בית פורומים כל העולם כולו

באריכטן אין די מידיא?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2010 00:18 לינק ישיר 
באריכטן אין די מידיא?

ווי ווייט איך זעה איז עס נישט באריכטעט
אויב איינער טרעפט עס ערגעץ ביטע דא לייגן א לינק



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 00:21 לינק ישיר 

ס'קען זיין אז די מדינה שמירט זיי אונטער
אדער ווייל זיי האבן אנדערע גרויסע נייעס פון א"י צו באריכטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 00:30 לינק ישיר 

NEW YORK, USA: Orthodox Jewish demonstrators protest against the government of Israel outside the Israeli mission to the United Nations, in New York, May 31, 2010. Protestors claim the government run by Israel’s Prime Minister Benjamin Netanyahu is desecrating grave sites by allowing construction atop an ancient cemetery in the coastal town of Ashkelon.



נאר וועגן חיטוטי שכבי שטייט דא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 00:43 לינק ישיר 

דו שרייבסט נישט פון וואו דאס קומט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 00:49 לינק ישיר 

די מדינה פלעגט אונטערשמירן די מידיא ווען דער איד פלעגט פארקויפן 40,000 קאפיס א וואך און אין ארמארי כ"א כסלו פלעגט מען אנגרייטן 10,000 בענקלעך און ביי יעדע דעמאנסטראציע זענען ארויסגעקומען צווישן 25,000 און 35,000 מענטשן, און 125,000 מענטשן זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם ברך משה אין דעם לעכל פון ככר השבת, און סאטמאר האט געהאט א האלב מיליאן מעמבערס אין די וועלט.

היינט צוטאגס איז דער עולם מער רעאליסטיש און מען לעבט מער נישט אין פאנטאזיע וועלט.

די מידיא באריכטעט נישט איבער דעם פראטעסט ווייל ס'איז נישט קיין נייעס אין מאנהעטען וואו ס'קומען יעדן טאג פאר פראטעסטן. די סאטמארע פראטעסטן זענען בכלל זייער באורינג. רוב רעדנערס רעדן אין א שפראך וואס די מידיא פארשטייט נישט, טייל עולם זיצט און אנדערע שרייען אביסל פוי - זאכן וואס מען זעט נישט ביי קיין נארמאלע פראטעסט. בקיצור ס'איז נישטא קיין שום עקשאן אז ס'זאל ציען איינעמ'ס אינטערעסע.

ווען נטורי קרתא מאכט א מאוו מיט זייערע פופצן און א האלב מעמבערס מאכט עס אלע העדליינס, ווייל זיי זענען עקספערטס אין פובליק רילעישאנס און ווייסן צו טאן עפעס א מאדנע אדער קאנטראווערשאל זאך צו ציען אינטערעסע.

אגב, אויב איינער ווייסט א נאמבער פון עמיצן אין די מידיא וועמען מען קען רופן צו אפפערן געלט אז זיי זאלן נישט שרייבן קעגן די מדינה זאל ער עס ביטע מעלדן פאר דעם פי אר אפיס פון דעם פריים מיניסטער אין מדינת ישראל. זיי זוכן גאר נויטיג אזא מענטש. דאכט זיך אז חוץ פאקס ניוס איז נישטא קיין איין אמעריקאנער מידיע סטאנציע אדער צייטונג וואס האט ליב מדינת ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 00:54 לינק ישיר 

נעכטן פרעגט מיר עמיצער, וויאזוי קען מען מאכן אז די מידיא זאל באשרייבן דעם פראטעסט אבער גוט.

מיין אנטווארט איז געווען:

דו האסט עטליכע אפציעס, קלויב זיך אויס וועלכע דו ווילסט, וועסט ווארשיינליך אנקומען אין סענטראל בוקינג, אבער העדליינס וועט זיין איבעראל !

1) כאפ אראפ א היטל פון א  פאליסמאן, און שיס עס אוועק און נעם זיך אנטלויפן. מ'וועט דיר נאכלויפן און דו וועסט דיך אויסמישן מיט די אנדערע פראטעסטירער.

2) לייג זיך אראפ אויף די גאדער, און שטעל אפ דעם טראפיק אויף די 2'טע עוועניו!

3) גיי אריבער די גאס צו די זייט פון די איזראעליש קאנסטולאט, און ברעך אויס א פענסטער !

אזוי ווי דער צו וועמען איך האב גערעדט האט נישט געהאלטן ביים טאן קיין איינס פון די 3 זאכן, און אזוי אויך האט קיינער דאס נישט געוואלט טאן, האט די מידיא נישט געפונען פאר וויכטיג פארוואס צו באריכטן דעם פראטעסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 01:11 לינק ישיר 

דערפאר טאקע האט די התאחדות הרבנים באשלאסן אז דאסמאל ווען דער פרעימער מיניסטער האט געזאלט זיין אין וואישנגטאן אמעריקע'ס הויפט שטאט, זאל דער ציבור ארויספארן אהין צו א מאסן דעמאנסטראצע וואס וואלט זיכער פיל מער געצויגן די מידיא אינטערעסן און עס וואלט געהאט א הילכיגע וועלטס אפקלאנג.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 01:15 לינק ישיר 

ס'האט גארנישט צו טוהן מיט ליב האבן די מדינה
ואדרבה אויב יעדער חוץ פאקס האט זיי נישט ליב וואלטן זיי דאך עס געדארפט באשרייבן
ווייל עס באשמוצט דאך די מדינה אז מ'פראטעסטירט א קעגן איר
נישט אזוי זיסקייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 01:21 לינק ישיר 

לא לנו.

מאך משוגע א צווייטן.
התאחדות האט נישט געמאכט קיין שום הפגנה די לעצטע 10 יאר.
ס'איז ארונישע מערכה' פירער און זאלונישע פירער.

די זאלונים האבן דאסמאל געכאפט א געזונטן פליק פון די ארונים און די זאליס האבן געמוזט מאכן א בואו בשלום.

קיין איין אסיפה איז נישט געווען אין סאכעס. קיין איינס, איז ווערט געמאכט דורך מיילעך שטערן, יצחק גרינפעלד און מיכאל ברילל.

און אלע אסיפות איז ריין פאליטיק, גארנישט קיין כבוד שמים, גארנישט קיין קנאות !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 01:23 לינק ישיר 

צווייטנס דו טראכסט אפשר אז אין וואשינגטאן קומען נישט פאר קיין פראטעסטן יעדן איינציגן טאג?

פארוואס זאל  מען באשרייבן (חוץ באצאלטע עדס) א פראטעסט וואס קומט פאר בערך 4 בלאק אוועק פון ווייסן הויז.
חוץ אויב יאסעלע פליט וועט זילך אויפרייסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 01:28 לינק ישיר 

ווי שלעכט האסטו געזאגט גוטזאגער!


אין בין נישט אויסן צו פארענטפערן התאחדות און מסביר זיין פארוואס און בכלל ווען זיי האבן געמאכט פראטעסטן, אבער דאסמאל אויב זיי האבן פאררופן א פראטעסט, (אמת'דיג? ס'נישט געווען ביי זיי דער פאררופונג? נאר וואו?) און טאקע פאררופן מיט א אויסגערעכענטע שריט צו גיין אויף וואשינגטאן, דאן קומט זיי דער קרעדיט.

און איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט וועגן ארונישע פירער אדער זאלונישע. און פון וועלכע פליק רעדסטו?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 01:42 לינק ישיר 


איך זעה אז די פארשטייסט נישט, וועל איך מאכן אזא מין Q&A
פראגעס און ענטפערס:

1)
פ) ווער האט גערופן א פראטעסט קיין וואשינגטאן?
ע) מילך שטערן, יצחק גרינפעלד און מיכאל ברילל. (זאלונישע היץ קעפ)

2)
פ) פארוואס עפעס וואשינגטאן?
ע) די ארונים האבן זיי אויסגעכאפט מיט'ן פאררופן א פראטעסט אין מאנהעטן אויף ב' שלח.

3)
פ) נו וואס איז אז די ארונים האבן פאררופן א דעמאנסטראציע?
ע) מען זיי פיקסן, און ווייזן אז מ'וועט נישט גיין מיט זיי.

4)
פ) פארוואס האט מען געמוזט צוריקציען?
ע) ווייל ביבי האט געמאלדן אז ער פליט אפ אהיים, און מ'קען נישט שלעפן די קעלבלעך נאך אזא דורכפאל.

5)
פ) וואס וועט זיין די ספין?
ע) אז מ'האט צוריקגעצויגן עפ"י הוראות הרבנים, ווייל עפעס א פרישע געבאקענע מלחמה וואס האט אויסגעפלאצט.

6)
פ) וואו פלעגט מען  מאכן אמאל די פראטעסטן?
ע) אין מעדיסאן סקווער גארדען, און מאהעטן סענטער און אנדערע זאלן.

7)
פ) זענען די ציוניסטישע פירער געווען דעמאלט אין מעדיסאן סקווער גארדען?
ע) ניין.


8)
פ) וואו קומען פאר די פראטעסטן אין וואשינגטאן "קעגנאיבער" דאס ווייסע הויז?
ע) בערך 4 בלאק אוועק. צוליב זיכערהייטס מאסנאמען. די מייקס ווערן דארט קאנטראלירט, אז עס טאר נישט זיין זייער הויך.

9)
פ) וואו אפט קומען פאר פראטעסטן אין וואשינגטאן?
ע) הונדערטער יעדן איינציגן טאג.

10)
פ) האט א פראטעסט אין וואשינגטאן מער קאווערעדזש?
ע) ניין. און נאכאמאל ניין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 02:07 לינק ישיר 

זיי מיר מוחל, אבער איך טרעף נישט קיין איין גוט-ווארט אין דיינע 10 שורות.


אנטשולדיגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 08:53 לינק ישיר 

די לעצטע 20 יאר האט די מידיא כמעט קיינמאל נישט באריכטעט די פראטעסטן וועלכע קומען פאר קעגן די מדינה. ס'איז שוין היינט נישט קיין נייעס, און קיין סענזאציע. אזויווי זיסקייט האט געזאגט, נטורי קרתא איז סענזאציע באקומען זיי מידיא אטענשאן, און דאס איז די הויפט סיבה פארוואס זיי טוען עס, אבער למעשה טוען זיי נאר פארדארבן ווי רביה"ק זי"ע האט געווארנט.

ליידער האט די ציוניסטישע לאבי א מורא'דיגן כח אין די מידיא, און אונז האמיר ווייט נישט דעם קאנטער-באלאנס וואס די אראבער האבן צוביסלעך אויפגעבויט אין די מידיא צו ענטפערן די ציוניסטישע אטאקעס קעגן זיי.

ס'איז יתכן אז אויב סאטמאר וואלט געווען פאראייניגט, און די מלחמה קעגן ציונות וואלט געווען וויכטיגער ווי די אינערליכע געפעכטן, אז מ'וואלט שוין געקענט האבן געטראפן א וועג צו באלאנסירן זייער כח אין די מידיא, אבער ביזדערווייל זענען מיר כננס בפני הענק.

ס'איז ברור כשמש אז ווען די זאליס מאכן ווען זייער פראטעסט אין מאנהעטן וואלט עס פונקט אזוי נישט געווען באריכטעט, עי' ערך פראטעסט פון התאחדות הרבנים פיר יאר צוריק. יתכן אז דער וואשינגטאן פראטעסט וואלט יא עפעס אויסגעמאכט, ווייל דארט איז מען שוין נישט געווען באלד 30 יאר, און יתכן אז אפאר הונדערט ראבייס אויף פענסילוועניע עוועניו וואלט געווען א בייז וואונדער. יתכן.

איך האב נאר געטראפן איין לינק וואו ס'איז געווען באריכטעט:
http://news.xinhuanet.com/english2010/world/2010-06/01/c_13326534.htm
און דארט שטייט זייער קלאר אז ס'איז געווען 2 באזונדערע פראטעסטן. און אז אונזער פראטעסט האט גאר פארשאטנט דעם אראבישן פראטעסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 17:30 לינק ישיר 

עס איז מיר אינטערסאנט אז דער עולם דא ווייסט נישט, אבער דער פראטעסט איז געווען געדעקט דורך אלע גרויסע TV סטאנציעס, יענע נאכט אום 11:00.

מען האט אסאך נאכגעהערט פון פרעמדע וועלכע האבן דאס געזעהן.

אויסער דעם איז דאס אויך דא אין געוויסע סייט'ס:



*   *   *



Orthodox Jewish demonstrators protest

Orthodox Jewish demonstrators protest against the government of Israel outside the Israeli mission to the United Nations, in New York, May 31, 2010. Protestors claim the government run by Israel's Prime Minister Benjamin Netanyahu is desecrating grave sites by allowing construction atop an ancient cemetery in the coastal town of Ashkelon

*   *   *


Across 42nd Street from the freelance anti-Israel demonstrators and across the avenue from the mission, on the Northwest corner of the intersection, a protest of a few thousand Orthodox Jewish men in broad-brimmed black-hats and long black coats demonstrated against the "desecration" of graves in Israel.

They were protesting against a relocation of ancient graves in southern city of Ashkelon to make way for construction of a hospital emergency room. The demonstrators believe the graves are Jewish bones that should not be moved.

The demonstration prepared more than a week in advance, a police offer told Xinhua, was complete with mammoth video screen and a booming sound system that relayed speakers' remarks for four blocks up Second Avenue, where hundreds of the demonstrators lined the west side of the avenue.

*   *   *

http://english.cri.cn/6966/2010/06/01/189s573599.htm

Across 42nd Street from the freelance anti-Israel demonstrators and across the avenue from the mission, on the Northwest corner of the intersection, a protest of a few thousand Orthodox Jewish men in broad-brimmed black-hats and long black coats demonstrated against the "desecration" of graves in Israel.

They were protesting against a relocation of ancient graves in southern city of Ashkelon to make way for construction of a hospital emergency room. The demonstrators believe the graves are Jewish bones that should not be moved.

The demonstration prepared more than a week in advance, a police offer told Xinhua, was complete with mammoth video screen and a booming sound system that relayed speakers' remarks for four blocks up Second Avenue, where hundreds of the demonstrators lined the west side of the avenue.

True Torah Jews sponsored the demonstration, highlighted by a phalanx of young men in traditional garb topped by sack cloth, carrying empty, black-draped, simulated coffins and chanting in Hebrew.


*   *   *

American Orthodox Jews Protest Against Israel over Graves

*   *   *


Orthodox Jewish demonstrators protest against the government of Israel outside the Israeli mission to the United Nations, in New York

*   *   *



תוקן על ידי FiveBoro ב- 02/06/2010 17:43:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 21:59 לינק ישיר 

יעצט געהערט אויף קול סאטמאר צוויי צוויי איינס פון די הויפט מעניו
ווי יוסף לייב יאקאב און נאך איינער פון די עסקנים זאגן אז ס'האט געהאט א שטארקן אפקלאנג
ווי אויך רעדט ער דארט ארום וועגן שעת מלחמה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באריכטן אין די מידיא?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext