געוואלד! די ציונישע פאליציי האבן גע'הרג'ט ר' יהודה סיטון הי"ד
מוצאי שמחת תורה האבן זיך אפאר ליידיגייער אנגעטרינקען און ארויס אויף כיכר השבת אין ירושלים דאן איז פאליס אנגעקומען און גענומען פארטרייבן דעם עולם צווישן זיי אסאך אומשולדיגע דורכגייער און צווישן זיי א איד ר' יהודה סיטון פון בני ברק.
דער איד האט זיך דערשראקן צו וואס ער האט זיך אנגעשטויסן איז ער ארינגעלאפן און א בילדינג וואס איז געווען די נענטסטע אבער זיין מזל האט נישט געשפילט און פאליס איז אים נאכגעלאפן און פון גרויס בהלה איז ער אראפגעפאלן און געחלישט אבער די פארשאלטענע ציוניסטישע פאליציי האבן נישט נאכגעלאזט און אים געהאקט אין קאפ מיט א מורא'דיגע אכזריות!
פון דאמאלס האט ער געליטן ביז נעכטן איז ער נפטר געווארן!!!
עס איז דא א ווידיא פון א סטאר קעמערע ווי מען זעהט אלעס אבער דער עולם בלייבט שטיל. געוואלד!!!! פאליציי האט געהרג'עט א אומשולדיג איד! זיי האבן געוואסט אז ער איז נישט פון די טראבל מיעקער!
מען טאר נישט צולאזן אז אידישע בלוט אין א"י זאל זיין הפקר פאר די רוצחישע פאליציי! עס איז נישט די ערשטע מאל ווער עס געדענקט מיט 29 יאר צוריק איז געווען אזא מעשה מיט ר' פנחס סעגעלאוב הי"ד און מען האט איבערגעקערט די וועלט און עס האט געהאלפן אויף 30 יאר מוז מען יעצט אויך מאכן א געוואלד
טוט עפעס טייערע אידן איידער עס איז צו שפעט!!!