בית פורומים כל העולם כולו

ברוך המקדש שמו ברבים!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2010 03:39 לינק ישיר 
ברוך המקדש שמו ברבים!!!!

 

 

ברוך המקדש שמו ברבים, האבן די טויזענטער ערליכע יודן ספאנטאן אויסגעשריגען ביי די מעכטיגע דעמעסטראציע, וואו עס זענען זיך צו זאם געקימען טויזענטער ערליכע יודן, אויפן דירעקטן  ריף פונעם מנהיג ישראל, און צדיק הדור, כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויס צו שרייען דאס וויי געשריי אויף די חילול קברי הקדמונים, וואס די ציוניסטישע בארבארן רייסן אויס בשאט נפש, מיטן גרעסטן מאס זילזול וואס איז נאר שייך,

עס איז נישט סוד אז נישט נאר פאר די ציונים האט וויי געטאן די מעכטיגע קידוש השם, נאך אויך פאר א הייפעלע אנגעווייטאגטע יודן, וואס האבן א סאך מער פיינט סאטמאר, וואו די ציונים, האט דאס פראטעסט וויי געטאן עד דכדיכה של נפש,   און זיי ארויף געברענגט, ביטערע אנגעווייטיגטע געפילן, וואו איר וועט הערן און די קימענדיגע טעג און די בתי מדרשים, און זען און דעם טמא'נעם צייטונג דער יוד,

לכוארה דארף מען דאך פארשטיין פארוואס? די דאזיגע אנגעווייטיגע עלעמענט, איז דאך אויך אויף געוואקסען און אונזער חדר, און אויך געהערט די הייליגע ש''ס תורה, פון אונזער הייליגען רבי'ן זי''ע, אלזא, מה חרי האף הזה? וואס באדערט זיי אזוי שטארק די ריזען הצלחה'דיגע דעמעסטראציע?

נאר דער תירץ איז, זייער פשוט,

די הולך לב''צניקעס, האבן נישט קיין שום פראבלעם, עובר צו זיין אויף די ארגטסע אסורים, אפי' ווען עס איז ביהרג ועל יעבר, ווען עס האנדעלט זיך, צו טשעפענען, און וויי טאן כ''ק רבינו שליט''א, די שנאה וואס זיי האבן צו כ''ק רבינו שליט''א, טרייבט זיי צו משוגעת, ממש לא יאומן כי יסופר,

זיי וועלן ענדערש עסען טרייפענע פלייש, מיטן א''ג הכשר פון א יוד, וואס טרעט נישט אריין און בוטשער מיום כפורים זה, ביי כפרות שלאגן, עד יום הכפורים הבעל''ט, וואו איידער צו עסען א געהעריג שטיקל כשר פלייש,

זיי וועלן גיין און ציוניסטישען בג''ץ, וואס לייגט זיך ניטאמאל אוין שכל אז איינער וואס ריפט זיך סאטמאר, זאל אפאציעל קלאגן א צווייטען יוד און בג''ץ הציוני רח''ל,

זיי וועלן ארום שיקן זייערע בנים רייסן צעטליך, וואס ריפן די ציבור ארויס צו גיין פראטעסטירן, א קעגן די ציניסטישע מדינה,

דער מנהיג זייערער ר' זלמ'לע, האט זיך נישט אפגעהאלטען פון א אוועק  געבן  גאנצע  6 שעה !, צו קענען עובר זיין אויף א פסק הלכה, פון רבינו הקוה''ט זי''ע, און הגה''צ דומ''ץ קרית יואל שליט''א, אלעס צו דערלאנגען פארן ברידער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א א נועם המידות'דיגע שטויס,  

ב''ה לא אלמן ישראל, כלל ישראל איז א מבין, אויף די פינסטערע עלמענטען, און כלל ישראל האט געוויזן, יום ב' שלח תש''ע, פאר דעם מן הארץ הדור, אז אין לנו חלק ונחלה עמך, מיר זענען נישט אונטערעסירט צו מיט צו טאנצען מיט דיינע שיגץ שטיק, מיר גייען נישט זיין פון דיינע פיקשער דאמיס,   מיר גייען נישט נישט קיין וואשיגטאן !!!!, מיר גייען אונאיינעם מיט די ערליכע יודן, ועל צבאם דער מנהיג ישראל כ''ק רבינו שליט''א, 

עד כדי כך, אז דער ר' זלמ'לע האט געמיזט אפריפן דעם פראטעסט מיט חרפות ובישות, אזוי די נסיעה קיין ארץ ישראל, און אזוי זיין נעילות החג צעראמאניע,  דארט איז דער תירץ געווען א שוויגער,  א פייער, און איצט איז עס אז דער ראש ממשלת הכופרים געפינט זיך נישט און וואשינקטאן, מען דארף נאר מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל עפענען די אויגן פון די זאליבאנצעס, אז זיי זאלן איינזען, אז זייער שנאה, און ווייטאג, ברענגט זיי נישט גארנישט נאר הארטץ ווייטאג, און עגמ''נ, וואו  מער זיי וועלן נאר שימפן, וועט נאר סאטמאר האבן וואס מער צו לאכן, מען קען נישט משנה זיין סדרי בראשית, אזוי דער הייליגער ברך משה האט געזאגט, הוא אשר דבר לעם סגלתו שמור לקדשו מבאו ועד צאתו, א מנהיג ישראל קען נאר זיין איינער וואס איז הייליג און אפגעהיטען, אבער אזא איינער וואס האט זיך געפירט וואו א פויער אלע יארן, שאקעלט זיך כלל ישראל אפ, מיט אפשיי, אפי דער יוד, מיטן נוזוויק זונגען קדוש קדוש קדוש!!!! מי יתן והיה



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 01/06/2010 03:44:34




תוקן על ידי ראפאגאש ב- 01/06/2010 03:55:03




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 03:59 לינק ישיר 

יא ראפאגאשער צדיק. אויף דעם זאגט מען 'ברוך המקדש שמו ברבים'.


עס איז אונז געלונגען צו שטעכן די אויגן פון די זאליביציאנעס, עס איז געלונגען צו ווייזן פאר די פינסטערע עלעמענטן, עס איז געלונגען נישט מיטצוטאנצן חלילה מיט יענע שייגעץ שטיק, ועל כולנה איז איז געלונגען צו האבן א מנהיג ישראל און א צדיק הדור וואס עס טוט אים וויי די געשעענישן אין אר"י פון זיינע פיאות ביז צום זיבעטן ריפ.

געלויבט איז דער וואס הייליגט זיין נאמען אין פאבליק. לעבן זאל דער רעבע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 04:03 לינק ישיר 

טייערער לא לנו, מיר פארשטייען אייער ווייטאג!

און איר דארפט פארשטיין, אז א מלחמה גייט א מאל גוט פאר איין צד, און א צווייטע מאל גוט פאר די אנדערע צד, איצט גייט גוט פאר די צד הקדושה,

לייג דיר צו, און וועג דיר אויף ווען עס וועט זיין שטנא נצח!

שלאף גוט זיסקייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 04:06 לינק ישיר 

אוי אוי. שטנא נצח זאל קיינמאל נישט זיין.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 04:28 לינק ישיר 

געווען איז דאס מיט יארן צוריק, ר' הירץ פרענקל האט זיך געטראפן
מיט איינעם פון די גדולי הרבנים פונעם ליטווישן חדר, און יענער פרעגט
עהם א הארבע פראגע, זאג נאר, ווער גייט זיין ענקער רבי'ס ממלא מקום?
ביי אונז ווייסט מען שוין בחיים חיותו פון אינזער ראש ישיבה און פון אינזער מנהיג
ווער עס גייט זיין דער ממלא מקום און דער ממשיך דרכו, אדער ביי אייך פארוואס
ווייסט מען דאס נישט?, לכאורה וועט אלעס גיין לטמיון, ענקער רבי האט דאך נישט קיין
ממלא מקום, און קיינער ווערט צו דעם נישט צוגיגרייט,

ר' הירץ פרענקל האט עם נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, האט ער געבעטן הרה''ח
רבי בערל פריעדמאן וואס פלעגט אסאך צו גיין שפאצירן מיטן רבי'ן דער בעל דברי יואל 
זי''ע, ער זאל כאפן א שמועס מיטן רבי'ן און בין הדברים זאל ער פרעגן דעם רבי'ן די דאזיגע 
פראגע, וכך הוה, יענעם אויפדערנאכט, רבי בערל שפאצירט מיטן רבי'ן און דערציילט עם
דעם דין ודברים וואס ר' הירץ פרענקל האט געהאט מיט יענעם גדול, און וואס ער האט עם
געפרעגט, נו, פרעגט דער רבי, וואס האט ער עם גענטפערט?, זאגט עם רבי בערל אז ער
האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, גיט דער רבי א שמייכל, און זאגט, דער ענטפער איז זייער
פשוט, קודם כל האבן מיר א הבטחה פון הקב''ה, שלא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך,
גארנישט גייט נישט לטמיון, אלעס וועט בלייבן לעד ולנצח, און וועגן הנהגה, וועל איך דיר זאגן, "כלל ישראל
האט א גיטע נאז, זיי וועלן שוין דערשמעקן צו וועם זיך מתחבר זיין און פון וועם צו מקבל מרות זיין"

מורי ורבותי, רוח הקודש הופיע בבית מדרשו של רבינו, כלל ישראל האט א גיטע נאז, אן א צוואה,
אן א גוטהייסונג, נאר פשוט, כלל ישראל האט דערשמעקט צו וועם מען זאל זיך מתחבר זיין,
און פון וועם מקבל מרות זיין, כמה הרפתקאות עברו על כ''ק רבינו שליט''א, וויפיל צרות יגון ואנחה,
וויפיל שברי לב און עגמת נפש זענען אויף עהם אדורך, וויפיל חוצים ובליסטראות האט מען אויף עהם
געווארפן, וויפיל עלילות דם האט מען אויף עהם מעליל געווען, און גארנישט האט נישט געהאלפן,
אן דעם אזויגערופענעם גבאי, אן די לישקע, אן די שטיב מענטשן, אן איצל גליק, און אין א געוויסן זין
אפילו אן זיין טאטע'ן, (וואס איז ליידער געווען ארום גענומען מיט די אנשי דלא מעלי, וואס האבן מיט א
רציחה אויסגעניצט די זיקנה ומחלה פון זיין הייליגן טאטע זי''ע כידוע לכל), און עם כל זה, טראץ די אלע
רדיפות, טראץ די אלע צרות יגון ואנחה, האבן מיר היינט צוטאג אלע געזען, כלל ישראל האט א גיטע נאז   
כלל ישראל ווייסט אז רבינו הקדוש שליט''א איז דער אויסדריקלעכער רבן של ישראל, אזוי ווי רש''י זאגט
ויקהל משה, נאספים על פי דיבורו, אלפים ורבבות אידן זענען זיך צוזאם געקומען, פארוואס זענען זיי געקומען?,
נאספים על פי דיבורו, פונעם איתפשטותי דמשה בכל דרא ודרא, דער משה רבינו פון אינזער דור, האט
געהייסן מען זאל קומען, און כלל ישראל זענען געקומען צו לויפן, אשרינו מה טוה חלקינו, ומה נעים גורלינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 04:53 לינק ישיר 

וואס גייט דא פאר, עפעס א מעשה פון ר' הערצקא פרענקל מיטן רבי'ן ז"ל, פון די ציונים, חיטוטי שכבי, עקירת הדת האסטו נישט? נאר מעשיות פון ר' אהרנס צידקות?

איז דאס געווען א פראטעסט קעגן די ציונים אדער נאך א יסוד איתן פאר ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 04:55 לינק ישיר 

יא. בעיני ראיתי ווי דער 'כלל ישראל' איז געלאפן. אשרינו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 05:03 לינק ישיר 

באמת נישטו די ווערטער
''קיינער'' האט זיך נישט גערישט אויף אזא סוקסעס ב''ה
די גרעסעט אפסעמיסטן האבען זיך אויף אזאנס נישט פארגעשטעלט

ס'איז געווען א שאד אז מ'האט זיך נישט גערישט לכתחילה אין אפגעשפארט ביז נאך די פופציגסטע גאס
די אפגעשפארטע גאסען זענען נאך 6 אזייגער געווען אזוי איבערגעפילט ווי קיינמאל בעפאר

מ'האט בשעת די פראטעסט פראבירט צו עפענען נאך גאסן אין צילייגען נאך מייקס אבער די שטראם פין אזא ציבור בליעה''ר איז געווען אסאך מער בליעה''ר

דער עולם האט געדארפט זייער לאנג ווארטען אויף די באסעס
מ'האט געניצט אין וומ''ס די פלאטע פין צווישען 20 אין 30 באסעס פין די מוסדות
די פילע באסעס פין די פאפא מוסדות (ותשח''חל), אין שווארץ באסעס,

אין ק''י האבען די באסעס אינגאנצען נישט געקנט נאכקומען דעם ציבור, טראץ וואסי די בחורים האבען געניצט מאנסי טרעילס
 
אזוי אויך זענען געווען צענדילגע באסעס פין ב''פ אין פין מאנסי אין אנדערע געגענטער

א גרויסע עולם האט געקענט קומען מיט די אייגענע קארס ווייל די פארקינג בארגרעניצונג איז געווען סוספענדירט

עס איז א זעלטענהייט אז א פראטעסט נאכדערצו אזא מאסען פראטעסט וואס איז געווארען ארגענזירט פין דאנערשטוג מיטוג ביז מאנטוג מיטוג זאל קלאפען אזוי גיט ב''ה

נטרונא האט שטארק ציגעהאלפען - ווי אייביג, עס איז געוווען א געוואלדיגע קידוש ד'

א ריזיגער סקרין איז געווען אויפגעשטעלט פאר די אויבן אן, ווייזענדיג די שוידערליכע צענע'ס פין די רשעות'דיגע פאליציי, וועלכע האט געצויגן פילע דורכגייער'ס אינטערעסע

די עסקנים האבען אראפגעלייגט א מאסיווען ארבעט
מיט רעכטע סייעתא דשמיא

כל דבר שהוא לש''ש סופו להתקיים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 05:11 לינק ישיר 

סקאט, ביי דיר איז ויאמינו בה' א סתירה מיט ובמשה עבדו,
ביי אונז איז דאס איינס, מען איז געגאנגען מוחה זיין אקעגק דעם
ברוטאליטעט פון די ציונים, אבער קיין איין זאלי איז דארט נישט געווען,
אפילו די ערלעכע פון זיי, און די וועסט נישט לייקענען אז דאס איז געווען
עפעס א שטיקל טעסט, מען האט ארויף געקיקט אויפן סטעיטש, קיינער
פון די לישקע איז דארט נישט געווען, נישט קיין איצל גליק, נישט קיין מיילעך
שטערן, נישט משה דוד נידערמאן, פנים חדשות באו לכאן, אויב איז דאס
געווען אויסדריקלעך נאר א פראטעסט אקעגן די ציונים, ווי איז ר' זלמן לייב
פיליפ געווען? ווי איז ר' שייע יאנקל שטויבער געווען, וואס? די ציונים שרעקן זיך
נאר פון וואשינגטאן?,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 05:16 לינק ישיר 

ס'נישט פנים חדשות בואו
ס'געווען כולו קודש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 06:38 לינק ישיר 

את אשר יגורנו בא!

דא האט איר די פשוטע סיבה פארוואס די זאלי'ס האבען געקענסעלט זייער פראטעסט אין וואשינגטאן.

