ס'איז שווער ארויס צי ברענגן אויפן שריפט דאס ליצנות וואס האט זיך אפגעטיען היינט .אין מירון
ר' דוד קאהן שרייט חדשים אז ס'גייט גארנישט פאר נישט דא קיין קברים אלעס איז מותר אלע כהנים מעגן לכתיחלה ארויף גיין
למעשה איז ר' דוד קאהן ארויף מיט א באקס א אוהל חצוץ
שטעלט זיך די שאלה וואס האבן אלע אנדערע כהנים געטיען וואס האבן זיינע קינדער געטיען
זיי מעגן יא ארויף גיין געהעריגדא איז עפעס ח"ו שתי רשיות
זיי מעגן זיך יא מטמא זיין.
נשלח ב-2/5/2010 20:14
ארונו של דוד
נשלח ב-2/5/2010 20:40
און לאמ יר אלע שרייען הויך און קלאר איך בין א ערליכער איד - איך מעג אלעס טוהן
איך האב היינט געשריבן אז לצים זאגן אז א כהן מעג זיך מטמא זיין צו באגראבן א ברודער
אבער יעצט מיין איך אז ער האט נישט באגראבען זיין ברודער נאר זיך אליין און מ'דארף פרעגען די גרויסע תלמידי חכמים (ר' יצחק ראזנבלאט וחבריו) צו א כהן מעג זיך מטמא זיין אויך זיך אליינס צו באגראבן אפשר דער אינטערנעט מלקט וועט האבן א תשובה אויף דעם
עס איז א ליידיגער באקס וואס די תו"א חסידים טראגען דארט לסמא את העיניים.
ער איז געפארען מיט א צה"ל העליקאפטער!
נשלח ב-2/5/2010 21:01
קרעדיט וויינשטאק פון די קינדער פארום
פורים אין מירון: תו"א רבי קומט אן מיט חב"ד'סקער קאסטן...!
פורים אין מירון, דער עולם ליגט אויף דער ערד פאר גרויס געלעכטער, דער כהן גדול בדורינו און חאכאם ר' דוד קאהן ס"ט דער תולדות אהרן רבי האט באשלאסן אז להגדיל הטראסק קומט ער אן מיט א חב"ד'סקער קאסטן, וואס פירט געווענליך ארום דעם מלך המשיח זאל לעבן, אויף א שיינעם פיקאפ טראק צו זיין יערליכע הדלקה צערעמאניע.
ווי שוין באקאנט איז דאס יאר פארגעקומען א העפטיגע מערכה אויב כהנים מעגן ארויפגיין אויפן בארג אין מירון נאך וואס מ'האט דארט געטראפן פיל מיט עצמות פון מתים. דער תו"א רבי קען דאך נישט אויפגעבן אויף דעם גרויסארטיגן פורים שפיל וואס ער פירט אן יעדן ל"ג בעומר אין מירון האט באשלאסן יעבור עלי מה, ער גייט ארויף מיט א איסור צו אן א איסור.
יעצט קומט דער פורימ'דיגע באריכט אז ער איז אנגעקומען אויף א פיקאפ טראק אין א פארמאכטן קאסטן, אנגעבליך א אהל וואס זאל דינען ווי א מחיצה פאר כהנים, ווי בלויז שוקי לרר איז ערלויבט געווען מיט צופארן צו כאפן בילדער פון די נאנט וויאזוי דער באבא רבי דאוויד ס"ט גייט אפרעכטן די עבודת הקודש.
יעצט ווארט מען נאר צו זעהן צו דער רבי וועט ארויסקומען פון קאסטן צו שפרינגען ביזן הימעל און זיך שפילן מיט די פייער און אויסטוהן דעם שטריימעל, צו ער וועט זיך באגעניגן בלויז מיט גרויסע סקרינס אויף די גאס וואס וועלן צייגן וואס דער רבי ארבעט אריין בעבודת הקודש בקאסטן פנימה...
כלל ישראל שאקעלט זיך פאר געלעכטער און ווארט מיט פרייליכע געמיטער אויף דאס קומענדיגע!
נשלח ב-2/5/2010 21:40
און דא האט איר א שיינע בילד פון דעם ארון של דוד פון אינעווייניג
נשלח ב-2/5/2010 21:48
דער פויפסט להבדיל פארט אויך אזוי
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/05/2010 00:44:29
נשלח ב-2/5/2010 21:59
דער בלאט איז געווען גערעכט
נשלח ב-2/5/2010 22:09
פאר ווער ס'ווייסט נישט דער גאנצער פירער פון דעם קאמפיין קעגען כהנים און מירון זענען צוויי אידן פון די גרויסע חסידים פון דער יפו'ער איינער הייסט נחום אטיק און איינער הייסט מנשה פרץ וואגשאהל זיי זענען ביידע שטארקע מתנגדים פון רבינו שליט"א און זיי זענען די פירער'ס פון די מערכה און מירון בכללות און יעצט בענין די כהנים און מירון
און פאר ווער ס'קען דאס ביטע איבער געבען פאר די אלע זאלי'ס וואס ווילן דאס מאכן א מחלוקות פון ארונים זאלונים דער תולדות אהרן רבי זיכט שוין די לעצטע שטיק צייט א וועג וויאזוי שלום צו מאכן מיט די אהרונים ווייל פון די זאלונים פון ירושלים האט ער דע גאנצע צרות יגון ואנחה אבער אונז זיכן נישט צו נעמען איינער וואס האט אונז און די ערשטע יארן אזוי געשטויסן, אבער פאר די אלע זאלונים פיל איך א חויב מודיע צו זיין אז זיי ווייסן נישט דעם דעת תורה פון דער יפו'ער זיי מיינען אז דער רמב"ם האט מחדש געווען דעם חידוש פון דעם איסור פאר כהנים ארויף צו גיין.
און דאס מיינט קעלבעלעך, חלה דעקלעך, וכו' וואס שרייבן וויאזוי די ווינט בלאזט אן קיין שום אחיזה און מציאות און ווייסן נישט זייער אייגענע פאליטיק
נשלח ב-2/5/2010 23:13
איך מוז אייך זאגן: אויף אזאנס האב איך נישט גע'חלומ'ט!
שוין נאך עטליכע וואכן וואס תו"א האט באצאלט תבין ותקילין פאר אלע פראפאגאנדע מיניסטארן (ביודעי ומכירי קאימנא!), אלע איזרעלישע חרדישע מידיע צענטערן, אינקלאדעט אונזער בחדרי חרדים, און אזוי אויך די היינטיגע נייעס סטאנציאנען וואס דאס זענען די "האט'ליינס", און אלע גבאים ומשמשים וראשי קהילות, אלע זענען קאנטראלירט געווארן, פון אלע זייטן האט מען געארבייט אויף 2 פראנטן, איינס, אז קיינער זאל זיך נישט וואגן ארויסצוקומען מיט א קלארן איסור, און צווייטנס אז די נייעסן זאלן כסדר באריכטעט ווערן לטובתם, און אזוי ארום האבן זיי אנגעדרייט א ערנסטע ווינט ווי כאילו די גאנצע זאך איז א נארישער חשש אן קיין אונטערהאלטונג.
ווייטער האבן די נייעסן - אינקלאדעט קול הציבור (פון וואו אונזער קול מבשר האט - ווארשיינליך - גענומען זיינע נייעס) געמאלדן די "באצאלטע" שקר-אנאנסן, ווי כאילו די עדה איז ארויסגעקומען מיט א "היתר" פאר די כהנים ארויפצוגיין, א זאך וואס איז לא היה ולא נברא. (איר פארשטייט אליינס אז תו"א האט אויך אויף דעם געארבעט אימערמידליך אז עס זאל ארויסקומען א פסק להיתר, און אויב איז דאס נישט געשעהן איז ברור אז די חששות זענען גארנישט אזוי פשוט).
און, אחד היה אברהם, "דער בלאט" וועלכע האט נישט אנגענומען קיינע געלט-אנבאטן בכדי צו פיטערן דעם ציבור מיט באבקעס, האבן געשריבן די גענויע אמת אז "טויזנטער כהנים וועלן זיך אפהאלטן פון ארויפגיין", (און דאס איז קלאר, טראץ די גאנצע פראפאגאנדע להיתר, אז א כהן א ירא שמים וואס איז ארויף, איז געווען לבו נקפו.) און מאנכע - וועלכע זענען געווען אונטערן איינדרוק פון די נייעס סטאנציעס - האבן דאס אנגעקוקט ווי זייער א קאנטערווערסיאלע שריט, אין די צייט וואס אין די גאס דארף עס הייסן אז אלע רבנים - און אזוי אויך די עדה - האבן מתיר געווען.
מ'שמיעס אז די זאלי'ס גייען דינגען די בודקע פאר כ''ו אב פאר זייער שטריק
נשלח ב-2/5/2010 23:34
ל"ג בעומר שמח...
נשלח ב-2/5/2010 23:42
היכי תמצי, א סוכה אינמיטן די ספירה טעג ? כ'הער זאגן אז ר' דוד קאהן האט פארן צינדן געמאכט הויעך די ברכה פון 'לישב בסוכה'
די הנהלה פון תולדות אהרן ווילן הארגענען די ארוינים מיט די זאלוינים די ארוינים, צוליב די מעכטיגע פראסק ווס זיי האבן געכאפט פון דער בלאט די זלוינים, צוליב די שטרענגע אפענע החרמה ביי די ירושלימער זאליס נישט אנטייל צונעמען אין די הדלקה צערעמאניע, עד כדי כך אז זיי האבן - אויפן פרעזענליכע הוראה פון ר' חיים הערשעלע - אפגעזאגט פאריגע וואך דאס דונגען די שטח פון תולדות אהרן אין מירון
כשראה שגם השנה אני מתלבט, שאל אותי חבר אם אני כהן, שעל-פי פסק הלכה שיצא לאחרונה בעדה החרדית אסור בכניסה למושב מירון מחשש לטומאת מתים. "כהן? אני? מה פתאום, בקושי ישראל," עניתי,
ובושה תכסה ענינו ווען דער ערליכער איד האט בשאט נפש עובר געווען אויף וואס כהנים און אסאך א שוואכערע מצב זענען נישט עובר,
נשלח ב-3/5/2010 00:17
ר' דוד קאהן האט נישט געוואלט גיין באזיכן דעם סקול דיסטריקט ווייל ס'איז דא ספיקות אבער ב"ה יעצט האט ער שוין נישט קיין פראבלעם ער וועט קענען אריין גיין אין א באקס אין אזוי גיין באזיכן.