די שקר פונעם מסלף הרב מנשה פילאפ אין דער איד
רבינו הקוה"ט זי"ע די וואך אין די ערשטע תורה אין דברי יואל, ברענגט די רש"י אויף וואס די גמ' זאגט ולא תתרו אחרי לבבכם זו מינות, זאגט רש"י: אותם ההופכים טעמי התורה למדרש טעות ואליל. אין די רבי רעדט דארט ארום באריכות אז די וואס זענען מסלף דברי אלקים חיים איז דאס מינות.
לעינינו אין דער איד די וואך, ווילענדיג זיך פארענפערן פארוואס זיי האבן נישט געמאכט זייער פראטעסט אין וואשינגטאן, אנשטאטס צו זאגן א פשוטע נארמאלע טעם אז נתתי' שר"י איז אהיים געפארן האט שוין נישט געהאט קיין פשט צו גיין אויף וואשינגטאן.
זענען די מסלפי דברי אלקים חיים בראש פונעם מסלף הרב מנשה פילאפ אין מסלף מיילך שטערן, אויפגעקומען מיט א שקר גס אז ס'איז א שעת מלחמה אין מ'האט נישט אין מען האט געמוזט מבטל זיין די פראטעסט ווייל רביה"ק זי"ע האט אויך מבטל געווען בשעת מלחמה, די גאנצע סילוף איז נאר אז מ'זאל קענען שרייען אז די פראטעסט וואס איז פארגעקומען בראשות כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט נישט געטארט פארקומען.
אבער ס'לאזט זיך נישט גלייבן ווי נידריג די מסלפים זענען אין שעמען זיך נישט אפצולייקענן שמש בצהרים ביי זיי איז נישט דא די כלל פון כל מלתא דעבידא לגלוי לא משקרי אינשי, שרייבט ר' מנשה מסלף אין זיין ארטיקל, תמצית הדברים, אז תשכ"ז האט מען אין חודש אדר באשטימט צו מאכן א גרויסען פראטעסט, ווערווייל אבער זענען געקומען פארמיטלער פארהאנדלען האט די רבי אפגעשטופט די פראטעסט אויף עטליכע וואכן נאך פסח, סוף כל סוף אבער האט מען נישט געקומען צו א אויסגלייך.
פון דא ווארט ביי ווארט פון ר' מנשה מסלף: דער רבי האט דאן באשטימט א פרישען טערמין אין חודש אייר פאר די דעמאנסטראציע, דערווייל האט אבער אינצווישן אויסגעבראכן דער קריזיס אין מיטל-מזרח, נאך דעם וואס די ציוניסטן האבן אראפגעשאסן 5 סירישע מיגס און עגיפטן האט פארשפארט דעם סועץ קאנאל און האט פארשיקט די יו. ען. סאלדאטן פונעם סיני האלב-אינזל, און די לאגע איז געווארן זייער אנגעצויגן. אין אזא שעת חירום האט מרן זצ"ל דעמאלס מבטל געווען די דעמאנסטראציע, אייזעענדיג אז איצט איז נישט די פאסיגע צייט. און געציילטע וואכן שפעטער האט אויסגעבראכן די זעקס טאגיקע מלחמה.
ס'איז דאן געווען גרייט א ריזיגע פיקעט פון פרויען און מיידלעך קעגן די "הדסה" פרויען ארגאניזאציע, אבער אין די לעצטע מינוט איז עס אפגערופן געווארן לויט די הוארה פון מרן זצ"ל. די נייעס איז געווען באריכטעט אין "דער איד" עש"ק בחוקותי תשכ"ז ווי פאלגענד:, ביז דא ווארט ביי ווארט פונן מנשה מסלף
ער ברענג דארט א קאפי פין דער איד בחוקותי תשכ"ז אז מ'האט אפגערופן די פרויען פיקעט. משנה אויב האסטו יא די אלטע אידן פין תשכ"ז פארוואס האסטו נישט ארויסגענומען דער איד פין 2 וואכן פריער פרשת אמור תשכ"ז ווי ס'איז באריכטעט אויף די העדליין "טויזענטער פיקעטן די "הדסה"????
די זעלבע מיטן מסלף מיילעך שטערן שרייבט אויך אז מ'האט מבטל געווען די פראטעסט דעמאלס.
על הכלל כלו יצא אויף די צוויי שקרנים ומסלפים וואס האלטן אז נאר זיי קענען דעם רבין'ס ז"ל שיטה, אז אלעס וואס זיי זאגן אין פארקויפן איז שקר וכזב אין נאר וואס שטימט מיט זייער פאליטיק איז גוט, אין אויב דער אמת איז פארקערט וועט מסלף זיין אין מאכן א שקר.
מכאן הקריאה יוצאת צו ר' מנשה פילאפ, ושתפו המסלף מיילעך שטערן נעמט אראפ ענקערע שמיציגע הענט, פין רביה"ק זי"ע פארקויפט נישט ענקערע שקר און זיין נאמען, בקהלם אל תחד כבודי.
קאפי פין דער איד די וואך, ווי דער שקרן ומסלף ברענגט אז מ'האט מבטל געווען די פראטעסט
קאפי פין דער איד אמור תשכ"ז, ווי ס'שטייט אז ס'איז יא געווען א פראטעסט, וואס דער שקרן אין מסלף האט נישט געברענגט, דא אין דער בלאט די וואך.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/06/2010 19:04:22
 |
|
|