בנ"י דורכפאל!!! סאקס/שווארץ לאדנט מרא דאתרא צו סידור קידושין מארגן
היינט איז אנגעקומען די ברעכנדע נייעס, אז נאכן גרויסן דורכפאל פון די בני יואל נישט האבנדיג דעם זומער מער ווי 4 געסקעדשולט'ע חתונות,
איז די דורכפאל פארשטערקערט און פארדאפלט געווארן, מיט דעם וואס דעם מוצ"ש איז די מחותן פון די מארגנדיגע חתונה געקומען לאדענען דעם רבי'ן דער מרא דאתרא צו סידור קידושין!!
דער מחותן מוז אויסגעלויבט ווערן, אז טראץ וואס ער גיהערט טאקע נישט צו אונז, דאך איז אבער געווען לבו נקפו צום אמת, און ער האט זיך פארט געפארכט אז זיין קינד זאל חתונה האבן אן א כשר'ע קידושין, און ער האט גענומען די דרייסטקייט צו טוהן וואס די תורה הייסט, און ארויפגעקומען ווייזן די כתובה פארן מרא דאתרא און מכבד געווען מיט סידור קידושין.
נשלח ב-24/5/2010 22:08
עס איז צו ערווארטן אז רבינו שליט"א וועט ממנה זיין א שליח צו גיין מסדר קידושין זיין, כדי עס זאל חלילה נישט ארויסקומען א זלזול אינעם איסור פון בני יואל, וועלכע איז ביאיסורו עומדת סייוויאזוי, און דער שליח וועט אוודאי נישט אריינגיין אינעם בנין, און זיין נאר ביי די חופה.
נשלח ב-24/5/2010 22:42
איך הער אז מהר''א האט מכבד געווען הרה''ג ר' שמואל דוד סאקס מו''ץ התאח''ר ער איז א ברודער מיטן מחותן
נשלח ב-24/5/2010 22:53
דיןתורה כתב:
איך הער אז מהר''א האט מכבד געווען הרה''ג ר' שמואל דוד סאקס מו''ץ התאח''ר ער איז א ברודער מיטן מחותן
ריכטיג, די רבי האט אים אנגערופן א שעה צוריק. (קראנט)
נשלח ב-24/5/2010 22:58
יא! קאנפירמד. די רבי האט יעצט מכבד געווען הרה"ג רבי שמואל דוד סאקס שליט"א.
עס איז אינטערסאנט אז די זאלי'ס האבן שוין פון פאראויס געוויסט אויף וועמען אויסצוגעבן די כעס... און א שעה צוריק האט א זאלי אזוי געשריבן צווישן זיינע וויינענדיגע וועטער:
דער מחותן האט געהאט אסאך פרעשער פון נישט קיין צווייטער ווי זיין אייגענע ברודער דער "שיינע פנים שטעלער" ר' שמואל דוד סאקס דומ"ץ איחוד קאנטרי וועלכער האט געמאכט א גאנצע טימל אין די משפחה ווי טייל זענען אהרוינים אז מען זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון א "אייגן ברידער".
נשלח ב-24/5/2010 23:00
איך בין נישט מקבל דעם לשון הרע כאילו מהר''א מאכט א שליח לדבר עבירה עובר
צו זיין אויפן איסור פון רביה''ק ברך משה זי''ע און מרן המנחת יצחק
זצוק''ל אריינצוגיין אין בני יואל שטח רח''ל
אוך גלייב אויך נישט
אז דיין סאקס וועט זיך לאזן פארפירן און עובר זיין אויף דעם איסור חמור
ונורא און אהינגיין ה''י.
נשלח ב-24/5/2010 23:12
wow, געוואלדיגע נייעס.
אבער, טאטע אין הימל, די רחמנות איז דאך געוואלדיג גרויס!! וויפיל דורכפעלער קען איין פארטיי פארטראגן אין א רייע??!!
און צו דיר העלד, ברענג מיר דעם איסור חמור ונורא אריינצוגיין אין א שטח פון בני יואל. א דאנק פון פאראויס.
נשלח ב-24/5/2010 23:22
איסור חמור אריינצוגיין? פין וועם? די בני יואל האבען א איסור פין די גדולי הדור בראשות רביה''ק בעל ברך משה והמנחת יצחק ובית דינו ז''ל אבער אריינגיין אין זייער'ס א בנין, איז נישטו קיין שום איסור לע''ע ספעציעל צו גיין צו א שמחה פין א ברודער, ווען יענער שטעלט זיך צו צו די שו''ע
נאר דאס אז דער בן השלישי האט געהאט די עזות צו זיין פין די ערשטע פורצי גדר, בשעת ער איז אריין אין א בנין פין א מוסד וואס איז געגרינדעט קעגן זיין ''אייגענעם טאטען'', דאס איז שוין יא גרויליג אבער ס'נישט קיין חידוש, ווייל אויב קען ער אריינגיין אין חרדים אדער בית יואל אין וומ''ס - וואס דארט איז יא דא א בפי' הוראה פין זיין טאטען נישט צו אריינצוייגן, וואס קענט איר ערווארטען פין אים נאר מיטן שופך דם ומקצר ימים פין זיין הייליגען טאטען מעג ער טאנצען?
נשלח ב-25/5/2010 00:05
נפל גרייט צו זיינע קעלבער צו דעם דורכפאל, נאך זיין מעכטיגע אשכול:
ליינט אין כאפט א שמייכל
די צוויי צוויבל ברידער זענען יעצט געווען ביים מחותן און אים פארגעשלאגן אז ער זאל מכבד זיין דעם רא"ט און נעמען אויף זייער אחריות אז ער וועט מכבד זיין זיין ברידער דער קאנטרי דיין. זיי האבן אים פראבירט משכנע זיין אז מיט דעם וועט זיך דער ברידער קענען געהעריג משתתף זיין וכו' וכו', דער מחותן האט נישט געגעבן א תשובה אויפן פלאץ. ער האט געזאגט אז ער וועט זיך איבערטראכטן.
לויט ווי איך שאץ וועט ער דאס אנעעמע.
דאס איז שוין גענוג פאר די אהרוינים צו קענען שיקן מעסעדשעס פון דער בלאט אפיס אז דער "האט שוין" מכבד געווען און הגה"ק "האט שוין" מכבד געווען.
איי ר' הערצקא צוויבל איז היינט געווען פארמיטוג אין כולל געהעריג, אין עס שטייט אפי' נישט אויס פין אים
פאר די קעלבעך איז אלעס גיט
יעדער בר בי רב כאפט אין איין מינוט וואס דא גייט פאר.
נשלח ב-25/5/2010 01:23
העלד וויזוי געווען די נעילת החג ??
נשלח ב-25/5/2010 01:35
דער זיידע הרב החסיד ר' יוסף סאקס שליט"א איז געוואור געווארן ווי די חתונה גייט זיין, האט ער געזאגט ערב שבת פאר זיין זון אז ער גייט נישט צו די חתונה, ער גייט ח"ו נישט צו א חתונה ווי די קידושין איז פסול, און איז נגד המרא דאתרא.
אויף דעם ארויף איז זיין זון געגאנגען און מכבד געווען רבינו שליט"א מיטן סידור קידושין, וואס האט דערמיט מכבד געווען הגאון הגדול רבי שמואל דוד סאקס שליט"א.
איצט סטראשענען די בני יואל אז זיי נעמען אוועק די זאל פון די חתונה.
נשלח ב-25/5/2010 05:11
אילו לא באנו אלא בשביל זה, דיינו!
כגעדענק נאך ווען סקקולענער רבי איז געווען ביי א חתונה פון א מקורב (מיסקי) אין קרית יואל, און דער מחותן האט געוואלט מכבד זיין דעם זקן צדיקי הדור כק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א מיט סידור קידושין, אבער דער גרויסער בעיבי האט עס נישט געוואלט בשו"א אוועקגעבן. (טראץ די פילע ציפעס פון חיים שלמה).
און דא גאר, פלוצלינג טראגט ער זיך אליינס אן אוועק צו געבן סידור קידושין. זעט אויס אז 62 יאר קומט נישט צופיס. עפעס לערנט מען זיך דאך אין לעבן.
נשלח ב-25/5/2010 05:19
און פאר די בהמות דא (היראים וכת דילי' - נישט אז כהאב געקוקט נאר איך שטעל מיך פאר אז היראים שרייט אזוי) וואס זאגן אז סאקס האט געוואלט נעמען (ר') אהרן'ען, און פשוט ר"א וויל נישט עובר זיין אויפן טאטן'ס איסור חמור, וויל איך סתם דערמאנען אז ביי מייער האט עטס געשריבן אז ער האט עס אוועקגעטראגן ווייל ער האט נישט געקענט באקומען קיין צוזאג אז מען וועט מכבד זיין א צווייטן.
אומזיסט עפעס קלעפ נישט ביי דיר די ווערטער, אפשר וואלט דאך כדי געווען אז דו זאלטס פארט קוקען וואס יענער זאגט פאר די שרייבסט?
בשום אופן?
נשלח ב-25/5/2010 10:03
אימזיסט
איך ווייס נישט אויב מען דארף זיך בכלל באציען צו דיינע ווערטער ווען די ביסט אליין מודה אז די שרייבסט נישט קיין פאקטען נאר דיינע אייגענע "דימיונות"
אבער די רבי שליט"א האט שוין מערערע מאל איבערגעגעבן סידור קידושין פאר אנדערע רבנים און דיינים ובפרט ווען זיי זענען קרובי משפחה מיט'ן בעל שמחה.