בית פורומים כל העולם כולו

איבערקערעניש: מאנסי סקול באורד פרעזידענט מחרף ומגדף ברבים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2010 07:51 לינק ישיר 
איבערקערעניש: מאנסי סקול באורד פרעזידענט מחרף ומגדף ברבים

דער מאנסי סקול באורד פרעזידענט נעיטען ראטשיילד איז גערירט געווארן נאכדעם וואס די חסידים האבן אפגעהאלטן א פרישן זיג. ער האט אויסגעטאן זיין קאפל און ציצית און דאן האט ער אראפגעטראסקעט זיין טלית ותפילין אויף דער ערד און ארויפגעפארן דערויף מיט זיין קאר.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 07:52 לינק ישיר 

איינס אזייגער ביינאכט. מאנסי איז איבערגעדרייט. עס איז אן איבערקערעניש וואס איז נאכנישט געזען געווארן זייט די פרשה פון די טריפה'נע פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 07:53 לינק ישיר 

מאסן מענטשן שטראמען צום ארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 08:08 לינק ישיר 

1:15 פאליציי איז אויפ'ן ארט און נעמט ארום זיין קאר אין קעיס ער וויל באגיין זעלבסטמארד. ער זיצט אינעווייניג אן א קאפל. זיין קאר ליגט נאך אלץ אויף די תפילין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 18:55 לינק ישיר 

בילדער ביטע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 19:10 לינק ישיר 

א דאזע פראזעק קען אים בוודאי העלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 23:22 לינק ישיר 

עני אפדעיט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2010 00:38 לינק ישיר 

די גאנצע שטאט מאנסי איז איבערגעדרייט פון די מעשה.

דער ראטשיילד איז אן אלטגעזעסענער וועלכער זיצט שוין אין דעם סקול באורד יארן און שטימט אלעמאל "יא" אויף יעדן פארלאנג צו העכערן די טעקסעס און אויף יעדן פארלאנג צו בלאקירן פראגראמען פאר די חרדישע עלטערן, אריינגערעכנט עלטערן מיט ספעשל קינדער.

ער איז נישט געווען דער איינציגסטער. עס זענען געווען נאך אפאר אזעלכע מאדערנע אידן וועלכע טוען אן די קאפלעך נאר צום דאווענען און זייערע ווייבער גייען מיט הויזן. זיי האבן אלעמאל געשטימט מיט די גוים און קעגן זייערע אידישע ברידער, מיט'ן אויסרייד אז זיי פארלאזן זיך אויף פסקים פון הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל און הרב ברעסלאוער און הרב טענדלער און ווייס איך ווער נאך. די פאליסי פון די מאנסיער רבנים איז געווען אז נאר די מאדערנע אידן קענען לויפן פאר סקול באורד ווייל פרומע אידן וועלן מאכן א חילול השם (?)

דאס האט זיך אפגעשטעלט מיט אפאר יאר צוריק ווען המספיק און דערנאך עטליכע עשירים האבן זיך אריינגעלייגט אין די זאך און אנגעפאנגען צו פאנדן קאמפיינס אריינצוברענגען היימישע עסקנים אין דעם סקול באורד. אנשטאט דער ראטשיילד זאל איינזען אז ס'איז נייע צייטן האט ער זיך ארויסגעשטעלט ווי א חומה בצורה צו באקעמפן די אידן אויף טריט און שריט. זינט דאן האט ער אויסגעטיילט צרות צרורות אויף יעדן איינציגסטן פראנט.

דער ראטשיילד האט געהאט איין שטארקן כח, און דאס איז געווען אז ער האט געהאט גוטע קאנעקשאנס מיט די היימישע רבנים (דער מומר להכעיס האט דאס באוויזן דורך צוזאגן פערזענליכע טובות פאר מוסדות אדער קאנגרעגעישאנס וואס צאלן נישט קיין טעקסעס) און יעדעס מאל ווען די היימישע עסקנים האבן געוואלט עפעס טאן איז ער געלאפן צו די רבנים און סאבאטאזשירט די עסקנים. עס איז געווען ממש געפערליך.

טראצדעם וואס דער חרדישער ציבור האט שוין געהאט אויך ביז יעצט א רוב אינעם סקול באורד דורך האבן פינף פרומע אידן (קעגן דריי גוים און איין מומר להכעיס) האט מען באשלאסן אז מען מוז היי יאר אריינברענגען נאך איין איד ווייל איינער פון די פינף ביז יעצטיגע איז אן איבערגעבליבענער אלט געזעסענער מאדערנער איד וואס האט זיך טאקע צוגעשטעלט צום פרומען ציבור אבער מען האט געדארפט ארבעטן יעדע איינציגסטע מאל צו באקומען זיין וואוט. (צו זיין קרעדיט האט ער זיך צוגעשטעלט צום היימישן עולם און נישט מיטגעארבעט מיט ראטשיילד.)

דער ראטשיילד האט עס נישט דורכגעטראגן אז די פרומע אידן גייען באקומען א גרעסערן מאיאריטעט און ער איז געלאפן צו די רבנים און געמאכט געוואלדעס, און אפאר מאנסיער רבנים האבן טאקע געהייסן זייער עולם נישט ארויסצוגיין וואוטן, אריינגערעכנט רבי ישראל האגער שליט"א, רבי חיים פייוול שנעעבאלג שליט"א, הרב ראטנבערג שליט"א פון פארשעי און נאך, ווייל זיי האבן געזאגט אז ס'איז שוין דא צופיל אידן אויפ'ן באורד. (און לדעתי האבן זיי א גערעכטע טענה אבער למעשה איז דאס געווען א מוז אז מען האט געמוזט אריינברענגען נאך א קאנדידאט.)

נעכטן נאכט נאך די עלעקשאנס איז ראטשיילד געשטאנען אנגעצויגן, ביי די סקול באורד עלעקשאן העדקוואטערס, און געווארט אויף די רעזולטאטן. ווי נאר די רעזולטאטן זענען אריינגעקומען ארום 12:30 און ס'איז קלאר געווארן אז דער היימישער עסקן האט געוואונען האט ער געפלאצט און מער נישט געקענט איינהאלטן זיין שנאה.

אין פראנט פון צענדליגער אידן ברבים האט ער אראפגעווארפן זיין קאפל און אראפגעריסן זיין טלית קטן און אויסגעשריגן הויך, "איך בין נישט קיין איד, און איך וויל נישט ארבעטן מיט די אידן" און אנדערע דברי נאצה און חירוף וגידוף רח"ל.

דערנאך האט ער געעפנט די טיר פון זיין קאר און ארויסגעשלעפט פון דארט עפעס וואס האט אויסגעקוקט ווי א טלית ותפילין בייטל (שפעטער האב איך געהערט אז ווען מען האט איבערגעקוקט דעם בייטל איז דארט נישט געווען קיין תפילין נאר א טלית) און עס מיט גרינגשעצונג אראפגעווארפן אויף די ערד, און דאן איז ער ארויפגעפארן דערויף מיט איין רעדל פון זיין קאר און געבליבן שטיין אזוי מיטן אנטבלויזטן קאפ.

עס איז געווארן א שרעקליכע קאמאשאן און הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן פון גאנץ מאנסי. די גאנצע חרדישע געגנט איז געווען אויפגעשוידערט און אויפגעציטערט ביז גאר. קיינער האט נישט געוואלט גלייבן אז אזא מעשה שפילט זיך אפ היינט צוטאגס. ראטשיילד איז געבליבן זיצן אין זיין קאר מיטן אנטבלויזטן קאפ און געקוקט אויפ'ן עולם וואס האט ארומגענומען זיין קאר. אפילו די גוים וואס זענען דארט געווען, די אנטיסעמיטן, זענען געווען אין שאק וואס ס'האט זיך אפגעטאן.

עס זענען געווען מענטשן וואס האבן געכאפט בילדער פון אים (איך האב דערווייל נאכנישט באקומען פון קיינעם קיין בילד, ווער ס'האט ביטע פאוסטן) נאך א קורצע צייט האט דער מאדערנער אידישער סקול באורד מעמבער גערופן פאליס ווייל ער האט מורא געהאט אז ראטשיילד וויל באגיין זעלבסטמארד. די פאליס האט געוואלט רעדן צו אים אבער ער האט נישט געוואלט רעדן צו קיינעם.

דער קריזיס האט זיך געצויגן פאר א לענגערע צייט, אבער דאן האט ראטשיילד אנגעצינדן זיין קאר און אוועקגעפארן, נאך אלץ אן דעם קאפל אויפ'ן קאפ.

קיינער ווייסט נישט וואו ער איז יעצט אדער וואס זיין פלאן איז אויף ווייטער.

היינט האט גאנץ מאנסי גערודערט פון די מעשה. געוויסע האבן זיך געווערטלט אז יעצט איז שוין נישט קיין פראבלעם אז ס'איז דא צופיל אידן אויפ'ן באורד ווייל איינער פון די אידן איז געווארן א גוי. ס'איז א ביטערער וויץ און א גרויסער חילול ה'.


תוקן על ידי Ziskeit ב- 13/05/2010 00:41:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2010 00:40 לינק ישיר 

גיב אהער אפאר בילדער, כאטשיג ווי אזוי ער קוקט אויס.

כאטשיג ווי מאנסי איז אבערגעדרייט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איבערקערעניש: מאנסי סקול באורד פרעזידענט מחרף ומגדף ברבים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext