ענדליך!! זאליס שרייבן אונטער שטרי בירורין!
ענדליך ענדליך נאך אזוי פיל יארן וואס די זאליס זענען שוין מחלל שם שמים מקצה העולם ועד סופו, מיט די שרעקליכע מסירות והליכות לערכאות הציונים בג"ץ, בלי היתר בי"ד, קעגן מוסדות יטב לב דסאטמאר בני ברק, וואס רביה"ק זי"ע האט געגרינדערט מיט מסירות נפש, און נאכדעם וואס גדולי פוסקי דורינו שליט"א האבן געשריבן שארפע בריוון דערקעגן, און די ריזיגע עצרת מחאה אדירה נגד ההליכה לבג"ץ בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג.
און נאך דעם גאר שטארקע דרוק פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס האט געסטראשעט די זאליס אז מארגן מאנטאג אז עס איז נישט דא קיין שטרי בירורין קומט ער ארויס גאר שארף קעגן זיי, און ער האט געהייסען הנגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א צו פארלענגערען זיין נסיעה.
איז ענדליך אנגעקומען דער טאג וואס די אומגלויבליכע האט פאסירט...!
די זאליס האבן היינט זינטאג קרח ענדליך בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין!!!
נאכמאל נישט צום גלייבן
די זאליס האבן היינט זינטאג קרח ענדליך בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין!!!
דאס אומגלויבליכע האט פאסירט...!!!
היינט צופרי האבן די זאליס אונטער געשריבען שטרי בירורין ובראשם רז"ל, די סיבה פארוואס זיי האבן עס געמאכט שנעל היינט צופרי, ווייל דער תימן'נער טאלער האט איינגעלייגט וועלטן אז די זאליס זאלן נישט אונטער שרייבען, ווייל דאס מיינט א סוף צו זייין זאל, ער איז אנטלאפען שבת קיין שווייץ, ער האט געהאלטען וויבאלד ער איז נישט דא וועט מען נישט אונטער שרייבען.
אבער מוצאי שב"ק האט אים די זאליס געזאגט אז זיי האבן נישט קיין ברירה זייי זענען אין קארנער און מיזן אונטער שרייבען, ער האט זיי געווארנט אז זיי זאלן בשום אופן נישט אונטער שרייבען, ער האט געכאפט א פליגער קיין ניו יארק, ווי ער איז געקומען צו פליען, אפצוהאלטען פון אונטער שרייבען, די זאליס זענען געוואור געווארן אז ער איז אויפען וועג, האבן זיי שנעל גע'חתמ'ט שטרי בירורין פאר ער קומט אן אז ער זאל עס נישט קענען שטערן.
איצט איז ער אנגעקומען און ער האט געכאפט אן אטאקע ווען ער האט געהערט די ביטערע נייעס, אז די זאליס האבן שוין אונטערשריבען ער שעלט און שימפט, אויף וואס די זאליס האבן אים אויסגעשפילט, ער סטראשעט אז ער לאזט איבער די הייזער וואס ער האט געקויפעט אין בני ברק פאר די זאליס, אבער די זאליס לאכן פון אים ווייל ער ליגט דארט מיט שווערע געלעטער עיסקא פאר מענטשן, און עס איז היינט אסאך ווייניגער ווערט ווי די גאנצע עיסקא געלט וואס ער איז שולדיג.
 |
|
|