בית פורומים כל העולם כולו

זאליס זויערע לוזערס - הזהרו מן הצבועים!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2010 21:19 לינק ישיר 
זאליס זויערע לוזערס - הזהרו מן הצבועים!!

איך וויל דער חשוב'ער מנהל זאל מיר מוחל זיין פארן עפענען א פרישע אשכול, אבער איך האלט אז סווערט א באזונדערע אשכול צו אויסשמיסן א געוויסן פרט

ווי יעדער ווייסט איז דער וואשינגטאן פראטעסט היינט געקענסלט געווארן, צוליב דעם פלוצלינג'דיגער אינצידענט וואס האט פאסירט אין עזה,

דאס אפרופן די וואשינגטאן פראטעסט פאר זיך איז לעולם קיין שום דורכפאל פאר די זאליס יעדער ערוואקסענער מענטש פארשטייט אז זאכן קענען פאסירן און היות נתניהו גייט נישט דארט זיין, איז נישטא מער קיין סיבה צו מאכן דעם לאנגן רייזע, נישט קשה, מ'האט שוין געהערט אזאנס,

די ריכטיגע דאגה וואלט יעצט געדארפט זיין, היות דער פראבלעם פון נתוחי מתים איז דאך נישט געלעזט געווארן צוליב די עזה קריזיס, מוז מען טראכטן אן אלטענאטיוו צו פראטעסטירן די אגרעסיע מצד הציונים קעגן דעם פרומען איד, און אויסשרייען דעם ווייגעשריי, אבער די פארדומטע זאליס האבן אין גאנצן אן אנדערע דאגה, זייער קאפ שווינדלט נאר איבער אהרן ט"ב, נעמליך אז ר' אהרן טייטלבוים גייט יעצט האבן דעם גאנצן סטעידש פאר זיך, דאס איז זייער איינציגער דאגה יעצט

איז מען געקומען מיט א פרישע ספין שאין להם ידים ורגלים, אז לויטן רבי'ן ז"ל "טאר" מען יעצט נישט פראטעסטירן, ווייל ס'א שעת מלחמה מיט די אראבער,

קודם כל, איז יעצט טאקע א שעת "מלחמה"? ממש? איז דא א 1% שאנס אז דא זאל אויסברעכן א מלחמה,
איך זאג נישט, ס'א קריזיס אבער ליידער די מדינה לעבט מיט קריזיס'ן. ערב ובוקר,

רבותי די משוגעים, האבן נישט קיין שום זעלבסס-ווירדע, קיין שום מאראל, זייער איינציגער דאגה איז נאר אהרן ט"ב, נעבעך מ'זאל נישט געפריווט ווערן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 22:01 לינק ישיר 

איך האב זיך געווינדערט פארוואס זיי קענען נישט ניצן די פשוטע אמת'ע סיבה
וויבאלד דער ראש הכופרים קומט נישט האט מען נישט וואס צו פארען

מען האט אין פאקט האט מען קיינמאל נישט געקענסל א פראטעסט פאר אזא סיבה - ווי דאס וואס צד מהרז''ל גיבט יעצט אן
דאס הייסט ווייט פין א שעת מלחמה
מ'האט נאר געקענסלט ווען די אראבער האבען געמאכט אויף די זעלבע פלאץ אין די זעלבע צייט
דא לויט ווי מ'ווייסט יעצט האבען די אראבער נישט ארגענזירט קיין פראטעסט נישט אין וואשינגטאן אין נישט ביי די קאנסול
אדער ווען די מדינה האט פאקטיש מלחמה געהאלטן מיט א צווייט לאנד

די סיבה וואס זיי געבן יעצט אן, קלינגט גיט אין די ציוניסטישע וועלט אבער די חרדישע וועלט לאכט דערפון


תוקן על ידי דיןתורה ב- 31/05/2010 22:04:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2010 22:49 לינק ישיר 


א אפענע פראגע צי די אנשי רז"ל
 איר זענט ארויסגעקומען מיט אן הכרזה אז וויבאלד צוליב די פרישע פרשה אין מדינת ישראל האבן די 'התאחדות הרבנים' נאך א לאנגע אסיפה אפגערופן דעם פראטעסט און זיי האבן דאס משוה געווען צו אנדערע פראטעסטן וואס זענען אפגערופן געווארן דורך רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
אויף דעם ארויף האט איר זיך אויך ערלויבט צו קריטיקירן די היינטיגע פראטעסט אין מאנהעטטן.
וויל איך אייך פרעגן א פראגע
  וועלעכע רבנים פונקטליך האבן זיך משתתף געווען ביי די אזויגערופענע אסיפה?
די גדולי הרבנים פון התאחדות האבן אונטערגעשריבן יא ארויסצוגיין און קיינער האט היינט נישט צוריק געצויגן, איז אוודאי זייער דעת אז מען דארף יא ארויסצוקומען איז פון וועלעכע 'התאחדות הרבנים' רעדט איר?
ווער זענען די רבנים וואס האבן עקלערט צוריק צו רופן די פראטעסטן?
איזה רבנים השתתפו באסיפה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 03:51 לינק ישיר 

מי יתן והיה, עז זאל שוין זיי תחית המתים, און רבינו הקוה''ט זי''ע וועט קקען די זאליבאנצעס און די אויגן, און זיי פארהאלטען אויף די אלע רשעות און רציחה, און הבערת הדת, וואס זיי האבן געטאן און זיין  הייליג נאמען, או, או,  וועט רבינו הקוה''ט זי''ע און זיי אריין פראקען, מיר זאלן עס נאר דערלעבן צו דערזען, אמן ואמן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 04:02 לינק ישיר 

יא ראפאגאש. פארדעם ווארטן מיר שוין בכליון עינים אויף תחיית המתים, אחכה לו בכל יום שיבוא ווען רבינו הקוה"ט זי"ע וועט אויפשטיין און קוקן די זאליביציאנעס אין די אויגן פארצוהאלטן זייערע רשעות און רציחות והבערת הדת...


אוי, וועלן מיר זיך פרייען צו דערלעבן ביי יענע מאמענטן וואס דער רבי וועט אין זיי אריינפראקען כמו שכתוב.

אמן ואמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 04:47 לינק ישיר 

רבותי גיב אכטוג
זיי זענען ווילד

טראץ וואס יוסעלע האט זיי שוין געזאגט אז ס'איז געווען ליידיג זענען זיי עפעס מסופק אין זיינע מעסעזשעס

זיי שימפען ווי קיינמאל בעפאר
ס'קוקט אויס ווי זיי האלטען נאך א שווערע פארלוסט

נאכדעם די דורכפאל וואס דער אייבישטער האט זיי ציגעשיקט
זיי פילן ווי מ'זאגט זיי: מאך נישט קיין פראטעסטן אין וואשינגטאן ווען די גייסט אין ציוניסטישען בג''ץ אין די אנערקענסט אין די מלכות המינית מער ווי די אלע ציוניסטישע קהילות
אין זייערע שולן האט מען שנעל אראגערוסן אלע צעטליך פין די וואנט אין די ''דאך'' אין מ'קראצט די רויטע סטיקערס וועלכע די אימערצויגענע האבען עטליכע שעה פריער אין די ביינאכט שעות אזוי שטארק אראפגגעקלעבט זיך אויפפירענדיג ווי ציווילדעוועט חאליגענעס

אין דא פליצלינג הערן זיי פין דעם געוואלדיגען סוקסעס וואס אפי' די ארוינם האבען זיך נישט גערישט אויף אזוי ווייט - ב''ה.

שטייט ווייט אין טשעפט זיי נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 04:50 לינק ישיר 

מ'פראבירט דארט נאך אלס צו פרעדיגן אז די עכטע תירוץ פין די קענסלעישאן איז וועגן די 'שעת מלחמה'
אין דער צייטונג שרייבער וועלכע פסקנ'ט זייער חייבי כריתות שאלות אין די קיעפ סט' בית הוראה
האט זיך אויפגעשטעלט אין כולל אויף קיעפ אין מסביר געווען די נקידה פין רעבניזיכרוינליווארע פארוואס מ'דארף קענסלן די פראטעסט
געבענדיג גאנצע ראיות אז די עכטע סיבה פארוואס מ'האט געקענסלט איז יא ווי יוסעלע פין HQ האט געזאגט


תוקן על ידי היראים ב- 01/06/2010 05:07:58




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 04:56 לינק ישיר 

קיפ בעק. עס פליען פעטש פון אלע זייטן. זיי זענען נעבעך אלע צעווילדעוועט פון דא ביז דארט.


א ציטער צו קוקן אויף זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 05:14 לינק ישיר 

לא לנו
אפשר קענסטו ערלעדיגען ביי די מנהל פין ענקער פארום ער זאל ציריקלייגען די אשכול וואס ענק האבען געפענט נאך די גרויסע פראטעסט ווי ענק גיסען אויס ענקער ווייטוג אויף די מאסיווען פראטעסט
וואס ער האט אראפגענומען גלייך נאך מיין תגובה - ס'קוקט אויס ווי ער ליינט גאנץ אפט דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 20:32 לינק ישיר 
זאלי'ס נחמה ספין'ס

ווילד איז מילד גערעדט
זיי זענען ווילד ווי קיינמאל בעפאר - נאכדעם וואס זיי האבען גענומען די פראטעסט ווי א פערזעליכע אטאקע

זיי שיקען ארום א PR סטעיטמענט צו די פרעסע, פראבירענדיג סיי צו באשמיצן די סאטמערע אין צו געפעלן פאר די ציונים - {פין ווי ער ארבעט שווער צו שאפען געלט פאר זיינע מוסדות} פארן בטול מאכען זייער פראטעסט
אזא פנים האט דער גאנצע פארטיי מיט זייערע רבנים....

זיי פראבירן נאך אלס צו ארבייטן אויף זייער אייגענער עולם, מ'זאל שוין גלייבן אז די טעם איז נישט ווייל נתני' איז נישט געקומען ',אין מ'האט נישט געקענט מאכען די פראטעס קעגן א נישט אנגעקומענער'', נאר ווייל שעת מלחמה.. (ווער האלט יעצטי מלחמה מיט די מדינה?)
(עס דערמאנט מיך ווען א טאטע וועלכע האט נישט געוואלט זיינע קינדער זאלען וויסען אז ער איז א יורד, אין דער קינד האט געבעטן די טאטע זאל אים קויפן א געשאנק, אין דער טאטע האט דאך נישט געוואלט זאגען פאר'ן קינד 'כ'האב נישט קיין געלט' האט ער אנגעהויבן פארפירן 'א געשאנק איז א שלעכטע זאך אין ברענגט א חורבן')
פאר זיינע קעלבער איז אלעס פייין
(אויף די בריוו וואס זיי האבען געהאנגען וועגן די קענסלעישאן האבען זיי זיך געשעמט אפען צו שרייבן יוסלע'ס טעם, האבען זיי געשריבן זייער פארנעפלט)

די ספינס וועלכע וועלכע ווערן געשפינט צו בארויגען זייער נערנים וואקסט ווי די שטראם נעכטן ביי די פראטעסט
אין ווי אייביג ביי א שווערע זמן, עפענט באלאנד א אשכול ווי ער פיטערט זיין שאף מיט גיטע זשאוקס אויף זיינע פריש געבאקאנע פאקטען - נוסח פארמעגליך, אין די קעלבער זענען העפי

פאלגענד ליינט אויסצוגען

א רייכע גאלעריע פון רבנים פון דעם ספינקער רבי ר' אביש - ער האט גענומען די פראטעסט אלס א פראטעסט קעגן זיי רבי'ן - דער הולך לבג''ץ, ע''כ שטעכט יעדן רב וואס האט זיך דארט באטייליגט, שרייבט כאילו מ'האט דארט געזעהן 2-3 רבנים

מ'האט אפילו זוכה געווען אז ר' מלכיאל קאטלער האט נאך עספיעט מכחיש צו זיין אז זיין חתימה איז א בלויזע שמואל ווידער גניבה אקציע -דעמאלטס פארוואס האבען ענק עס געניצט בגניבה פין אינזער קול קורא ביז די האסט באקומען די מעסעזש פין יוסעלע אז ביבי שר''י קומט נישט אויף אמעריקא

די רבנים האבן זיך געוואנדן צו ר' אהרן אז ער זאל אויך אפטרעטן פון זיין פראטעסט - אינטערסאנט, ווייל רבינו שליט''א איז שוין געווען אויפן ראד פין אינדערפרי אינאיינעם מיט רבני ודייני קהלתינו, ווי ער איז געפארען קיין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא צו כשר'ן די נייע מהודרדיגע מקוה טהרה - נדבת הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו, אין דערנאך א באזוך אין מחנה ב''ר ווי ער האט באזוכט די בחורים פין ישיבה קטנה אין ק''י אינמיטן לערנען, דערנאך אין מחנה רב טוב, אא''וו

אין נאך מער ליינט וואס בחדרי שרייבט היינט

אתמול בשעת ליל, פנה גורם רמת דרג ממשרד ראש הממשלה, לגאב"ד 'העדה החרדית' הגרי"ט וויס, וביקש ממנו לפעול לביטול העצרת. הגאב"ד הפטיר בזלזול: "עד היום לא התייחסתם אלינו, מה קרה עכשיו




ר' מלכיאל'ס אנטווארט איז געווען אז ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן פאר דעם פראטעסט, ער וועט ענדערש שטיצן די ציוניסטישע ווערסיע פין YWN כאטש ער איז אסאך א גרעסערע לוזער נאכדעם וואס ער האט ג'קאפי פעיסט די חתימה ביז זיין קענסעלעישאן

דער פראטעסט גופא, איז ווי שוין דערמאנט געווען שטאטס ליצנות, יעצט שפיר איך באמת דיין ווייטוג,
אגב, כ'האב אליין'ס נישט געוויסט ווי גיט כ'האב מיך אויסגעדריקט נעכטן, אז די פראטעסט האסט אויסגעקוקט פינקט די אלטע גרויסע פראטעסטן בראשות רבינו בעל ברך משה ז''ל, ד''מ אז ענק זענען קיינמאל צו קיין פראטעסט נישט געקומען - אויב יא וואלט געדארפט פעלן א עולם
אין אויב איז כמעט 7 'פולע' גאסען א ליצנות, דאן איז די פראטעסטן ביז תשנ''ט אייביג געווען א ליצנות..
נאר וואס דען.....

זעהט אויס אז 'ענקער 'אזוי געשאצטע' 'צען טויזענט' אין מאריאט באלל רום קעגן די שפאנישע רעגירונג נאכען פארהאנדלען מיט די ערליכע עסקנים, ''הייסט א סוקסעס''

ר' אהרן אליינס האט פארלוירן די מוט צו רעדן א שאד צו ענטפרן, באלד וועט זיין נאך א דורךפאל אז דער ק''י דיין האט אויך נישט גערעדט (בערך ווי די נעכטיגע דורכפאל אז די עדה האט נישט געשריבן א קול קורא פאר די פראטעסט, איי מ'האט קיינמאל נישט געבעטן אדער געטראכט פין בעטן, אבער פאר דברה נחמה איז עס גיט)

און דער קנעפל עפענונגס אקציע איז נישט צושטאנד געקומען דא דארף מען זיין פין פארמעגליך'ס תלמידים צו פארשטיין די זשאוק, ווייל איך כאפ נישט

דערווייל זענען נאך קיין פיקטשער'ס פון דעם גרויסארטיגן פראטעסט נישט נתפרסם געווארן, א זאך וואס ביי די אהרונים נעמט געווענדליך פינעף מינוט פון ווען א מאורע קומט פאר ביז ווילאנג די בילדער ליגן שוין ביי יעדן אידישן נייעס אגענטור איבער די גארער וועלט - נישט קיין שלעכטע ליגענט, אבער כ'האף יעצט ביזטו שוין רואיגער ווען די פיקטשערס קומען ארויס

כו וכו' מיט זיינע דברי חכמה, צו בארויגען די קעלבעך וועלכע האבען געמיזט ציריקגעבן די געלט פין די טריפ

ער איז אבער נישט קיין אויסנאם
איינער פראביר גאר אויפצוווייזען אז מ'איז נאר געשטאנען אויף די סייד וואקס...

וכו' כו' כ'האב יעצט נישט קיין צייט, ווייל די זיסע ספינס אין נחמה מליצות גייען שנעלער ווי מייין צייט
אפשר וועל איך שפעטער ציריקומען

דערווייל זאלען זיי זיך טרייסטן מיט די זייער היידפארק שרייבעריי מיט די הילף פין מנשה פילאף'ס דרשות אין זייער כולל,

אבער זאלען זיי אריינמען די משנה אין קאפ

כל דבר שהוא לש''ש סופה להתקיים וכל דבר שאינו לש''ש סופה ל.....


ברוך המקדש שמו ברבים
















תוקן על ידי היראים ב- 01/06/2010 20:38:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 08:59 לינק ישיר 

א קלאסישער ביישפיל פון די נייע תורה חדשה וואס רופט זיך "רעבע זכרונע ליווראכע".

ס'איז ממש אומגלויבליך ווי נידריג די חברה וועלן זיך אראפלאזן אבי דורכצופירן זייער הויפט ציל פון אני ואפסי עוד. ביי זיי איז די גאנצע מלחמה קעגן ציונות א מיטל, נישט קיין ציהל, און די מינוט וואס די מלחמה מיט ציונות שטויסט זיך אן אין די 'עיקר' מלחמה מיט ר' אהרן טייטלבוים וועט מען באשאפן ק"ן טעמים אבי נישט חלילה נכשל צו ווערן אין מקיים זיין מצות מחאה במילואו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 21:03 לינק ישיר 

די זאלי'ס שרייען 'שעת מלחמה'
די סיבה פין אפרופן די פראטעסט איז נישט וועגן נתני''ס נישט אנקומען קיין וואשינגטאן -  נישטטו ווער ס'זאל לאכען אבער זיי טענה'ן אז זיי וואלטען געקענט פארן ביז וואשינגטאן צו מאכען די פראטעסט אפי' דער קעגן וועם מ'פראטעסטירט קומט נישט.

נאר וועגן שעת מלחמה האבען זיי ציריקגעצויגען,

זיי ווייסען נאכנישט וואס מיינט שעת מלחמה
ווייל אין פאקט האלט יעצט קיינער נישט מלחמה מיט די מדינה ס''ה איז געווען פלעק פאר די מדינה זייער אויפפירינג - נו! א אפטע ערשיינונג
מאנכע היידפארק שרייבער פראבירן פארשטיין צו געבן אז שעת מלחמה מיינט ''אז מ'פראטעסטירט מיט אראבער''.......
לאמיר זאגען אז יא...איז דאס אויך לעכערליך נאכדעם וואס יעדער האט געזעהן זענען די פראטעסטירער געשטאנען קעגן איבער אין זענען געבערנגט געווארען דורך משה בער בעק אין האבען ניטעמאל געהאט קיין געהעריגע פערמיט ('מקען נישט באקומען אין חגא קיין פערמיט פין איין מיניט אויף די צווייטע) אין זענען אינמיטן פארשיקט געווארען
אין דאס האט שוין פאסירט ביי מערערע פראטעסטן די לעצטע 10 יאר

אבער פאר די קעלבער שרייט מען שעת מלחמה

דער פשוט'ער ציל זייערע איז נאר געווען גם לי גם לך יהי' אין געלייגט דערמיט שווערע דרוק איז סאטמאר זאך אויך ציריקציען
אין אפי' יעצט נאכעם פראטעסט, באשמיצן זיי סאטמאר ביי אלע ציונים אין פראבירן צו געפעלן ביי די ציונים אז זיי האבען יא ציריקגעצויגען

נאר ווי געזאגט: ביי זיי איז די גאנצע מלחמה קעגן ציונות א מיטל, נישט קיין ציהל,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס זויערע לוזערס - הזהרו מן הצבועים!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext