| נשלח ב-21/5/2010 11:16 |
|
| |
תגובות - מחריבי קרתא
נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!! רביה"ק ס"ש נשא תשכ"ז
(ארויניס & זאליס קא. עס פעלט נישט אויס צו אריין מישן ענקער פאליטיק)
דא וועלן געלייגט ווערן תגובות אויף דעם אשכול פון מחריבי קרתא
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 22:21 |
|
| |
איך דאנק זייער פאר די וואס ווילן מגיב זיין, זאלן עס דא טוהן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 22:58 |
|
| |
איך בין אביסל צעמישט. וואס גייט דא פאר?
ווען איך האב מיך געלייגט שלאפן פינף יאר צוריק זענען די תולדות אהרנ'ער געווען די עקסטרעמיסטן און די תולדות אברהם יצחק'ער די ליבעראלע.
יעצט ווען איך וועק מיך אויף זע איך אן עולם הפוך. וואס האט דא פאסירט?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 23:15 |
|
| |
א גוט מארגן
תולדות אהרן זענען שטענדיג געוועהן קנאים, אזוי וויא אמאהל אזוי אויך היינט, תולדות אהרן זענען שטענדיג געגאנגען מיט א דעת תורה, פון מרנן חברי הבד"ץ זי"ע - ולהבחל"ח שליט"א, וואס וויא באקאנט האבן שטענדיג פארבאטן אויפען שטרענגסטן אופן, נישט צו באגיין מעשה אלימות - נישט צו ווארפן שטיינער, און ברענען מיסטן, און אודאי נישט באגיין רשעותדיגע שריט, קעגן היימישע אומשילדיגע איינוואוינער.
עקסטרעמיסטן? קיינמאהל נישט געוועהן, און טאקע וועגן דעם, האבן די "מחריבי קרתא", שטענדיג באשמוצט דעם תו"א רבין זי"ע, וויל ער איז נישט געוועהן גענוג עקסטרעמיסט.
תוא"י? ווער רעדט דא בכלל פון זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 00:45 |
|
| |
אביסל קלארער מאכן דע בילד;
וואס מיינט "א 'עדה החרדית'ניק", און מיט וואס געהערט מען צו עדה החרדית, וואס דאס זענען די אמת'ע נטורי קרתא, און וואס מיינט א אוהל שרה'ניק "מחריבי קרתא" (לעצטנס מיטן נאמען סיקריק)
איינער וואס געהערט צו עדה החרדית מיינט אזוי !
צום ערשטן איז ער אונטער דעם מרות פון די חברי הבד"ץ - אבער אינגאנצן - נישט נאר ביי וואס ס'געפעהלט איהם, דאס מיינט אז ווען בי"ד האט מחליט געווען אז די הפגנות האט זיך גענדיגט (און ווי כסדר גייט ארום א הכרזה ווען בי"ד בעט דער עולם זאל א היים גיין) איז די וואס זענען ממשיך, געהרן נישט צו די עדה החרדית און נישט צו נטורי קרתא וואס דאס איז א חלק בלתי נפרד פון די עדה החרדית, בראשות בניו הקדושים פון רבי עמרם זצ"ל,
נאר אזא איינער געהער צו די מחריבי קרתא !
וויפיל פאשקווילן האבן שוין האט דע חברת מחריבי קרתא געשריבן אויף די חברי הבד"ץ, ווען עס איז זיי עפעס נישט געפאהלן, און אזוי כסדר באשמיצן זיי דעם וועג פון די עדה ווי זיי קענען נאר בא זייערע פארשידענע בלעטער, זיי האבן נישט קיין שום רב אדער א מורה דרך, און ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אז ווען ס'איז נישטא א ראש און א מנהיג, ווערט דער ס"מ דער ראש,
איז דען א וואונדער פארוואס זיי קוקן אזוי אויס, ווייל דע מטרה פון ס"מ איז נאר צו מערן די מחריבי קרתא !
ווען בי"ד שרייבט אז יעדער וואס קען מוחה זיין זאל מוחה זיין, דאס מיינט נישט אז א יעדער וואס גייט נישט מוחה זיין איז נישט פון די עדה החרדית, אבער ווען בי"ד און בראשם דער גאב"ד שרייבט אז מ'זאל חלילה נישט מאכן מעשה אלימות, והגדולים יזהרו על הקטנים, דעמאלס ווער עס מאכט א מעשה אלימות, ער איז א מחוצף אויף דעם בי"ד פון עדה החרדית, און אזא איינער געהערט נישט צו די עדה החרדית,
נאר אזא איינער ווערט אנגערופן א מחריבי קרתא !
א עדה'ניק וועט פאר קיין געלט נישט אריין נעמען אין מויל א פראדוקט וואס טראגט נישט דעם זיגל פון בד"ץ העדה החרדית, און ווער רעדט נאך פון פיהרן א מלחמה קעגן דעם ועד הכשרות דעדתינו, מיט כל מיני תירוצים שונים,
אזא איינער איז פון די מחריבי קרתא !
איר פארשטייט! זיך גיין קישן מיט דעם איראנען שונא ישראל וחבר מריעיו, וואס אלע גדולים בארץ ובחו"ל זענען קעגן דעם, דאס איז אויסגעהאלטן לכל הדיעות, אבער טאמער האבן זיי געטראפן א גדול אדער א רבי, אזא איינער וואס באלאנגט צו די עדה (און דייקא אזא איינער) וואס האט געגעבן די האנט פאר איינעם א אגודיסט אפי' לאמיר זאגן ער האט געטוהן מיט דעם א עוולה, וועט שווארץ ווערן די ווענט מיט די הארגסטע פשקעווילן קעגן עם, און עם דערגיין די יאהרן אויף א מיאוס'ן אויפן,
דאס זענען די אמת'ע מחריבי קרתא !
און אויף זיי זענען מיר מתפלל יתמו חטאים מן הארץ
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 03:49 |
|
| |
די ביסט הונדערט פראצענט "גערעכט" אז ווען די עדה הייסט אויפערען גייט מען אוועק און ווען זיי הייסן גיין גייט מען און נישט מע סטראשעט ווער ס'וועט גיין וועט פליען פון ישיבה דאס הייסט א "העדה" ניק,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 05:36 |
|
| |
גערעכט, ביי די פרשה פון די תולדות אהרנ'ער מאמע האב איך געזען גאנצע הסברים אויף היידפארק פארוואס ס'האט זיך אויסגעפעלט דורכצופירן געוואלדטאטן. יעצט זע איך פארקערטע הסברים.
נ.ב. איך פרעג מיינע שאלות מיט תמימות, נישט ח"ו להכעיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 07:42 |
|
| |
מר באגאצניק, מי שמך?
| הולך_לבגץ כתב: |  |
די ביסט הונדערט פראצענט "גערעכט" אז ווען די עדה הייסט אויפערען גייט מען אוועק און ווען זיי הייסן גיין גייט מען און נישט מע סטראשעט ווער ס'וועט גיין וועט פליען פון ישיבה דאס הייסט א "העדה" ניק, |
|
מר באגאצניק, מי שמך? צו איינטיילען וויא אזוי צו פארשיקען דיינע אייגענע תלמידים, פון די הפגנה'ס, אבחור וואס פאלגט נישט אויס וואס בית דין הייסט, נאר דרייט זיך ארום מיט שאבבאניקעס, דארף פליען פון ישיבה - יא מר באגאצניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 07:45 |
|
| |
קיינמאהל - אבער קיינמאהל - נישט מיט קיין אלימות
| Ziskeit כתב: |  | גערעכט, ביי די פרשה פון די תולדות אהרנ'ער מאמע האב איך געזען גאנצע הסברים אויף היידפארק פארוואס ס'האט זיך אויסגעפעלט דורכצופירן געוואלדטאטן. יעצט זע איך פארקערטע הסברים.
נ.ב. איך פרעג מיינע שאלות מיט תמימות, נישט ח"ו להכעיס. |
|
שטיין מיט מסירות נפש, זיך לאזן ארעסטירן יא - איבער קערן מיסטן און פארברענען, ווארפען שטיינער וואס זענען עלול לרצוח - ניין און נאכאמאהל ניין - כדעת מרנן ורבנן שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 08:19 |
|
| |
נישט זיך נארן
ס'איז קלאר אז ווען בי"ד הייסט ארויס גיין מוחה זיין איז גאר עפעס אנדערש,
לאמיר דיר מסביר זיין, בד"כ לאזט נישט בי"ד פאר קיין ישיבה בחורים גיין מוחה זיין וואס ס'איז יצא שכרם בהפסדם, ס'איז ליידער נישט ווי אמאל, די גאסן איז היינט פיל מיט שעדליכקייטן וואס א בחור דארף דאס נישט זעהן, און אזוי איז טאקע די הוראה פון בי"ד קלאר און דייטליך ביי די הפגנות פון יעדן שבת, אז "בחורים וילדים לא ישתתפו". און אך און וויי איז ווען חלילה א בחור אדער א א יונגער יונגערמאן ווערט ארעסטירט, ווען אלע עסקנים לייגן זיך אין די לענג און די ברייט עם צו באפרייען ווי אומשנעלסטן, ווייל ה' ישמרינו וואס מ'זעהט זיך דארט אן, ואין כאן המקןם להרחיב, און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות וואס לכתחילה זאלן די יונגע נישט גיין ביי א הפגנה וואס מגייט זיך ארעסטירן, (וזאת משום מעשה שהיה די לעצטע צוויי יאהר),
און אפילו כולל יונגעלייט איז די הוראה פון בד"ץ בד"כ נישט זיך משתתף זיין נאר ביי א אויסנאם, [בי"ד שיקט דענסמאל א שליח מיוחד צו די מנהלי הכוללים] וואס דאס האבן מיר געזעהן ביי די ערשטע הפגנות פון קרתא, און אזוי אויך ביי די פרשה פון די אידישע מאמע, וואס דאס איז געווען א פרשה חדשה אזאך וואס מיר האבן געציטערט אז א נייע סארט גזירה, וואס ווער ווייסט צו ווי דאס קען צוברענגען, דענסמאל איז די הוראה פון בד"ץ געווען בנערינו ובזקנינו נלך,
איבער דעם קענסטו זעהן אז בד"כ די אלע עצרות מחאה וואס בד"ץ רופט אין ככר השבת וכדומה, דאס איז נאר אין די מיטאג שעות כדי ס'זאל נישט ברענגען ביטול תורה,
ממילא נישט יעדע מודעה וואס בי"ד שרייבט "אז יעדער וואס קען זאל טוהן וואס ער קען לעצור בעד המשחית" מיינט דאס נאך נישט אז אלע זענען מחויב צו פארן קיין אשקלון אדער קיין יפו, ווען יא, איז אוי לאותו בושה ואוי לאותו כלימה אז בי"ד שרייבט א מודעה און קיין אשקלון קומען ניטאמאל קיין הונדערט מוחים, און ווי די פרייע בלעטער האבן כסדר געשריבן אז די עדה החרדית האט באנקראטירט,
ווען דער בי"ד וויל אז אלע זאלן זיך מיטטיילן ביי א געויסע הפגנה אדער מחאה האט ער שוין זיין וועג, און דענסמאל קומען מיר אלע אין די מאסן,
ווייטער איז דא אמאל וואס די מודעה איז נישט פון דעם בי"ד, נאר אונטער געחתמ'עט "העדה החרדית" דענסמאל איז גאר עפעס אנדערש,
א קיצור מ'דארף נישט זיין קיין נאר און נישט אויסמישן בארשט מיט קארטאפל, און נישט צוגלייכן איין מערכה צו די צווייטע, דע אלע זאכן צוברעכט נאר אונזער הייליגע עדה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 18:35 |
|
| |
עס איז נאר ה התחלה פון די רשימה פון די אויסטערלישע אכזריותדיגע רשעות פון די "אהל זרה" מחריבי קרתא, ליינט און שטוינט ביים אשכול - נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 18:48 |
|
| |
איך וויל נאר וויסן איז דער משכנות הרועים רבי (ווי ער ווערט גערופן און תולדות הארון משכנות הרשעים) אויך א סיקריק? איז דער קהל חסידי ירושלים רבי אויך א סיקריק? איז ר' מענדל אטיק אויך א סיקריק?
איך האב גהערט נעכטען אויף קול מבשר אז זיי גייען ארויס גיין צום פראטעסט און יפו און דא זהעט אויס אז ווער ס'גייט מוחה זיין איז א סיקריק וויל איך וויסן צו זיי זענען און דעם קאטעגויריע
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 19:06 |
|
| |
שקר וכזב - מילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי אינשי, זעהט אויס אז דו ביסט נישט אין גדר פון א מענטש
| הולך_לבגץ כתב: |  |
איך וויל נאר וויסן איז דער משכנות הרועים רבי (ווי ער ווערט גערופן און תולדות הארון משכנות הרשעים) אויך א סיקריק?
איז דער קהל חסידי ירושלים רבי אויך א סיקריק?
איז ר' מענדל אטיק אויך א סיקריק?
איך האב גהערט נעכטען אויף קול מבשר אז זיי גייען ארויס גיין צום פראטעסט און יפו און דא זהעט אויס אז ווער ס'גייט מוחה זיין איז א סיקריק וויל איך וויסן צו זיי זענען און דעם קאטעגויריע |
|
דער משכנות הרועים רבי - איז א ידיד נפש פונעם תו"א רבין - דער משכנות הרועים רבי פארפעלט נישט קיין שום שמחה - אסיפה - מסיבה, צו קומען קיין תו"א - און דע זעלבע פארקערט דער תו"א רבי האלט מיט אלעס ביי דעם משכנות הרועים רבי, דער ווארט - "משכנות הרשעים" האבן טאקע די אהל זרה באנדיטן ממציא געוועהן - און ניצען דאס ביי די פאשקעווילן וואס זיי צו שפרייטן מעת לעת - קעגן די קהילות קדושות וואס רירן זיך נישט פון די העדה החרדית.
קהל חסידי ירושלים רבי - האט געדינט ביז לעצטנס אלס איינער פון די רמי"ם פון ישיבת תולדות אהרן - אין איז באקאנט אלס איינער פון דו גרעסטע תולדות אהרן שטיצער בכלל, און פונעם תולדות אהרן בפרט.
ר' אברהם אטיק שליט"א - א חברותא לאנגע יאהרן פונעם תולדות אהרן רבין - און כמעט זייער האפט ביי די טישען - שב"ק - און יומא דפגרא און תולדות אהרן - און זיצט צו די רעכטע זייט פונעם תולדות אהרן רבין.
אין תולדות אהרן כוללים, האט מען היינט געשיקט אלע כולל אינגעלייט, זיך משתתף זיין ביי די הפגנות - לפי הוראות דעם תולדות אהרן רבין - און טאקע 35 תו"א אינגעלייט זענען ארעסטירט געווארן.
די אלע וואס דו האסט דא אויסגערעכנט, זענען בראש המערכה, קעגן די "אהל זרה" - "סיקיריקים" = מחריבי קרתא - האנט ביי האנט מיט תולדות אהרן - מיט די העדה החרדית
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 19:09 |
|
| |
און צו דיר דער העדה'ניק וויל איך וויסן האט מען אמאל געהרט פאר תשנ"ז א הכרזה פון בי"ד אז בחורים און קינדער זאלן נישט גיין צו הפגנות???????, האט מען ביי אלע גראבונגען ביז תשנ"ז גווארט אזוי לאנג ווי א וואך ביז מע גייט ארויס???????, איך געדענק נאך די הפגנות פון גבעה הצרפתית, עכו, יפו, מורד הר הבית, בר אילן, כביש רמות, איז דזארט געווען אזא זאך???????.
פון ווי קומט דאס צו די עדה אז זיי זאלן ווארטן אזוי לאנג? דאס אז מע זאל נישט מאכן קיין שאדען און געלט דאס איז אמת, אבער ווארטן, א בריוו, דאס איז קיינמאל נישט געווען און איך בין שוין מברר אויפן אשכול פלי בארגען פון ווי דאס קומט ומשם תדרשינו לטובה אויב די ביסט נישט פארביסן
און איך וויל דיר בעטען א טובה אלס איינער פון חוץ לארץ וואס גייט אסאך ארום נאך געלט מיט אידן פון א"י בכלל און ירושלים בפרט, הזהרו בדבריכם, דא וויסט מען נישט קיין חילוק פון מחריבי קרתא און א העדהניק, א חסיד א ירושלימער, מיטן שרייבן אז זיי זענען און כולל פוסטע ליידיגייער מאכט מען א כלל און ווען מ'קומט נאך געלט צו מענטשען שרייט מען זאלן זיי גיין ארבעטן, איך האב געזען אויף הייד פארק אז דאס איז א קבוצה ליידיגייער'ס און מע קען נישט מסביר זיין אז דער איד נישט, בעט איך חכמים הזהרו בדבריכם אסאך אידן ליינען דאס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 19:35 |
|
| |
די אלע ליינער'ס ווערן געבעטן זיך צו האלטן פאסיוו און נישט ווערן איבערגענומען פון די אלע שמוציגע באהאנדלונגען פון "גערעכט", ליינט אביסל וואס עס שטייט צווישן די שורות, וועט איר זעהן אז עס רעדט זיך פון א "תולדות אהרן"ער שטונקער וואס ס'טוט אים זייער וויי אז די אהל שרה חברה האבן מיאוס צוגעפיקסט זיין רבי'ן מיט עטליכע וואכן אין צוריק אין מירון. און דו "גערעכטער" תולדות אהרן'ער געמאכטער צדיק'ל, מאך זיך צו דיין מיאוס מויל פאר דו רעדסט אויף יונגעלייט וועלכע לאזן זיך טרעטן און ליגן אונטער די טראקטאר'ס אכטונג צו געבן אויף חילול קברי ישראל, אין די זעלבע צייט וואס דיינע חברים מיט די געשטרייפטע קאפטענעס זיצן אין דעם "רשת הכוללים" און גיבן אכט ס'זאל זיי נישט שמוציג ווערן דער קאפטן. איך ווייס נישט, קען זיין זיי גייען יא ארויס צו די הפגנות, אבער דא אין הייד פארק זענען דא יעדן טאג פונדאסניי הונדערטער בילדער פון מוחים. און זייער זעלטן פאלט אריין א בילד פון א קאפטן. אפשר זענען זיי בבחי' רואה ואינו נראה. ביטע ווארף נישט קיין שטונק אן קיין דעקונג, ווער האט דיר פארציילט אז אהל שרה האט צושאסן די קאר פון "בזק", דו האסט געזעהן ? וואס ווארפסטו שקרים ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 20:09 |
|
| |
באגאצניק - דו ווייסט נישט אמאהל וואס דו רעדסט - אויף די צעטלעך וואס גייען ארויס יעדן וואך, אויף די שבת הפגנות, מטעם דעם בית דין, שטייט בפירוש - בחורים וילדים לא ישתתפו, און אזוי איז פון שטענדיג אהן געווארן אויסגערופען ביי די מייקס, בחורים זאלן נישט מיט גיין ביי זי הפגנות
| הולך_לבגץ כתב: |  |
און צו דיר דער העדה'ניק וויל איך וויסן האט מען אמאל געהרט פאר תשנ"ז א הכרזה פון בי"ד אז בחורים און קינדער זאלן נישט גיין צו הפגנות???????, האט מען ביי אלע גראבונגען ביז תשנ"ז גווארט אזוי לאנג ווי א וואך ביז מע גייט ארויס???????, איך געדענק נאך די הפגנות פון גבעה הצרפתית, עכו, יפו, מורד הר הבית, בר אילן, כביש רמות, איז דזארט געווען אזא זאך???????.
פון ווי קומט דאס צו די עדה אז זיי זאלן ווארטן אזוי לאנג? דאס אז מע זאל נישט מאכן קיין שאדען און געלט דאס איז אמת, אבער ווארטן, א בריוו, דאס איז קיינמאל נישט געווען און איך בין שוין מברר אויפן אשכול פלי בארגען פון ווי דאס קומט ומשם תדרשינו לטובה אויב די ביסט נישט פארביסן
און איך וויל דיר בעטען א טובה אלס איינער פון חוץ לארץ וואס גייט אסאך ארום נאך געלט מיט אידן פון א"י בכלל און ירושלים בפרט, הזהרו בדבריכם, דא וויסט מען נישט קיין חילוק פון מחריבי קרתא און א העדהניק, א חסיד א ירושלימער, מיטן שרייבן אז זיי זענען און כולל פוסטע ליידיגייער מאכט מען א כלל און ווען מ'קומט נאך געלט צו מענטשען שרייט מען זאלן זיי גיין ארבעטן, איך האב געזען אויף הייד פארק אז דאס איז א קבוצה ליידיגייער'ס און מע קען נישט מסביר זיין אז דער איד נישט, בעט איך חכמים הזהרו בדבריכם אסאך אידן ליינען דאס |
|
זאלן וויסן אלע גוטע אידן אין חוץ לארץ - צו מבדיל זיין בין קודש לחול, אין נישט שטיצן דו רשעים "סיקריקים" - "אהל זרה" - מחריבי קרתא
|
|
|
|
|