בית פורומים כל העולם כולו

מסרבים ! עד מתי מאנתה???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2010 20:14 לינק ישיר 
מסרבים ! עד מתי מאנתה???

עס איז נישט קיין סוד אז פין אנהייבן האבען די צד מסרבים אין סאטמאר, געהאט שטארקע נצחונות
מד' היתה זאת אז טראץ די שרעקליכע חילל ד' וואס זיי האבען פאראורזאכט, קודם דורך די סירוב לדי''ת אין נאכדעם דורך די ערכעות וואס ווי געברענגט איז דאס די אחרית אויפן מסרב, האבען זיי אפגעהאלטן איין ניצחון נאכען צווייטען
אויף אזוי ווייט אז עס זענען שוין געווען מענטשן פין צד מהר''א וועלכע האבען זיך אנגעקוקט אז זיי שטייען אזוי שלעכט, אז ווען איינער פין צד מהרז''ל האט זיך אויפגעשטעלט רעדן ברבים ביי א גענעראל פארזאמלונג אין די שול אויף ראדני, אז מ'גייט צונעמען דורך ערכעות אויך די ביהמ''ד אין די מתיבתא אין קרית יואל, ווי אויך די מוסדות פין סאטמאר אין ב''פ פין צד מהר''א, זענען אז חסידי מהר''א געווען ערנסט דערשראקען.

עס האט נישט געהאלפן די אלע טענות פין צד מהר''א, הזמנות, געלייגט דרוק אז די זאך זאל קומען צו די''ת, אזש זיי האבען זיך געוואנדען אין ערכעות ברשות בי''ד
יעדער האט געלאכט פין צד מהר''א {גם אני בתוכם - כאטש מיין סימפאטיע ווי ארויסגערענגט}, טראץ וואס אין אנדערע הינזיכטן האבען זיי אפשר געמאכט גאר גרויס פארשריט אבער אין די בנינים וואס זענען אין די סוכסוך זענען זיי געשטאנען זייער פארלוירן.

עס איז קיין סוד אז זינט דער ברך משה איז אוועק פין דער וועלט האט זיך דער ראד געגבן א דריי, אזש א ריכטער צו וועם די מסרבים האבען זיך געוואנדען אן קיין שום היתר, האט קלארגעשטעלט אז צד מהרז''ל האבען קיינמאל נישט באקומען פין געריכט קיין שום בעלות, ביי ב''פ האט דער ריכטער געשיקט צו די''ת טראץ ווי וואס די צד תובעים בערכעות האבען קלאר געזאגט אז זיי ווילן דאס נישט ר''ל אא''וו

בבחינת בו כרה ויחפרהו,


וואס די סיבה דערצו איז, זאל יעדער זאגען וואס ער טראכט, אבער די עצם פאקט הנראה לכל זאל קיינער נישט לייקענען.

יעצט אויב איז די שטארקייט אין מוט - עקשנות וואס די צד מסרבים האבען אנגעהאלטן איז געווען ציליב זייערע נצחונות איז דאך דער תירוץ אויך נישט דא.

נו! דער צד המזמין שרייט אז זיי זענען נאך אלס גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת, די שאלה איז נאר
עד מתי מאנתה???

די חילול ד' איז איום ונורא, די קאסקעווענצן דערפון זענען געפערליך ה''י
עד מתי מאנתה???

פארוואס קען מען זיך נישט זעצן צו א די''ת, אין אויפהערן מיט די חילול ש''ש?


תוקן על ידי דיןתורה ב- 25/05/2010 20:17:38




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסרבים ! עד מתי מאנתה???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext