| נשלח ב-26/4/2010 05:21 |
|
| |
מילך בהכשר הבג"ץ בקרוב
לויט ווי איך הער גיין די כת ההולכים בבג"ץ בקרוב ארויס קומען מיט א נייע מילך פאברעצירט ביי מחמירים מילך קאמפעני.
נאכדעם וואס טויזנטער מענטשען (ברבובבתינו) קויפן שוין די גאר אויפגעכאפטע גרעפ דשויס שירה, וועלן יעצט די מחמירים בכשרות, וואס עסן נאר וואס דער רביזכרוונעברכע האט געגעסן, און ח"ו נישט קיין פלייש מיט שטיין זאלץ אדער אריזונע ווייץ, און דארפן נישט קיין חומרת, האבן מילך אן קיין שום חומרות ח"ו אבער נישט פון גאלדן פלוא,
איך ווייס נישט אבער דער רביזכרוונעברכע האט נישט געטרינקן פון מחמירים מילך, צו מע וועט מעגען טרינקן די מילך, למנשה סילוף וגעלער בדחן הפתרונות, קען זיין אז און מושיען חלק ט"ו וועט שטיין אז דער רביזכרוונעברכע האט געטרינקען מילך דווקא פון מחמירים קאמפעני
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 26/04/2010 05:25:19
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 18:24 |
|
| |
מחמירים האט שוין א מילך מיט די הכשר פין וועד הכשרות דק''י, מיטן נאמען טויבער'ס
גייען זיי צישטעלן א מילך פאר יעדע קהילה אין פארטיי?
-------------
אגב, גייט די נייע מילך אויך האבען די סייעתא דשמיא, וואס די מופקרים ניצן אלס?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 19:08 |
|
| |
ווייסט איינער וועלכע מילך האט דער רבי זי"ע געטרונקען?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 19:31 |
|
| |
| היראים כתב: |  | מחמירים האט שוין א מילך מיט די הכשר פין וועד הכשרות דק''י, מיטן נאמען טויבער'ס
גייען זיי צישטעלן א מילך פאר יעדע קהילה אין פארטיי? |
|
איך מיין אז דו מאכסט א טעות (נישט זיכער).
טויבער'ס איז געווען פון די "פרעש ענד העלטי קאמפאני", וועלכע האט זיך שפעטער צוטיילט צווישן צוויי שותפים, און איינער האט געטוישט צום נאמען טויבער'ס, און געבליבן מיטן הכשר פון ועד הכשרות.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 20:05 |
|
| |
מחמירים האט מילך פון קר"י הכשר מיטן נאמען טויבער
און פרעש הנד העלטי האט מילך פון קר"י מיטן נאמען דבש
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 20:17 |
|
| |
יו אר מיקסד אפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 20:34 |
|
| |
האסט א טעות. פרעש ענד העלטי האט גארנישט מיט דבש, וואס איז א קאמפאני פאר זיך און מעלקט זייער מילך אין באסטאן.
פרעש ענד העלטי איז געווען מיט טויבער אבער די צוויי האבן זיך צוטיילט נאך א סכסוך און יעצט גייען זיי עקסטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 21:10 |
|
| |
פרעש ענד העלטי מילך איז נאך דא? כ'מיין אז זינט זיי האבען מער נישט די הכשר פין וועד הכשרות זעהט מען עס כמעט נישט
לויט ווי איך האט דער געוועזנער דיסטריביוטער פין ניו סקווירא געגאנגען צו מחמירים אין דארט געפענט טויבערס
ניו סקווירא איז געגאנגען אין אליין געפענט פרעש אין העלטי, אין ס'האט זיך פארמאכט אין האט דאן געפענט דבש מיט א שותף אבער זיי האבען זיך ציטיילט,
דבש, אין פאקטיש זייער פיינע מילך, א שאד אז זיי מאכען נאכישט אין קליינע באטלעך אין די גרויסע בעגס פאר די בי מדרשים (מחמירים אין טויבער'ס ווייס איך נישט)
אמת דעירי, איז א דריטע קאמפעני וועלכע האט אפגעקויפט פין די באנק די פארם פין ניו סקוווירא, אין איז שטארק אין קראון הייסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 23:31 |
|
| |
ווער האט דעמאלטס געגלייבט אז גאלדען פלאו וועט נאך דארפען לייגן פילע עדס אויף קול מבשר א.ד.ג. און אין אלע צייטונגען און יא אפי' אין דערבלאט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 00:22 |
|
| |
| היראים כתב: |  | דבש, אין פאקטיש זייער פיינע מילך, א שאד אז זיי מאכען נאכישט אין קליינע באטלעך אין די גרויסע בעגס פאר די בי מדרשים (מחמירים אין טויבער'ס ווייס איך נישט)
|
|
לידיעתך, זיי האבן שוין ביידע. (איך האב שוין אפאר טעג ביי מיר אינדערהיים א קליינע מילעך פון דבש).
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 01:13 |
|
| |
אפאר טאג נישט מער ווי א קליינע באטעל מילעך IS BED
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 01:53 |
|
| |
איך שטיי און שטוין ווי דער גאנצער אשכול איז אריבער א נושא וועלכע מילך איז גוט מחמירים דבש טויבער ווער האט קליינע באטלעך וכו' נישט דאס איז דער נושא
איך וויל וויסן פון וועלכע קאמפעני האט דער רבי ז"ל געטרינקען יעדער צופרי מילך און די קאווע און צו די חברי הבג"ץ גייען צו לייגען חומרות אויף די מילך פון רבי'ן ז"ל צו נישט
ביטע נישט פארפירן דעם נושא
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 17:13 |
|
| |
קלאר צו מאכען אביסעלע די פאקטען בנוגע די מילך קאמפאניעס
א. גאלדען פלאו (בהשגחת התאחדות, קהל קהלת יעקב פאפא)
ב. משה באיאן (דער אמאליגער בעל הבית פון אהבה, ניו סקווער, מארנינג סעלעקט) היינט מאכט ער 1) פרעש ענד העלטי (אמאליגע טויבער'ס פון מאנסי, בהשגחת מרדכי אונגאר), 2) דבש (בהשגחת וועד הכשרות דקר"י)
ג. מחמירים (אסטרייכער, בהשגחת סקווירא, נירבאטור, או יו), טויבער'ס (פון מאנסי, בהשגחת וועד הכשרות דקר"י),
ד. אמת (די אלטע פלענט פון אהבה, אפגעקויפט דורך ביסטריצקי, בהשגחת סקווירא, ביד"צ דקראון הייטס)
די זאלונים גייען לפי השמועה מאכען מילך ביי אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 18:22 |
|
| |
איך האב היינט געטשעקט און גראסערי אויף די באטלעך שטייט ווי מע מאכט דאס אין די ביסט גערעכט דבש מיט פרעש הנד העלטי איז איינס מחמירים מיט טויבער'ס איז איינס
אבער צוריק צום פוינט וואספארע מילך איז געלעגן יעדען טאג און רבי'ן ז"ל'ס קאווע ביטע ווער עס קען פרעגען איינע פון די הויז בחורים
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 18:48 |
|
| |
| Palin12 כתב: |  | ד. אמת (בהשגחת סקווירא, ביד"צ דקראון הייטס)
די זאלונים גייען לפי השמועה מאכען מילך ביי אמת. |
|
אויב וועלן די זאלונישע מילעך אויך האבן די הכשר פון ביד"ץ סקווירא, דאן וועט עס זיין כשר למהדרין. (ומכלל הן וגו').
|
|
|
|
|