"פאללאק'ס לאט" שטייט אויס פינאנציעלער געפאר!
"פאללאק'ס לאט" שטייט אויס פינאנציעלער געפאר צוליב גניבה!
די לעצטע פאר חדשים איז פארגעקומען א "מיפעל ארעץ האחייעם" וואס האט געזאלט אריין ברענגען עטוואס עפעס דעקונג פאר די אלע וואס האבן חשק צו ליגן מאחורי הגדר פונעם בית עלמין דקהל יטב לב ד'סאטמאר, ווי עס ליגן אבותינו רבותינו הקדושים זיעועכי"א.
עס איז פארהאן אין וויליאמסבורג איטליכע בנינים וואס טייל רופן דאס בניני יאקאבאוויטש, צוליב וואס די משפחה המיוחסת וואס באשטייט איצט פון די אחים יאקאבאוויטש ובראשם דער אהוב למעלה ונחמד למטה [במלוא מובן המלה] אברהם בער - וואס די צורה זיינע זעלבסט איז מעיד וואס'זשע ס'געפונט זיך אלס אין אט דעם פארשוין - לייגן ארייין אלע זייערע קרעפטן דאס צו זען שטיין.
אזויווי דער אויבנדערמאנטער איז אויך פון די וואס האבן א ספעציעלע חשק ניט צו ליגן אין דעם בית עלמין פון אבותינו ורבותינו הקדושים - נישט קיין נפקא מינה צו ברצון אדער באונס (ער טענה'ט אז ער האט אייביג געהאט אין פלאן צו ליגן אחורי הגדר...) - האט ער זיך פרעזענליך אונטערגענומען דאס גאנצע עול פון "מיפעל ארעץ האחייעם" וואס האט זיך ווארשיינליך אנגעזען אין די בניני יאקאבאוויטש אויף לארימאר און מוירטל.
זעלבסט פארשטענדליך אז די קיען זייערע האבן זיך ניט געלאזט מעלקן ווי עס באדארפט צו זיין - צוליב אומפאראויסגעזענע סיבות - וד"ל, אבער קודם איז דאס געווען א שיינע הכנסה פאר זיינע בתי כנסיות, און אלס אויסטויש האט ער זיך אונטערגענומען צו אויסהאלטן פאללאק'ן.
מה עשה הקב"ה, האט פאסירט א שוידערליכע גניבה אין קהל'ס אפיס ביי די מוירטל סטאנציע ווי מ'האט אויסגעליידיגט די בייטל פון די "מיפעל ארעץ האחייעם", איצט וויל נישט דער יאקאבאוויטש געבן פאר פאללאק'ן א רויטע גרייצער ביז ווילאנג מען וועט כאפן דעם גנב!
און דער יאקאבאוויטש איז רויטער ווי רויט...
 |
|
|