בית פורומים כל העולם כולו

"סוער פראטעסט": היסטארישע ווענדפונקט אין וועג אראפ פון "תורה חדשה"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2010 06:01 לינק ישיר 
"סוער פראטעסט": היסטארישע ווענדפונקט אין וועג אראפ פון "תורה חדשה"

נאך קיינמאל פריער אין די אידישע היסטאריע האט נישט פאסירט אזא זאך אז מ'זאל אפהאלטן א 'פראטעסט' קעגן א איד א שומר תומ"צ, ווער רעדט פון א מנהיג רוחני פון טויזנטער אידן יראים ושלמים, מיט אזא 'ערנסטקייט'.

ממש נישט ווייניגער נישט מער, טאטעס האבן געברענגט קליינע קינדער זיי אויסצולערנען 'מצות מחאה'; אידן מיט בארד און פיאות האבן געזאגט שמע ישראל און ה' הוא האלקים אין סאמע צווישן פון שרייען פוי אויף א איד א שומתומ"צ און די הינט בילעריי; און העכער הונדערט אידן האבן צוויי שעה זיך אויסגעכארכלט ביז צום הייזעריג ווערן מיט דעם זעלבן אייפער וואס ערליכע אידן זענען מוחה קעגן די גרעסטע רשעי עמינו.

און דאס איז שוין קעגן די מפורש'ע הוראה פון זייערע אייגענע א.ג. 'רבנים', וועלכע האבן זיי קלאר געזאגט ווינטער ביי די ספרי תורה צירקוס אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן אזא סארט פראטעסט.

און דאס אלעס איבער וואס? א סעפטיק סוער! פון א בנין וואס זיי האבן געגנב'עט און זיי ווילן דערויף נישט קומען צו קיין דין תורה!

צו די מענטשן איז נישטא וואס צו רעדן, און איך פרוביר ניטאמאל. ביי זיי איז דאך במילא אסור אויסצוהערן אפילו די גרעסטע גדולי הדור טאמער ס'קרייציגט זיך מיט זייערע פריוואטע תאוות, אידישע ווי גוי'אישע.

כ'וויל נאר בעיקר ארויסברענגען דעם פונקט פאר יעדן נארמאלן מענטש (און דערפאר האב איך געמאכט א באזונדערן אשכול דערפאר), אז מ'זאל אנערקענען ווי נידריג און שמוציג א איד קען אנקומען איינמאל מ'לאזט זיך ארויס אויף דעם גליטשיגן וועג פון נישט פאלגן קיין שום רב בישראל, ווי זייער נייע תורה לויטעט פאר די לעצטע 30 יאר!


תוקן על ידי געגאנגען ב- 07/06/2010 06:02:52




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 06:21 לינק ישיר 

עס איז נישט צום גלייבן ווי ווייט א איד קען זיך דערקייקלען, א יעדער איד באשר הוא שם שטייט און שטוינט ווי שמוציג און פראסט א  איד קען זיך אויפירן, אזש ביזן זיך שטעלן פראטעסטירן קעגן א רבן של ישרא' מיט די גרעסטע מאס עזות וואס איז פארהאן.

אבער פון די אנדערע זייט באקומט א יעדער איד גרויס חיזוק ווען מען לערנט אין די וואכ'עדיגע פרשה ווי קרח ועדתו, די פארטרעטער פון אלע עזות פנים אין אלע דורות, די חמשים ומתאים איש, האבן געהאט זייער מפלה אין זיינער צייט, און אזוי אויך די אלע עזות פנים'ער אין אלע דורות.

פאר כלל ישרא' איז נישט קיין ספק אז די היינטיגע עזות פנים'ער וועלן זיכער האבן זייער מפלה בעפאר אונזערע אויגן. ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 06:49 לינק ישיר 

דא שמועסט מען אז זיי האבן געשריגן

LET OUR SAGES REST IN PEACE



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 06:55 לינק ישיר 

מיינסט ווארשיינליך צו זאגן לעט אוער "סוער" רעסט אין פיס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 18:47 לינק ישיר 

אזוי לערנערן'דיג היינט די פרשה, פרעגט דער אוהחה"ק, שטייט אין פסוק וַיִּקָּהֲלוּ עַל-משֶׁה וְעַל-אַהֲרן, וַיּאמְרוּ אֲלֵהֶם רַב-לָכֶם--כִּי כָל-הָעֵדָה כֻּלָּם קְדֹשִׁים, וּבְתוֹכָם ד' וּמַדּוּעַ תִּתְנַשְּׂאוּ, עַל-קְהַל ד', און גלייך דערנאך זאגט דער פסוק וַיִּשְׁמַע מֹשֶׁה, וַיִּפֹּל עַל-פָּנָיו. אויב עס איז ויאמרו אליהם, איז דאך זיכער וישמע משה.

פאר מיר איז דאס שוין פארענטפערט געווארן, נעמליך, וַיִּקָּהֲלוּ עַל-משֶׁה וְעַל-אַהֲרן מיינט מען אוודאי אז זיי האבן געמאכט א פראטעסט, און דארטן איז דעווען דער וַיּאמְרוּ אֲלֵהֶם רַב-לָכֶם. ברויך דער טאקע פסוק באזונדער לאזן הערן אז וישמע משה.

אזוי איבערגייענדיג די גאנצע קרח ועדתו, קען מען באשיינפירליך זעהן וויאזוי זיינע היינטיגע נאכשלעפער באנוצען זיך טאקע ליידער מיט לצנות פון די גאנצע תוה"ק, און וועלן מאכן פראטעסטן אבער זיך שטעלן צו דין תורה? מאן דכר שמי'? און טאקע מיטשלעפן בְנֵיהֶם, וְטַפָּם צו ווייזן ווי שטארק מ'ברויך זיך מוסר נפש זיין ח"ו נישט צו גיין צו דין תורה.

מען זעהט באשיינפירליך ווי עס ווערט מקיום די גמרא 'בעקבתא דמשיחא, חוצפא יסגי', זאלן מיר שוין טאקע זוכה זיין וכל הרשעה כלה כעשן תכלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 18:58 לינק ישיר 

דער פראבלעם איז, אז יעדער האט צו זיין זייט דעם "משה רבינו", און די אנדערע זענען "קרח ועדתו"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 20:15 לינק ישיר 

איז מיר געעווען אינטערסאנט ווי קומט דאס צו אז אויף דעם לוחם מלחמת השם דער שר צבא קעגן דעם טמא'נעם מדינה און דער פאן טרעגער פון די יהדות החרדית דער סאטמאר'ער רבי שליט"א זאל - להבדיל אלף אלפי הבדלות - דער לץ שטערן זיך אויפשטעלן שרייען איז גאר דער מקור הציונות?

אויף דעם זאגט דער הייליגער קאצקער זי"ע, אז ביי אלע מחלוקת וועלן די בעלי מחלוקת באשולדיגן די צדיקים אין חטאים וואס זיי האבן נישט דעם קלענסטער שייכות. ווי מען זעהט ביי משה רבינו וואס די תורה"ק זאגט אויף אים והאיש משה עניו מאד מכל האדם, האט מען אויף אים געשריגן ומדוע תתנשאו על קהל ד', אז ער איז גאר דער בעל גאוה.

איז טאקע א כבוד פאר סאטמאר'ע אידן אז מען באשולדיגט דעם שר ההולך לפני המחנה מיט אט די באשולדיגונגען.

דער גרעטער רחמנות איז אבער טאקע קרח אליינס. ווי דער רבי ר' יונתן טייטשט "לקח מקח רע לעצמו", אז די אלע בעלי מחלוקת פארגלייכט מען צו קרח וועלכער איז פאקטיש געווען א גרויסער חכם, און דורך דעם מיינט יעדער אז קרח איז אויך געווען אזא ליידיג גייער ווי די אלע היינטיגע בעלי מחלוקת, און דאס איז דער מקח רע.

איך טראכט נאר אז קרח וואלט זיך זיכער געקענט לערנען פון די לצים וויאזוי צו באשמוצען משה רבינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 20:56 לינק ישיר 

א שאד צו רעדן
ווען מ'קוקט גיט קען מען זעהן אז מ'רעדט פין אימ-ציווילזירטע מענטשן, וועלכע האבען נישט די מינומאלע זעלבסט רעספעקט - ווי רביה''ק האט זיי גערופן 'קרעציגע' (אין נאך באמת איידעל גערעדט)


נעמען די אייגענע קינדער אין מלחמה, פינקט ווי די אראבער, הייסענדיג דערביי די קינדער שרייען די מיעסע לאזונגען
ס'הייבט זיך נישט אן דארט, אז זיי קענען מפקיר זיין זייער קינדער ביום חופתם אלס נאכצוקומען זייער ציל אין לעבן צו קענען זיך אריינרעדן אז טוהן אפ {כ''ק מרן ר'} אהרן ט''ב
נו פארוואס זאלען נישט זייערע תשב''ר פין קינדווייז ווערן אזוי אויפגצויגען

זארגט אייך נישט ביים גרויסען עצרת קעגן די מדינה זענען זיי קיינער נישט געקומען פאריגע וואך
דא שרייען זיי ניצענדיג די דברי ניאוף צו שרייען אימעראליש
אנמאכענדיג א זעלטענע חילול ד' פאר די פאליציי אנדערע גוים וועם זיי האבען אליין אראפגערופן ר''ל

יא! מיטן ברייטען היט האט מען גמסרט יודן שוין 20 יאר
יא! מיטן ברייטן היט האט מען גערופן אין קארט יודן שוין 20 יאר
יא! מיטן ברייטן היט איז מען שוין מחלל ש''ש 20 יאר

עס איז א כבוד צו זיין פארפיינטעט פין אזוליכע גרויליגע בריונים, קיין תורה אין מענטשהייט טרעפט נישט דארט די פלאץ ספציעל ווען די שנאה דיקטירט זיי

עס דערמאנט מיך גראדע א ענליכע פראטעסט דורך די אמאראלישע אין שיכון סקווירא
וועלכע האט גראדע אסאך יסודות'דיגע ענדליכקייטן צו די יעצטיגע סעלף העיטינג בני יואל

עס איז געווען א קלוגע שריט נעכטן זיי גענצליך צו איגנארין כאטשיג אויסעוויינג וואלט יעדער געשריגען אז מ'דארף מיט זיי טוהן וואס יעדע קהילה אין דער וועלט וואלט געטוהן מיט עזות פנים'ער
אבער נישט ווער מ'רעדט פין התגרות ''באומות'' ספעציעל פין אזעלכע פעלקער

אנגעהויבן פין מארגענשטערן ביז יוסל וואדלמאן די חילוק איז נאר די היט



תוקן על ידי היראים ב- 07/06/2010 20:59:23




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:27 לינק ישיר 

מ'דארף קיינעם נישט דערמאנען ווען די אימציוויליזירטע האבען אנגעהויבן מיט זייערע השחתה
די זעלבע זענען געווען אין די צייטן פין רביה''ק ז''ל נאך פאר 40/50 יאר ציריק - זיי מיט זייערע עלטערן
די רציחה אין שפיחת דמים וואס 8 בענדער פין שלמה יענקל וואלטען נישט געווען אפצושרייבן וויפיל בלוט זיי האבען פארגאסען פין 'רבנים' אין ת''ח אין סתם יודן וועלכע ס'איז געפאלען פאר זיי א קרבן
לדוגמא, געדענקט איר די שטויסעס ווי דער היינטיגער סקווירא רבי שליט''א האט געכאפט וויייל זיי האט נישט געפאלען זיין וועג פין רעדן
נישט אימזינסט האבען די שענסטע הויז בחורים פין רביה''ק ז''ל איבערגעלזאגט די 'שטוב מענטשן' לדוגמא: נאנאשער רב, זיין ברודער, ר' עקיבה וויינשטאק וכו'

אין זיי האבען נאך ממשיך געווען ביתר שאת בימי רביה''ק בעל ברך משה ז''ל
ווען פין איין מיניט האט זיי וויי געטוהן די סקול דיסטריקט אין די צווייטע זייט האבען זיי פארלאנגט פונעם שופט איינצוזעצן יודן אין תפיסה וועגן קאנטענמפט
ביז די יעצטיגע פאל ווען זיי ווילן זיך בשו''א נישט שטעלן צו די''ת אין קלאגען אין קארט אין מרים יד בתורה משה טאג טעגליך

אלעס בהשגחת זייערע מנהיגים הרב יוסל וואלדמאן הרב יואל מארגענשטערן אין הרב זלמן לייב טייטלבוים

נו! אז אזעלכע מענטשן שרייען, דארף מען ענטפרן?

עס איז געווען זיס צו קוקען ווען די 13/14 בחורים שרייען WE WANT STATE POLICE אין אינמיטן קומט א 'סטעיט טרופער' מיט א הונטעל אין אלע הינטעלעך זענען זיך צולאפען ווי קעצלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:29 לינק ישיר 

באקומען אין אישי
די זאלי'ס שיקען יעצט א שיף מיט הילף פאר בני יואל אין ק''י וואס ענהאלטען 2000 הענטליך פאר געלזער מיט הויזען טראגערס אין טיילענאל


תוקן על ידי היראים ב- 07/06/2010 21:42:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:37 לינק ישיר 

עס איז אינטערעסאנט צוצוגעבען ווי אזוי א פראטעסט ביי ציוויליזירטע מענטשען גייען צו אין וויאזוי די אומציוויליזירטע
ביי ציוויליזירטע מענטשען גייען די גרויסע קודם אין דערנאך די קליינע
ביי אומציוויליזירטע גייען די קליינע קודם אין די גרויסע וואקן נאך ווי בלינדע בהימות
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 21:49 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 21:52 לינק ישיר 

היראים כתב:
באקומען אין אישי
די זאלי'ס שיקען יעצט א שיף מיט הילף פאר בני יואל אין ק''י וואס ענהאלטען 2000 הענטליך פאר געלזער



פון די דרייסיג ראולס סקאטש טעיפ האסטו אינגאנצן פארגעסן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:53 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 21:54 לינק ישיר 

די מישמאשער אנקומענדיג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 22:56 לינק ישיר 

ס'איז ליידער א וועלט פון עזי פנים, מ'לערנט אויס די יונגע בחורים אויף חוצפה. און ביי ביידע פארטייען ווערט דאס א טאג טעגליכע חלק פון חינוך.

דערמאן דיך נאר ווען דער הייליגער מנהיג פון קרית יואל האט ארויס געשיקט די יונגלעך פון סקאנימאנק צו פראטעסטירן און פארשטיינערן דעם קארלסבורגער רב הרהגה"צ ר' יחזקאל ראטה זומער תשנ"ד איז געוועהן די זעלבע חורבן נאר ס'האט ליידער קיינער נישט געוואלט זאגן אז דער מנהיג איז נישט גערעכט. 

ס'איז ליידער א ביטערע וועלט און יעדער טייטעלט אויפ צווייטן אז יענער איז אזוי.
מ'דארף זיך אליין אויך מתקן זיין און מודה זיין אז חטאנו.

די הייליגע חכמים האבן דאס שוין געזאגט מיט טויזענד יאהר צוריק. ווי די גמרא ברענגט אין סוטה. פני הדור כפני הכלב. נערים פני זקנים ילבינו.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "סוער פראטעסט": היסטארישע ווענדפונקט אין וועג אראפ פון "תורה חדשה"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext