בית פורומים כל העולם כולו

זעקסטע און זיבעטע חתונה אינעם חתונה זאל אין וואדבערי !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2010 06:22 לינק ישיר 
זעקסטע און זיבעטע חתונה אינעם חתונה זאל אין וואדבערי !!!

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה ביי כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט בכלל, און איבער אנ"ש בוואדבערי והגלילות בפרט, אז אי"ה קומענדיגע וואך פרשת חקת וועט פארקומען די זעקסטע און זיבעטע חתונה אינעם הערליכן זאל "עטרת מאיר צבי" אין וואדבערי בת"ת דישיבה תורה ויראה "בני יואל" ד'סאטמאר, טראץ די אלע פריוונגען פון די אינשי דלא מעלי, און קורץ קעפיגע, צושטערן דאס זאל קענען צושטאנד קומען. 
 
די אלע מחותנים זענען פון די סלתה ושמנה דאס שטענסטע משפחות וואס קרית יואל פארמאגט
עס בלייבט נאר איבער צי וואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה, און זיידעס און באבעס, אז מען זאל זיך תמיד קענען פרייען נאר אויף שמחות געזונטערהייט. און זעהן אסאך נחת ביים דעם קינד און ביי אלע קינדער און אייניקלעך.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:31 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער איז שוין די "ווייט משמרת הדת" היינט אריבער צו די מחותנים ווארענען אז זיי זאלן נעמען רשות, און אויב נישט וועט מען דאס פארשרייבן אינעם "פנקס".

עס איז צום ערווארטן אז מען גייט יעצט ארויסלאזן א ספין אז מען האט געפרעגט רשות, נאר צוליב געוויסע סיבות קען מען נאך נישט ארויסגעבן די נעמען פון די מסדרים, כדי נישט צו האבן נאכאמאל דעם זעלבן דורכפאל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:47 לינק ישיר 

אה... דו ברענגסט ארויף אשכולות וואס געוויסע ווילן נישט זעהן דא היינט צוטאגס.

עס איז זיי שוין ניחא אלע פראטעסטן און איבערקערענישן אין קרית יואל און אין די שטאט, אבי דו זאלסט נישט רעדן פון די חתונות אין נייעם וואודבערי זאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 04:07 לינק ישיר 

מזל טוב מקודשת!!!

יעצט האט זיך גענדיגט די חופה פון די זעקסטע חתונה

דער מסדר קידושין איז געווען, הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס שליט"א, אב"ד אבני שלמה
זאל דער אויבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זעהן אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער, און עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים


אי"ה מארגן וועט פארקומען די זיבעטע חתונה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2010 05:04 לינק ישיר 

מזל טוב מקודשת.
 ר' משה יודא מייזעלס איז געווען מסדר קידושין ברשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, א באס אין ווילאמסבורג מיט קרובי המשפחה (בתוכם הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ובניו) האט געווארט ביז נאך די חופה צו זען צו ער גייט עס טאקע זיין, אדער גייט מען ווי ביי די פאריגע חתונה עס אוועקנעמען פאר די עבירה פון זיין א שליח, למעשה ווען מען האט געהערט אז ער איז געווען דער מסדר איז דער באס ארויסגעפארן צו די חתונה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 07:09 לינק ישיר 

וואס איז למעשה געווארן מיט די פאריגע שווארץ חתונה, איז עס כשר אדער נישט?
פארוואס נעמט מען אן א שווייגעניש, מיינט דאס אז ס'איז כשר אדער מ'קען פשוט נישט אראפשלינגען דעם דורכפאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 03:49 לינק ישיר 
מזל טוב מקודשת! זיבעטע חתונה אינעם חתונה זאל אין וואדבערי!!!

יעצט האט זיך גענדיגט די חופה פון די זיבעטע חתונה

דער מסדר קידושין איז געווען, כ"ק הגה"צ משארמאש שליט"א
זאל דער אויבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זעהן אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער, און עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים

עס בלייבט נאר איבער צי וואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה, און זיידעס און באבעס, אז מען זאל זיך תמיד קענען פרייען נאר אויף שמחות געזונטערהייט. און זעהן אסאך נחת ביים דעם קינד און ביי אלע קינדער און אייניקלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/6/2010 07:11 לינק ישיר 
AnashText: נוסח פון BRAKING AFTER BRAKING

געהערט יעצט ביי די חתונה:

 

ווער געדענקט נאך די לשונות!

"אינעם זיבעטן ריפ אריין"

"זיין מיינונג איז קיין מיינונג"

"ער איז א נער"

"עפרא לפומיה"

 

היינט ביי די חתונה האט קאשוי'ער רב זצ"ל'ס אן אייניקל מקיים געווען די אלע זאכן

"אינעם זיבעטן ריפ אריין" די זיבעטע חתונה


"זיין מיינונג איז קיין מיינונג" מען רעכנט זיך נישט מיט זיין רשות


"ער איז א נער" פירט זיך אויף ווי א קליין אינגל, איך בין די גרעסטע


"עפרא לפומיה" זיין רשות איז ווערט כעפרא דארעיה

אין אנדערע נייעס ווערט פארציילט אז הגה"צ ר' שמחה ישראל בלום שליט"א, האט אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון האברך ר' יעקב דוב כהן ני"ו, בן הר"ר שאול יצחק שליט"א, חתן הר"ר יצחק סרוגא שליט"א, און מחזק געווען זיך נישט צו שרעקן פון די אלע חוצים ובליסטראות וואס ווערן געצילט אנטקעגן זיי, נאכזאגענדיג מימרות וואס ער הערט געהערט פון זיין טאטע'ן זצ"ל און די שווערע זמנים.



תוקן על ידי נוטראלער ב- 16/06/2010 07:12:07




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/6/2010 07:21 לינק ישיר 

אנטשולדיגט נישט גאנצע זיבן
צוויי זענען זיכער געווען בשליחות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2010 13:28 לינק ישיר 

נאכן לאזן אזוי לאנג ווארטן כלל ישראל אין אנגסט נישט וויסענדיג צו ס'איז געווען כשר
האט קיט"ל ק"י ענדליך געמאלדן אז זיי ווערן פארשריבן אינעם פנקס טראץ זייער קומען בעטן רשות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2010 22:48 לינק ישיר 

קהל האט איינגעפירט אז מען לייגט נישט תיכף די נעמען, וויבאלד די חתנים האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען נישט בעה"ב אויף זייערע עלטערן (און אוודאי נישט אויף זייערע זאל-אייגנטומער) און זיי זענען אומשולדיג, האט קהל באשלאסן צו שיקן א בריוו צו יעדן פסול'ן פארפאלק וואו מען מעלד זיי איין דעם דאטום ווען מען וועט זיי אריינשרייבן אינעם פנקס, אויב זיי וועלן נישט מתקן זיין זייער קידושין.

די דאטום פאר די פאלקאוויטש-שווארץ פארפאלק איז געווען באשטימט אויף דעם פרייטאג, און אויף שבת האט קהל ארויסגעלייגט די נעמען.

וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 00:42 לינק ישיר 

כ'פארשטיי נישט. די עלטערען האבען דאך גענומען רשות....ס"ה האבען דאס די רשעות'דיגע זאל אייגענטומער נישט צוגעלאזט אין געצוואונגען צו נעמען דעם טשאט'ער רב. סאו פארוואס מאכען זיי נישט איבער די קידושין? זיי האבען דאך מורא פאר'ן פנקס....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 07:05 לינק ישיר 

זעהט אויס אז צוריק גייט א קאזע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זעקסטע און זיבעטע חתונה אינעם חתונה זאל אין וואדבערי !!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext