהרן רבי שליט"א ער גייט 'קיינמאל' נישט אריין אין די מערה, חוץ צוויי טאג נאך ל"ג בעומר, שפעט ביינאכט, ווען קיינער חוץ דיר איז נישט דארט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 00:56 לינק ישיר 

דרך אגב, הגאון ר' שמואל העליר אב"ד צפת וועם ר' משה שטערבוך ברענגט אראפ אין די תשובה אז ער האט מתיר געווען פאר כהנים ארויפצוגיין, איז דער טאטע פון הרה"ק ר' אברהם יצחק העליר, דער זיידע פונעם תולדות אהרן רבי נאך וועם ער האט געהייסן, האט דאך דער אייניקל אויף וועם זיך סומך צו זיין...


תוקן על ידי למען_האמת ב- 23/04/2010 00:59:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 01:06 לינק ישיר 


למען האמת ווער סי איז א ליידיגייער וויל איך נישט זאגן ווייל דאס איז קעגען די תקנות הפארום און ער הייסט א ערליכער איד און זיצט א גאנצען טאג אויפן דאך פון אש התורה קעגען איבער דעם כותל אדער העכער דעם ציום פון ר' יהודא בר עילאי

און די ביסט גערעכט די תערובות וואס דארט קומט פאר איז אין לשער אבער זיי זענען די הייליגע זיי מעגען אלעס

ולענינינו איך וויל זיך נישט מייחס זיין בכלל וועגען תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק ווייל נישט דאס איז מיין אישו ביי מיר זענען ביידע קינדער פון אלטען תולדות אהרן רבי און אייניקלעך פון ר' אהרן ראטה

איך וויל דא ארויס ברענגען נאר די חרפה ובושא פון די עדה החרדית וואס פפאר אביסל פרעשע און כבוד המדומה זענען זיי גרייט צו באגראבען די עדה און דער ערד און נאכדעם שיקן שלמה פאפנהיים וויינען און אמעריקע אז סאיז צרות

ועל זה דוה לבינו עד היכן היגענו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 01:11 לינק ישיר 


למען האמת תולדות אהרן רבי ז"ל איז אריין ביז יאר תשי"ב ווען סאטמאר רב ז"ל האט אים געזאגט נישט אריין צו גיין אבער זיינע קינדער גייען ווייטער אריין און תולדות אהרן רבי איז אויך אריין ביז ווען ער האט געדארפט ווייזען פאר די סאטמארע אידן אז ער אלט פון די שיטה און נישט נאר איך בין דארט געווען אבער נישט א גאנצע מנין אידן זענען דארט געווען
דאס וואס הגאון דער ראב"ד שרייבט ענדיג ביז'ן סוף אז אנו אין לנו אלא מה שעינינו רואות אז במציאות איז דא קברים

און נאכאמאל די אישו איז נישט תולדות אהרן נאר די עדה און איך וועל אי"ה נישט ענפערען אויף תולדות אהרן ווייל נישט זיי זענען די שולדיגע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 01:24 לינק ישיר 

דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל פלעגט אריינגיין ביז תשט"ו ווען רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט מגלה דעת געווען ברבים אז כנים טארן נישט אריינגיין, ווי מען האט אויפגערופן א כהן צו די תורה און דער רבי זי"ע האט געמאכט קולי קולות "אין מיין מנין וועט א כהן עולה זיין"?


אין אוסף מכתבים וואס איז ארוסיגעקומען דורך קהל תולדות אברהם יצחק ברענגט ער די מעשה בנוגע א בריוו וואס דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל האט געשריבן איבער דעת זקינו הגר"שׁ העליר זצ"ל.

און דאס איז אמת אז תש"ו אדער תש"ז ווען מען האט אפגעשוירן דעם תוא"י רבי שליט"א איז עס געווען אין די מערה ווייל דעמאלסט פלעגט דער תו"א רבי זצ"ל אריינגיין פירנדיג זיך כדעת זקינו הגר"ש העליר זצ"ל, ביז ווען ער האט געהערט פון רבי'ן זי"ע דעת קדשו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 01:27 לינק ישיר 

און למען האמת איז גערעכט


דער פראבלעם ביי די היידפארק שרייבערלעך ווי דער הולך בג"ץ'ניק איז נישט די קברים, נאר דער מעכטיגער מעמד הדלקה וואס קומט פאר יעדעס יאר ל"ג בעומר אין מירון ווי דער תולדות אהרן רבי שליט"א צינדט אן די הדלקה און טאנצט מיט אן אש קודש במעמד אלפים מישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 02:04 לינק ישיר 


איז און איין ווארט אזוי דוד איז מודה אז למען האמת האט פארקויפט א באבע מעשה מיט די חלאקה פון תוא"י רבי זאל זיין געזונט און שטארק און מע מוז אים גלייבן מיטן חלק אז דאס איז א קידוש השם אפשר איז דאס נישט קיין קידוש השם נאר א חילול השם און דאס באדערט די הייד פארק שרייבערס און די דוד די ביסט אויך א הייד פארק שרייבער די גייסט נישט ארויס פון כלל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 02:24 לינק ישיר 

באבע_מעשה כתב:

איז און איין ווארט אזוי דוד איז מודה אז למען האמת האט פארקויפט א באבע מעשה מיט די חלאקה פון תוא"י רבי


אפשר קענסטו מיר זאגן וואסערע באבע מעשה איך האב פארקויפט? האב איך דען געשריבן אז די חאלאקע פון תוא"י רבי איז נישט געווען אין מירון? כך הוא דרכם כסל למו, מפאברעצירט פאקטן, און דערנאך בויעט מען בנינים דערויף, און דו קענסט אים נישט אפווענדן ווייל ער האט דאך געבויעט אויף א פאקט (וואס ער האט אליינס פאברעצירט...)

דרך אגב, דער תולדות אהרן רבי איז א איד א ירא שמים און ער איז נישט גרייט מחלל צו זיין די כהונה, ער האט אראפגעשיקט שלוחים מומחים וואס האבן בודק געווען דעם גאנצן וועג ווי ער גייט ארויף מיטן שטח ווי ער צינד, און מען האט קלאר מברר געווען אז ס'איז נישטא קיין מערות אין דעם שטח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תולדות אהרן סטראשעט די עדה וועגען מירון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext