גרויסע סוקסעס ביי מסיבת רובאשקין אין קרית יואל
די מסיבה פאר שלום מרדכי רובאשקין אין קרית יואל איז געווען א ריזיגע סוקסעס מער ווי ערווארטעט.
במשך די נאכט האבן געשטראמט מאסן און מאסן מענטשן, און זיי האבן געשטיצט בגוף ובממון - איבער 1000 אידן האבן זיך באטייליגט. רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל אבד נייטרא מאנסי האט גערעדט פייערדיגע דיבורים איבער דעם חובת השעה צו העלפן א איד, און איבער די ביטערע צרות וואס רובאשקין ליידט ווייל ער איז א איד, ר' שלום מרדכי'ס זוהן געציל האט א לענגערע צייט פארציילט וואס זיין פאטער מאכט מיט און הרב חיים שלמה בערגער וואס איז געווען א שוחט אין רובאשקי'ןס פלענט פאר א תקופה איז געווען יו"ר. די עסקנים האבן נישט געקענט נאכקומען דעם ריזן שטראם און סוסקסעס געווען העכער אלע ערואורטונגען.
מער מסיבות וועלן נאכפאלגן אין אנדערע געגנטער.
|
|