אונזערע ברודער אין ארה"ק גייען ליידער דורך גאר שווערע צייטן. זייערע הייליגע
מוסדות "יטב לב בארה"ק" איז דער ציל-ברעט דורך וועלכע זיי ווערן ליידער אונטערדרוקט
מבית ומבחוץ, דער גורל פון די הייליגע מוסדות ליגט איצט אויפן וואגשאל!
מיר טארן זיי נישט לאזן פאלן! מיר קענען זיי ראטעווען, מוטיגן און מחזק זיין דורכ'ן
קומען מאסנווייז צום "צענטראלער דינער" וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דעם קומענדיגן
זונטאג אווענט אין די זאלן פון ראוז קעסיל אין וויליאמסבורג. דער אויסנאם שווערער מצב ליידער,
פאדערט דאס השתתפות פון יעדן יחיד בגוף ובממון בלי שום יוצא מן הכלל.
אין די איצטיגע טעג געדענקט די ווארימע ווערטער פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים
דינער פארגאנגענעם יאר: "יעדער דארף געבן כפי נדבת לבו כפי יכלתו, און זיך אפילו אנשטרענגען... אן
עסקן קען יעדער זיין, מען קען שאפן געלט, מען קען בעטן ביי א צווייטן, ביי א קרוב, ביי א ידיד, פאר
די הייליגע מוסדות. דער חוב ליגט אויף יעדן איינעם". ע"כ
קומט פערזענליך צום דינער, און פאדערט אויף אייערע חברים צו קומען מיטהאלטן
דעם הייליגן מעמד!
-מי לה' אלי!-
פין אישי