וואס גייט דא פאר?, צענדליגע אידן גייען פראטעסטירן אקעגן די חפירות,
און נישט תולדות אהרן איז צום האבן, און נישט דער גרויסער ר' חיים הערשעלע
פון ירושלים, צענדליגע אידן ווערן ארעסטירט, את גוום נתנו למכים, כאפן מכות רצח,
אבער ניין, דאס מיינט נישט תולדות אהרן און נישט די ירושלימע זאלונים, זיי זיצן זיך
אין ירושלים כלא הי', כלל ישראל שטייט פארציטערט, מען טראגט די ארעסטירטע
אין בית המשפט קיינער ווייסט נישט מה יולד יום, אבער פון חיים הערשעלע הערט
מען נישט קיין פיפס, חסדי השם, טראץ דעם מסירת נפש פון די אסירי ציון ווען זיי
האבן מקדש שם שמים געווען ברבים מיטן אויסשרייען קבל עולם ומלואו, איננו
מכירים בעבודה זרה הציונות, ואיננו מכירים בחוקי המדינה, טראץ דעם האט מען זיי
באפרייט, מען פארט קיין בני ברק, מען טאנצט חסדי השם, און מען דאנקט דעם
באשעפער פאר די חסדים טובים, מען גייט אהיים שלאפן, און...
חיים הערשעלע מיטן תולדות אהרן וועקן זיך אויף, זיי האבן זיך געכאפט אז יעצט איז
זייער צייט, די מלחכי פינכה, די פרישע ציונים לעקערס, דער מיטן גיין אין ערכאות
הציונים, און דער מיטן לעקן די ציונים פאר אביסל תאוות הכבוד אין מירון, האבן זיך
שנעל פארבינדן מיט זייערע פאליצייאישע פארבינדונגען, מיט זייער בג''ץ חברים
און מסביר געווען אז למען הפאליטיק איז זייער וויכטיג אז מען זאל אויסארבייטן אז
זיי זאלן זיך אויך לאזן הערן, מען ארבייט אויס אויף א שיינעם וועג אז זיי זאלן בכבוד
גדול קענען פראטעסטירן מיט גרויס פאמפע, מען מאכט זיכער צו שטעלן פאליצייאישע
וואך לעבן חיים הערשעלע, מען לאזט עם אפילו אינעווייניג פון די באריקאדן, (ער איז
דאך א ידיד המשטרה) און ווינדער איבער ווינדער, קיין שלעק, קיין ארעסטן, קיין בית
המשפט, אלעס גייט אדורך גענוי לויט די פלעינער, הפנים, חיים הערשעלע האט נישט
געדארפט אויסשרייען אין בית המשפט איני מכיר, ווייל דאס וואלט דאך געווען דאס
גרעסטע ליצנות, בו בזמן ווי ער שרייט אין בית המשפט אז ער וויל אויסדריקלעך דער
בית המשפט זאל זיין דער פוסק און וויל זיך חלילה נישט שטעלן צו קיין דין תורה כדת משה
וישראל, ער שרייט אויס איני מכיר בחוקי התורה, איני מכיר בהרבנים היושבים על מדן,
ורק שופטי מדינת ישראל יחליטו וישפטו את הסכסוך שלנו, נו, וויאזוי וואלט ער געקענט
שרייען איני מכיר?, אבער זיינע ביזעם פריינד אין די משטרה הציונית, האט עם איינגעשפארט
דעם פראבלעם, און פארמיטן בזיונות, ווייל... פלאי פלאים... קיינע ארעסטן זענען נישט געווען.
נשלח ב-25/5/2010 22:27
יעדער קען שיסען שפעקאלאציעס
איר זיצט זיך דארטן אין ברוקלין על סיר הבשר, עסין דאנאטס מיט פיצה, און קומען מיט שפעקאלציעס
מיר דא אין ארץ ישראל, ארוינים & זאלוינים, תולדות אהרן & תולדות אברהם יצחק, קהל חסידי ירושלים & משכנות הרועים, דושינסקיא & פרושים, תפארת ירושלים & עמך בני ציון היקרים, אלע אינהיינעם זענען זיך משתתף ע"פ הוראתם פונעם ביד"צ שליט"א - ביי די הפגנות און מחאות, מיר כאפן קלעפ, מיר לאזן מיר זיך ארעסטירן, מיר שרייען "איני מכיר".
זייט ממשיך מיט אייערע שפעקאלצייעס, לויט די יעצטיגע בויך ווייטיג פון ענקערע פאליטיק.
און מיר וועלן ווייטער טוהן וואס מיר האבן פון שטענדיג האן געטוהן
נשלח ב-25/5/2010 22:52
זאג נאר אומגערעכטער, וואס פרעסן די ישראלים, גרעינים מיט פאלאפל?, וועסט מיר זאגן אז אהרונים, זאלונים, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, קהל חסידי ירושלים, משכנות הרועים, דושינסקי, פירושים, תפארת ירושלים, און עמך בני ציון היקרים ציילן נישט מער ווי עטליכע הונדערט פערזאן?, אמת אידן האבן זיך מקריב געווען פאר כבוד שמים, מיט מסירת נפש זענען זיי געגאנגען מוחה זיין, זיי האבןו געוויסט אז זיי וועלן נישט לעקן קיין האניג, עכ''ז זענען זיי געגאנגען אן קיין פחד און אן קיין מורא, אבער וויפיל מענטשן זענען דארט געווען? ווי זענען די אלע ערליכע אידן, אויף אונז שרייסטו אז מיר זיצן על סיר הבשר, אבער אויף וואס זצט עטץ דארט? אפשר זאגסטו מיר ווי איז חיים הערשעלע געווען מאנטיג? האסט עפעס געהערט פון עם? פארוואס זענען די פאליציאנטן אויפאיינמאל געווארן איינשטענדיגע מענטשן, קיין רציחות קיין שלעק, דער פאקט שרייט דרשינו! און אויב ווייסטו נישט איז אויך גיט, נעווער מיינד, איך ווייס יא!!!
די ווייסט? דו ביסט זייער אינטעלעגנט, דעם אשכול האסטו געעפנט מיט "שפעקאלציע" - האסט פארגעסן פון גרויס צארין וואס דו האסט געשריבן, און שרייבט פלוצלונג "איך ווייס".
אויב דו ווייסט - בין איך א פלייט.