| נשלח ב-27/5/2010 06:33 |
|
| |
רבינו שליט"א פארופט א מאסן פראטעסט!!!!
אויף קול סאטמאר ווערט געמאלדן אז היינט איז געווען א זיצונג אין שטוב פון רבין מיט די ועד משמרת חומותיך ירושלים און די רבי האט באשלאסן צו רופן א מאסן פראטעסט, צוליב די אנגייענדע חפירות אין ארצינו הקדושה וועלכע נעמען נישט קיין ענדע!
היו נכונים!!!
מער פרטים ווייס איך נישט, ווער עס ווייסט זאל לאזן הערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 20:53 |
|
| |
יא, די עסקנים ארבעטן העפטיג אויף א ריזיגן מאסן פראטעסט בראשות רבינו שליט"א.
עס איז שוין דא גרויסע פלענער, מען ווארט יעצט אויף די פערמיט'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:12 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, גייען די אהרונים מאכן א עקסטערע פראטעסט? פארוואס קענען זיי זיך נישט צוזאמען שטעלן מיט התאחדות הרבנים, דאס צוברעכט דאך דעם כח הציבור, וואס וועט שוין אויסמאכן די פאר הונדערט אהרונים וואס וועלן גיין צו זייער פראטעסט, זייטס מיר מסביר.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:27 |
|
| |
האסט א טעות משה'לע
מיר מאכען יא מיט התאחדות
די זאלי'ס טיילן זיך אפ
אין מאכען 3 טאג שפעטער
ס'נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוען עס
ווייל זיי ווילן נישט קומען אינאיינעם פראטעסטירן - זיי האבען דירעקט געמאכט זייער אסיפה נעכטן אין ''ראדני'' אין א צייט וואס ''רוב סאטמאר האט געפייערט א שבע ברכות לכבוד די שמחה בבית כ''ק רבינו שליט''א'' - כדי צו זיין אפגעזינדעט
זיי ווילן נאר קומען אויב זיי פירן עס אין מ'גיבט זיי אלע דרשות וכו' חוץ די הוצאות
תוקן על ידי היראים ב- 27/05/2010 22:35:44
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:34 |
|
| |
משהלע מאכסט מיר שמייכלען... פרעג איבער דיין לעצטע שורה נאכאמאל...
און אז דו ווילסט וויסן, רבינו שליט"א האט אלעמאל געהאלטן ווי דו. ער האט בשו"א נישט געוואלט גיין עקסטער. אבער, די זאלי'ס האבן דאס געברענגט צו אן ענדע, איבערצייגנדיג אז ביי זיי גילט נישט דער כלל אז ביי כבוד שמים ברויך מען פארקוקן אויף אינטערעסן, און זיי האבן געבראכן אלע גדרים אז עס זאל קענען אנגיין צוזאמען.
דאס איז געווען ביי די לעצטע "מאסן פראטעסט" (כמיין צו זאגן די לעצטע מאל וואס די מאסן זענען דארט געווען..) אום חוה"מ, כגעדענק נישט די פונקטליכע דעיט, און אונזערע עסקנים האבן ארויסגעהאלפן צום פראטעסט, סיי מיט שאפן גרויסע געלטער, און סיי מיט מאכן א גרויסע פראפאגאנדע און אויפארבעטן אונזערע מאסן צו קומען צום פראטעסט. און דאס אלעס איז געווען מיט 2 פאראויס אפגעשמועסטע תנאים: 1 אז רבינו שליט"א זאל חלילה נישט נתבזה ווערן דארט, צווייטנס אז משה דוד נידערמאן און מנוול אלימלך שטערן זאלן נישט אויפטרעטן, כדי אונזער עולם זאל קענען האבן מיטגעפיהל צו ארבעטן צוזאמען. און די אפמאך איז געווען געשלאסן אויף הונדערט פראצענט.
ביז ווען מ'איז אנגעקומען צום פראטעסט, וואס דאן האבן זיי יעדן איבערצייגט דאס ערנסטקייט און באגלייבטקייט:
1, רבינו שליט"א איז ערנסט פיזיש אטאקירט געווארן דורך די קווינס בחורים, 2, משה דוד און דער מנוול האבן ביידע אויפגעטרעטן!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:41 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:46 |
|
| |
פייוו בארא
דאס וואס די זאגסט
איז געווען ממש די לעצטע מיניט, ווייל אין פאקט האבען ביידע צדדים געארבעט דעמאלטס אינאיינעם
אין א חלק פין די פאר זאלי'ס וואס האבען מיט געארבעט האבען די לעצטע מיניט אריינגעשטעקט נידערמאן אין שטערן ביי די מייק
קעגן ווי אפגעשמיעסט
(וואס די זאגסט וועגן אטאקירן רבינו שליט''א, כ'געדענק נישט אזא זאך, ס'קען זיין אפאר שוטים האבען געשריגן)
סיי וויאזוי
בקהלם אל תחד כבודי
אז ס'איז שוין אזוי דארף מען אוודאי דאנקען הקב''ה
אז זיי קומען נישט אינאיינעם מיט יהודית החרדית הנאמנה מוחה צו זיין אויף די רשעים
ווען אין די זעלבע צייט זענען זיי אפען מכיר אין די חוקי ציונים אין זייער אפיקורסישע בית משפטי סדום
ויה''ר שיתקדש ש''ש על ידינו
תוקן על ידי היראים ב- 27/05/2010 22:48:45
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:47 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:47 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:47 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:48 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:48 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:48 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:49 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:54 |
|
| |
היראים, פייוו בארא איז דווקא יא גערעכט.
רבינו שליט"א איז פיזיש אטאקירט געווארן און נישט נאר מיט קולות. אויפ'ן וועג ארויף צו זיין פלאץ אויפ'ן סטעידזש האט ער געכאפט בריקעס פון די קווינסער שקצים.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז די חיות האבן געבראכן אן אפמאך און מיט דעם געשעדיגט די מערכה קעגן ציונות אויף אייביג.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 22:58 |
|
| |
איך פארשטיי אז די אהרונים וועלן טענהן אז זיי זענען בארעכטיגט זיך אפצוטיילן און זיי וועלן אויפברענגען מערערע סיבות און אפשר גאר ריכטיגע תירוצים, אבער נישט דאס איז מיין פראגע, די אהרונים זענען נישט מער ווי א האלבע סאטמארע חסידות, און התאחדות הרבנים באשטייט פון צענדליגע חסידות'ער, וואס קענען שוין די אהרונים צוזאמען שלעפן? האבן זיי דען עפעס א קאמיטמענט פון אנדערע קהילות?, אויב וועלן זיי האבן א 500 צו אפילו 1000 מענטשן וועט דאס דאך זיין א בלויזע ליצנות און א חוזק, און בו בזמן צובראכן דעם כח הרבים, איז נישט כדאי למען התועלת אוועק צוקיקן פון זייערע פרעסטיטש און זיך צוזאמען שטעלן מיטן רוב?.
|
|
|
|
|