אין דעם ווידיאו האבען זיי צוזאמענגעשטעלט די פראטעסט פון די ארונים און להבדיל פון די אראבער אלעס אינטער די זעלבע העדליין PROTEST OVER SHIP RAIDED IN ISRAEL.

יעצט זעט מען כמה גדולים דברי חכמים אז יעצט איז נישט די צייט ארויסצוגיין פראטעסטירען.

&nbsp;<embed type='application/x-shockwave-flash' salign='l' flashvars='&amp;titleAvailable=true&amp;playerAvailable=true&amp;searchAvailable=false&amp;shareFlag=N&amp;singleURL=http://wpix.vidcms.trb.com/alfresco/service/edge/content/4a3c1cb5-ec1a-4f5c-9f70-7a1fe513db65&amp;propName=wpix.com&amp;hostURL=http://¬₪¸.wpix.com&amp;swfPath=http://wpix.vid.trb.com/player/&amp;omAccount=tribglobal&amp;omnitureServer=wpix.com' allowaccess='always' allowfullscreen='true' menu='true' name='PaperVideoTest' bgcolor='#ffffff' devicefont='false' wmode='transparent' scale='showall' loop='true' play='true' pluginspage='http://www.macromedia.com/go/getflashplayer' quality='high' src='http://wpix.vid.trb.com/player/PaperVideoTest.swf' align='middle' height='450' width='300'></embed>



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 06:44 לינק ישיר 

אפשר קען איינער ברענגען א פונקטליכע באריכט ווי אזוי מען האט צוזאם געשטופט די 35 טויזענט אידן נעבעך אין די קארגע 4 בלאקס? (נאר די סיידוואלק)

כ'האף מען האט גיקענט געהעריג אטעמען...

גראדע אויף די ווידיאוס זעט אויס אפילו די שמאלע בלאקס גאנץ בריוח!
 
כ'מיין אז דאס פארדינט שוין א עקסטרע אשכול- אזא נס!
עומדים צפופים ומשתחווים רווחים - אין אונזערע צייטן, און נאך אפגעכאפט אויף א ווידיאו!...

ערנסט גערעדט, די פיקטשורס און די ווידיאוס שטימען בכלל נישט מיט די אהרונים'ס עקסייטמענט דא.

פילייכט איז זייער עקסייטמענט נאר דא אויף היידפארק?

 

דאונט ווארי, איך מיין סתם לקנתר.

ערנסט גערעדט, קיינער וויל נישט געבן א שטיקל רעפארט?

איה"נ רוב כלל ישראל איז דארט געווען, אבער ס'איז דאך דא ליידער אידן וואס האבן נישט געהאט די זכיה זיך משתתף צו זיין.



תוקן על ידי אומזיסט ב- 01/06/2010 07:05:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 06:46 לינק ישיר 

איך קען נישט פאררעכטען די פריערדיגע תגובה, דא האט איר די לינק.

http://www.wpix.com/videobeta/4a3c1cb5-ec1a-4f5c-9f70-7a1fe513db65/News/RAW-VIDEO-Protests-Over-Ship-Raided-in-Israel



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 07:13 לינק ישיר 

אימזינסט כ'וועל דיר זאגען דעם אמת כ'האף אז דאס וועט דיר לאזען גיין שלאפן ניטעמאל אויפן סיידוואק איז מען געשטאנען נאר בלויז אויפן בייק לעין קוק גיט אויפן קליפ אויב איז ביי די באלל קעגן די קדושי טאלעדא געווען 10000 מענטשן איז דא געווען נישט 45 טויזענט נאר 55 טויזענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 16:33 לינק ישיר 

היראים ווען האסטו בר מצוה?


קליין קעפיגער קינד וואס דו ביסט. 'שוטה' אויף דיר איז נישט דאס ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 20:08 לינק ישיר 

זאג נאר ביסטו אפשר א שוואגער מיט נפל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברוך המקדש שמו ברבים!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext