בית פורומים כל העולם כולו

נטרונא'ס עד אין "וואשינגטאן פאוסט" דעם זונטאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/5/2010 03:24 לינק ישיר 
נטרונא'ס עד אין "וואשינגטאן פאוסט" דעם זונטאג

http://www.jewsagainstzionism.com/news/washingtonpost/True_Torah_Jews%20Ad%20Color.pdf



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 16:28 לינק ישיר 

True Torah Jews Ad Color * id="doc_138748810285060" name="doc_138748810285060" height="500" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" rel="media:document" resource="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf?document_id=30890156&access_key=key-5g2wa1ffeh60o4tu998&page=1&viewMode=list" xmlns:media="http://search.yahoo.com/searchmonkey/media/" xmlns:dc="http://purl.org/dc/terms/" > <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 18:00 לינק ישיר 

די בהמות האבן א גרויסן דאבעליו פון די צייטן פון בוש.

זיי וואלטן געמעגט גרויס מאכן די O, אלס אבאמא.
וואו איז זייער שכל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 18:53 לינק ישיר 

אז איינער טיט שוין יא פאר אידישקייט מאכט שוין די שלעכטזאגער (גוטזאגער) חוזק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 19:09 לינק ישיר 

מ'דארף זיי שטיצן
זיי מאכען א געוואלדיג זשאב
כ''ק רבינו שליט''א מסאטמאר איז גאר שטארק מעריץ זייער ארבעט
הגאון 'הצדיק' רבי בנצין לאוב שליט''א איז שטארק אין אינוואלווד אין די הייליגע פעולות,

אגב, אז מ'רעדט שוין פין נטרונא
פאר עטליכע יאר ציריק האבען זיי אריינגעלייגט א עד אין די צייטונגען אינטערגעשריבן עטליכע זעלבסשטענדיגע עלטערע רבנים (א חלק דערפון זענען שוין ליידער נישטו)
אין איין גרויסע זאלי האט אים 'דאן געגעבן גרויס געלט, צווישען אלע אנדערע נדבנים
ווען יענער האט געזעהן די עד וואס גייט אריינגיין האט ער שטארק פארלאנגט אז מ'מיז אויך אינטערשרייבן דעם שטריקס נאמען (אפשר אזוי וועט די נויס וויק אים ארויפרוקען העכער)
אבער ר' משה דוד כ''ץ - דער מנהל האט אים מסביר געווען אז ער קען נישט לייגען רז''ל ווייל דאן מיינט עס אז ער גענומען א צד אין די סאטמערע מחלוקה, אין ער וויל נישט מישען אזא הייליגע מוסד אין פאליטיק,
אין מצד ביזנעס לוינט אים עס אויך נישט פאר זיין פאנרעיזינג
יענער האט זיך פארשטייט זיך ג'עקש'נט, אין נישט געוואלט פין גארנישט הערן, צום סוף האט יענער ציריקגעבעטן זיין גאנצע געלט......

קאמענטארען זענען איבריג

אזא פנים האט זייער געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2010 21:51 לינק ישיר 

אזוי ווי איך זע דא שטארקע סימפאטיקער פאר די הייליגע מוסד וואלט איך געבעטען יעדעם איינעם פון דא, אדער אז איינער ווייסט פון איינעם וואס האט א טוויטער קאנטע, זאל טון א קלייניקייט וואס פאר די מוסד וואלט דאס געווען א גאר גרויסע טובה.

נטרונא האט לעצטענס געמאכט א טוויטער קאנטע, (זעהט אויס אז זייערע פי אר מענטשען האלטען אז עס איז זייער וויכטיג אין די היינטיגע וועלט), וואלט כדי געווען אז יעדער איינער וואס קען, זאל ווערן א "פאלאער" (follower) אין "ריטוויטען" זייערע "טוויטס", און אויב איינער האט "פאלאערס" זעל ער בעטען אויך זיינע "פאלאערס" זאלן טון די זעלבע, אזוי אז זיי זאלען ווערען פאפיולער, אין עס זאל ווערען גרינגער פאר די מוסד צו פארשפרייטען זייער מעסעדש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 21:57 לינק ישיר 

אוי ווי איך האב פארגעסען צו גיבען די אדרעסס http://twitter.com/TrueTorahJews 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2010 02:24 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז נטרונא'ס האט גרויסע פראבלעמען מיט די  wabc770
און אנדערע ראדיא סטעישאנס, וואס ווילן מער נישט אנעמען לעת עתה זייערע רעקלאמעס, לדעתי איז דאס א סייעתא דשמיא, ווייל יעצט איז אכמעדינעזשאד דא, און עס וואלט ווען אויסגעטייטש געווארן אז זיי האבן די זעלבע אגאנדע ווי אים, ליבערשט זאלן דאס לויפן נעקסטע וואך, בשעת די איזראלישע פאראדע 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2010 16:23 לינק ישיר 

כהאב געהערט אז דער עד אינעם וואשינגטאן פאוסט האט געהאט א הילכיגן אפקלאנג איבער די וועלט בעיקר אינעם עולם המידיע און אין די אמעריקאנער פרעסע בפרט. עטליכע צייטונגען באציען זיך אין געוויסע באריכטן צו דעם אויבנדערמאנטן עד
ציטירנדיג פארשידענע פונקטן דערפון בנוגע דעם שטאנד פונעם יודישן רעליגיע כלפי דעם עקזיסטענץ פונעם ציוניסטישן מדינה

קען איינער ביטע צוצייכענען אדער אנידערברענגען א לינק פון א צווייט פלאץ ווי מרעדט דערפון?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/5/2010 08:51 לינק ישיר 

 

איך האב בעטראכט די מלאכת מחשבת פון נטרונא, קודם די "עד פון וואשינגאטאן פאוסט" דערנאך די וועבסייט, מיט אלע חומר, דאקומענטאן, קשיות און תירוצים, ווידיאו קליפס, בפרט די קליפ פון מעדיסאן סקווער גארדען ווי די רביה"ק איז געקומען בשארית כוחותיו, ס'האט זיך מיר אנגעצונדען א שטיקעל פייער'ל כאטשיג אין בין נישט קיין גרויסע תנא קמא, די מחשבות האבן זיך מיר גענומען פיבערן, אזש וואו בין איך? , און לאז מער טאקע ליפטערן מיינע געדאנקען;

 

עס ב"ה היינט דא אסאך חסידות'ער און יעדער מיט זיינע קפידות, מנהגים, אחוץ די פשוטע תרי"ג מצות, פארלאנגט כמעט יעדע חסידות אירע אייגענארטיגע קפידות, וואו למשל סקיוורא, בעלז, ביז די גאר ווייטע ליבאוויטש, עס מעג אויסקוקן גאנץ מאדנע ביי אנדערע אידן, צו זעהן וואו א ליבאוויטשער טוט אן תפילין אויף די מענהעטן גאסן, בעט זיך ביי א...צו שאקלען לולב, פארט אין די הרי חושך פאר שליחות'ער, טרעפט זיך מיט פרעזידענטען פון אלע מדינות, צינדען אן מנורות אינמיטען די רוישיגע גאסן,לערנט פאר ליקוטי אמרים נאך פאר תורה צוה לנו משה, ווי מאדנע די זאכן קוקען אויס אבער למעשה ווערט דאס אויסגעפירט מיט א שטאלץ!

 

משא"כ אין סאטמאר איז מען גארנישט תובע אחוץ פשוטע שמירת התורה והמצות:

נישט ווי אזוי צו גיין מיט די פיאות

נישט וועלכע הוט

נישט קיין גארטעל במשך דעם טאג

נישט מיט וועלכע שיך/שטיוועל אנצוטוהן

נישט לערנען דייקא ספרי חסידות פון אונזער גזע

נישט דא קיין שום מנהג אדער ספעציעלע קפידא וואס וועט פארסירט, נישט דא קיין שום מאדנע אויפירונג וואס מען דארף פארענטפערן.

 

 איין זאך: ציונית

 אמונה דארף זיין הונדרעט פראצענט אויסגעהאלטען, אזוי איז געוועהן די דעת פון אלע גדולי ישראל אקעגן ציונית, טא שטעלט זיך א פראגע פארוואס איז מען נישט שטאלץ מיט די שיטה?  דער אנדערער חסיד שוטה איז פעלזן פעסט,  שטייט און פארענטפערט שטותים והבלים, פערדעריי און בהמה'עריי, און די סאטמערער חסיד וואס רעפרעזענט אמונה , שכל הישר, גראדע אידישקייט, איז מען קליג, חכמים, ברייטע קעפ, מיר האבן היינט אינגעלייט בעלי כשרונות, פאליטישע באבאכטער, בלאגערס, מארקעטערס, גראפיסטען, ווערטעל זאגערס, יוא טאובס לייגערס,קאנטאקטען מיט דזשורנאליסטען, טוויטער אנפירערס, פארוואס לייג נישט יעדער צו א האנט אז שיטת רביה"ק זאל האבן די מאקסימום דעקונג? נטרונא'ס ארבעט איז באמת הערליך אבער קען זיין גאר שטערקער מיט די נעץ פון אינגעלייט.

 

יישר כח פארן אויסהערן מיינע חלומות, חלמא טבא חזיתא!

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2010 15:58 לינק ישיר 

הרב ביבער כמידער זאגן האסט ארויסגעברעינגט זייער א שטארקן פוינט!

טאקע אזוי ווי די זאגסט חלמא טבא חזיתא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2010 16:18 לינק ישיר 

ביבער טייערער אוי ווי גערעכט די ביסט נעבעך

שולדיג אין דעם איז דער שייגאץ מנעוריו ר' זלמן ושותפיו לדבר עבירה זיין גאנצע קופה של שרצים די לישקע מיט די איד אפיס ארבייטער די פארווערטס שרייבערלעך מיט די בעלי מחלוקהלע'ך וואס פאר זייערע גייציגע אינטערעסן פון וועלן אינטערברענגען קהל יטב לב מהר"א זענען זיי מוכן אז דאס גאנצע אידישקייט זאל אוועקגיין מיטן רויעך

צו זאל דאס זיין כשרות צו צניעות (עי' ערך עטרת אברהם ) יעצט ווייטער זאל דאס זיין דאס פונק פון די מלחמה לה' בעמלק די מלחמה מיט די קליפת הציונות - סיי יעדן פראטעסט צו סיי ועלעכע קליינטשיקע מערכהל'ע פארקאטשען זיי זייערע פארשטינקענע בייזוויליגע כוונות - צו זאל דאס זיין מיט שטיצן מוסדות וואס זענען על טהרת הקודש וואס זענען נישט נהנה פון די ציוניסטישע געלטער צו איז דאס ספרדיש'ע מוסדות וואס זיי זענען מוכן אינטערצוברענגען - און ברענגען טאקע אונטער אלעס ווייל סשטייט זיי אין וועג מיט זייערע אינטערעסן מיט די מלחמה מיט קהל יטב לב - צו זאל דאס זיין פירן א מלחמת חרמה צו וועלן אונטערברענגען און צו פינאנציעל וועלן אפטרוקענען די הייליגע קהלה און מוסדות אין ארצינו הקדושה וואס רביה"ק האט אויפגעשטעלט מיט מסירות נפש ממש בדם לבבו - צו איז דאס מיטן זיך ווענדן זיך צום טריפהנע'ם בג"ץ און אזוי ווייטער מקען שרייבן ביכער איבער די השחתה רשעות און היפאקרעסי וואט די כת טוט כסדר מיט א פארקנייטשטן שטערן

בעצם איז דא אסאך וואס צו רעדן איבער דאס רשעות וואס זיי האבן שוין אלץ אפגעטון אקעגן דעם חשובן מוסד נטרונא נאר אכמ"ל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2010 22:13 לינק ישיר 
אט איז דער נטרונא עד אין יודיש

 
ארוסגענומען פון בליץבלעטל


תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 06/05/2010 22:33:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 13:42 לינק ישיר 

היראים כתב:
מ'דארף זיי שטיצן
זיי מאכען א געוואלדיג זשאב
כ''ק רבינו שליט''א מסאטמאר איז גאר שטארק מעריץ זייער ארבעט
הגאון 'הצדיק' רבי בנצין לאוב שליט''א איז שטארק אין אינוואלווד אין די הייליגע פעולות,
אבער ר' משה דוד כ''ץ - דער מנהל


כוויל דא סתם קלאר מאכן אז ר' משה דוד איז טאקע פון די געטרייע אבערגעגעבנסטע אקטיווסטע עסקנים פון נטרונא

אבער דאס ברויך ארויסגעברענגט צו ווערן - אז דער מוסד נטרונא איז געגרינדעט געווארן דורך זיין חשובן פאטער הרבני ר' יושע כ"ץ נ"י
פון די חשובסטע סאטמארע בעלי בתים א באזעסענער מענטש מיט א ריכטיגן שכל הישר א יוד וואס איז אויסגעקאכט אין ספרי רביה"ק בעל דברי יואל און אין זיין הייליגע שיטה -

אין א זייטיגן ווערטל האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט אויף ר' שיע'ן אז ער איז נאך קיינמאל נישט געפארן קיין אר"י צוליב'ן נישט וועלן געבן חיזוק פאר די ממשלת הכופרים און ער גיבט נישט קיין געלט פאר קיין ארץ ישראלדיג'ע מוסדות. אחוץ פאר איין אר"י מוסד גיבט ער יא וואס דאס איז חסד לאברהם. ארויסברענגענדיג אז ביי דער מוסד קומט סייווי נישט אן דאס געלט קיין אר"י מילא אינישטא וואס צו חייש זיין

עכ"פ  כווייס נישט צו סאיז ממש אמת אבער א גוט (אמתדי'ג) ווארט פון עם איז דאס זעכער

אזוי האט דער ר' שיע געגרינדעט דעם מוסד מיטן הילף פון זיינע חשובע קינדער ר' משה דוד און בראש פון זיין זון ר' אשר וואס איז באקאנט מיט זיין שכל הישר.. אזוי אויך מיטן הילף פון מערערע בעלי בתים ובתוכם ר' משה דוד אבערלאנדער ר' ?? וויטריאל און נאך

זיי האבן שוין אויפגעטון און טוען אויף ממש גדולות ונצורות איעדע פרוטה וואס מגיבט זיי ווערט אויסגענוצט פארן מלחמה לה' בעמלק!

סאינאך דא אסאך וואס ארומצורעדן איבער דעם מוסד נאר דאס צייט ערלויבט נישט ועוד חזון למועד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 20:38 לינק ישיר 

חברה אזוי ווי די שמעות איז געווארען אביסעל פערזענליך וואלט איך געוואלט גיבן מיינע "צווי סענט"

די אלע אובנדערמאנטע עסקנים זענען פרייוואטע מענטשען, און איך ווייס נישט אויב עס איז זיי ניחה אז מען מאכט א "עדווערטייזמענט" פון זייערע נעמען, איבערהויפט אז מען שרייבט בשמם זאכן וואס קען טשעפענען אנדערע.

איך מיין דאס אז ווען איינער טוט עפעס און פאבליק ווערט זיין נאמען ארום געשמיערט דורך יעדעם סיי אזוי ווי דא קעגען א מוסד, אדער מען שלעפט זיי אריין און פאליטיק מאכט אז זייער אסאך מענטשען זאלען זיך צוריקהאלטן פון טאן לכבוד שמים ווען עס איז פאבליק.

איך וואלט ווען געבעטען אז מען זאל אראפ נעמען די נעמען פון די פרייוואטע מענטשען און זיך האלטען ביים ציל פון מפרסם זיין דעם דבר השם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 17:22 לינק ישיר 

http://www.yiddishworld.com/distribution/viewtopic.php?f=6&t=11300

1010 ראדיו סטאנציע נעמט אן רעקלאמעס פון "נטרונא"

 

אי"ה מארגן מיטוואך פרשת במדבר וועט אנהויבן צו לויפן "ראדיו רעקלאמעס" פון "נטרונא" אויף איינס פון די גרעסטע ראדיו סטאנציעס דאהי אין נוי יארק, די באקאנטע 1010 ראדיו סטאנציע, ווי ס'וועט לויפן די קומענדיגע וואכן טעג ביז קומענדיגע וואך מאנטאג עטליכע מאל א טאג.

"נטרונא" האט געהאט גרויסע שוועריגקייטן און שטרויכלונגען כדי צו קענען באקומען די "ראדיו רעקלאמעס", און מיר וועלן פרובירן אויפצודעקן א קליין ביסל וואס עס האט זיך אפגעשפילט אונטער די קוליסן במשך די פארגאנגענע צוויי וואכן פון ווען "נטרונא"האט אונטערגענומען דעם ראדיו פראיעקט, ביז היינט ווען עס איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן.

פארגאנגענעם זונטאג פרשת אמור איז פארגעקומען א שרעקליכע התגרות באומות מצד ציוניסטישע גרופעס צווישן זיי אויך רעליגיעזע ווען זיי האבן אפגעהאלטן א פראטעסט קעגן פרעזידענט אבאמא אז ער איז נישט גענוג געטריי קעגן די ציוניסטישע אינטערעסן, און בו ביום האט "נטרונא" פראקלימירט אז מ'גייט אריינלייגן אין די ראדיו אז די אלע ווילדע שטיק האט נישט קיין שייכות ח"ו מיט די הייליגע תורה און מיט ערליכע אידן, מ'האט אפעלירט אז דער ציבור זאל נעמען א חלק און קויפן מינוטן ווייל ווי מער מינוטן מ'חזר'ט נאכמאל איבער די מעסעדזש אלס א גרעסערע אפקלאנג האט עס, און ברוך השם לא אלמן ישראל, אידן פון איבעראל האבן זיך באלד אנגעשלאסן מיט א געוואלדיגע ווארעמקייט, און מנדב געווען גרעסערע סכומים, און טייל האבן אליינס אפגעקויפט די זכות פון א מינוט פאר 500 דאלער און טייל האבן זיך צאמגעשטעלט מיט שותפים.

עס איז געווען א גרויסע חיזוק פאר די עסקנים, זעהנדיג די ציבור'ס ווארעמקייט, ווי מ'שטרענגט זיך אן יותר מהיכולת, ארויסצוהעלפן די עסקנים מקדש שם שמים זיין, די עסקנים האבן זיך פארבינדן מיט די ראדיו קאמפאניס וואס שטעלן צו די צייטן, אבער מ'האט ליידער באגעגענט פארמאכטע טויערן, א שטיק צייט האבן זיי ארומגעשלעפט מיט פארשידענע תירוצים, אבער צום סוף האבן זיי קלאר געזאגט אז זיי ווילן נישט אננעמען די רעקלאמעס ווייל זיי האבן דרוק פון פארשידענע ריכטונגען, פארשטענדליך איז דאס געקומען פון די ציוניסטישע השפעה, מ'האט אבער גלייך זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט, צו שתדל'ן אז זיי זאלן טוישן די באשלוס, מ'האט זיך פארבינדן פערזענליך מיט פארשידענע סוחרים און ביזנעס-לייט וואס האבן געשעפטן מיט די ראדיו, אז זיי זאלן פרובירן זייער פראטעקציע ביי די קאמפאניס, און ווי פארשטענדליך אז כדי צוצוקומען צו די סוחרים אז זיי זאלן האבן א השפעה אויף די ראדיו, דאס אליין איז נישט געווען פון די לייכסטע זאכן, און זיי משכנע זיין צו נוצן זייער קרעדיט איז געווען א ארבעט פאר זיך, און אזוי ווייטער די גאנצע פראצעדור און די שתדלנות איז געווען פארבינדן מיט א גרויסע עבודה, און ס'איז אריינגעלייגט געווארן טעג און נעכט מיט איבערמידליכע כוחות, ווי אויך האט מען נישט געשפארט קיין געלט וואס פעלט זיך אויס אלעס כדי צוצוקומען צום תכלית הנרצה צו קענען מקדש השם זיין, און מפרסם זיין די שטעלונג פון די ערליכע אידן און פון די תורה, און אז די אקטיוויטעטן פון די רשעי ישראל טוט אינגאנצן נישט פארשטעלן מיט זיך קיין תורה און קיין אידישקייט, אדרבא דרכיה דרכי נועם און די אידישע פאלק איז פרידליך און געטריי און אונטערטעניג צו די אומות העולם, און ברוך השם מ'האט געהאט גרויס סייעתא דשמיא און געטראפן די ריכטיגע שלוחים, ערענסטע בעלי בתים פון גרויסע געשעפטן מיט א ווארעם הארץ און די ריכטיגע השגה האבן זיך פערזענליך אריינגעלייגט דערין, און ברוך השם אז איינע פון די גרעסטע סטאנציעס האט ענדליך מסכים געווען צו פארהאנדלען מיט "נטרונא".

אבער דא איז די מעשה נאך נישט געענדיגט... מ'קען אפשר זאגן אז ס'האט זיך הערשט יעצט אנגעהויבן, דער בעל הבית וואס האט ארויסגעהאלפן "נטרונא", האט צוגעשטעלט א מענטש וואס איז כמו א בראוקער אין די ראדיו ליין, דאס הייסט ער טוט פארהאנדלען צווישן גרויסע קאמפאניס און די ראדיו סטאנציעס לגבי אדווערטיימענטס וכדומה, דער מענטש האט אנגעפירט די פארהאנדלונגען צווישן "נטרונא" און די ראדיו סטאנציע, זיי האבן אנגעהויבן צו שטעלן תנאים אויף די נוסח און אויף נאך א גאנצע רייע זאכן וואס איז שווער אין די ראמען פון דעם באריכט אריינצוגיין אין אלע פרטים; צום ביישפיל מ'זאל צושטעלן דאקימיניטאציע פון ווי מ'נעמט די ארגומענטן, און אזוי אויך האט עס געדארפט אדורכגיין די גרעסטע סופערווייזערס און קעפ פון די ראדיו קאמפאני, אויך זייער ליגעל דעפארטעמענט האט געדארפט עקסטער באשטעטיגן יעדעס ווארט, גאנצע טעג האט מען געארבעט דערויף, און אזוי אויך ערב שבת ממש ביזן זמן אריין זענען די עסקנים געווען פארבינדן מיט די קאמפאני צו פארהאנדלען יעדע פרט ופרט, אזוי ווייט אז דער בראוקער וואס האט געפירט די פארהאנדלונגען איז ארויס פון די כלים, זאגענדיג אז אפילו ביי די גרעסטע געשעפטן פון הונדערטער טויזענטער דאללער האט ער נאך נישט געהאט אזא ארבעט, אלעס צו פארדאנקען פאר די ציוניסטישע השפעה וואס זיי האבן מורא צו עפענען א מויל קעגן זיי, צוליב זייער טעראר.

די וואך איז מען ענדליך געקומען צו א פארשטענדעניש נאכדעם וואס זיי האבן זיך אויסגענומען די אלע תנאים, ווי אויך צו מאכן א "דיסקלעימער" פאר די מעסעדזש און נאכדעם, דאס הייסט מ'וועט זאגן אז די מעסעדזש שטעלט נישט פאר זייער מיינונג, און ווי אויך אז נישט זייערס א מענטש וועט זאגן די מעסעדזש, נאר מ'האט געמוזט נעמען א עקסטערע קאמפאני, און אנגעפאנגען פון מארגן מיטוואך פרשת במדבר וועט די רעקלאמעס געהערט ווערן אויף די 1010 ראדיו סטאנציע עטליכע מאל א טאג, ביז די קומענדיגע וואך מאנטאג.

קרעדיט:אייוועלט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נטרונא'ס עד אין "וואשינגטאן פאוסט" דעם זונטאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext